בלאט 1 פון 1
הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:47 am
דורך דער ידען
מארגן ו' שבט - פאלט די יארצייט פון הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל, באקאנט אויף די נאמען פון זיין ספר "דער הייליגער עצי חיים".
ער איז געבוירן אין יאר תר"מ אין די שטאט "טעטש", ווי זיין טאטע דער הייליגער קדושת יו"ט זצ"ל האט דארט געדינט אלס רב אסאך יארן.
זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון הרה"ק ר' יואל אשכנזי זצ"ל בן הרה"ק רבי משה יוסף זצ"ל, א איידעם פונעם הייליגען ייטב לב זצ"ל.
די עצי חיים איז געווען א איידעם ביי הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע הי"ד, א זוהן פונעם הייליגען צאנזער רב זצ"ל, כידוע האט הרה"ק מסאטמאר זי"ע געזען די שינאווא רב ביי די חתונה (ער איז געווען א שוואגער ביי די חתונה).
אין יאר תרס"ד ווען זיין טאטע דער הייליגער קדושת יו"ט איז נסתלק געווארן איז ער געווארן מ"מ אין די שטאט סיגעט - עיר שאבותיו השתמשמו ברבנות.
ער איז נסתלק געווארן ביי די 46 יאר שנת תרפ"ו זי"ע - ומנו"כ בסיגעט
זי"ע
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:21 am
דורך יום טוב
מזאגט אז ער איז געווען א מוראדיגע בעל צורה, די גאס פלעגט זיך אפשטעלן ווען ער איז אריבער געגאנגען, ר' קאפיל רייך האט אים געזען ביי אן אסיפה און זיך אויסגעדריקט די שכינה רוהט אויף אייך , עס איז דא א געוויסע בילד וואס מפלעגט זאגן אז דאס איז פון אים אבער מען איז מפקפק דערויף, אויב איינער האט מער אינפארמאציע איבער דעם בילד זאל ער ביטע ארויפקומען
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 11:01 am
דורך dev
יום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:21 am
מזאגט אז ער איז געווען א מוראדיגע בעל צורה, די גאס פלעגט זיך אפשטעלן ווען ער איז אריבער געגאנגען, ר' קאפיל רייך האט אים געזען ביי אן אסיפה און זיך אויסגעדריקט די שכינה רוהט אויף אייך,
האט אים דער עצי חיים געפרעגט, איר האט שוין אמאל געזעהן די שכינה...? , עס איז דא א געוויסע בילד וואס מפלעגט זאגן אז דאס איז פון אים אבער מען איז מפקפק דערויף, אויב איינער האט מער אינפארמאציע איבער דעם בילד זאל ער ביטע ארויפקומען
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:40 pm
דורך נקודות טובות
יום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:21 am
מזאגט אז ער איז געווען א מוראדיגע בעל צורה, די גאס פלעגט זיך אפשטעלן ווען ער איז אריבער געגאנגען, ר' קאפיל רייך האט אים געזען ביי אן אסיפה און זיך אויסגעדריקט די שכינה רוהט אויף אייך , עס איז דא א געוויסע בילד וואס מפלעגט זאגן אז דאס איז פון אים אבער מען איז מפקפק דערויף, אויב איינער האט מער אינפארמאציע איבער דעם בילד זאל ער ביטע ארויפקומען
איך האב נישט קיין ערשט האנטיגע אינפארמאציע, אבער געהערט האב איך אז דאס איז פון א מלמד אין שטאט סיגעט מיטן נאמען ענגיל. אזוי אויך האב איך געהערט אז עטליכע תלמידים פון עצי חיים האבן געלייקענט דעם בילד.
איך ווייס נישט מער, נאר דאס איז וואס איך האב געהערט... אבער באמת קוקט די צורה נישט אויס אזוי סיגעטליך, עפעס שטימט עס נישט מיט די צורה פון זיין זון און זיין ברודער...
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:26 am
דורך מירון
אוהל הקדוש
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 17, 2024 11:27 am
דורך מירון
די נייע רענעווירטע ביהמ"ד אין סיגוט יע"א
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:27 am
דורך באקאנטע ידען
שמעתי אז די עצי חיים זוהן זושא'לע האט איבער געלאזט דורות איינער וווייסט זייערע נעמען, וויאזוי זיי רופן זיך אויפן לעצטע נאמען, וואו זיי וואוינען וכו' ?
פאראכטן
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:38 am
דורך דעת קדשי
באקאנטע ידען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:27 am
שמעתי אז די עצי חיים זוהן נחמיה'לע האט איבער געלאזט דורות איינער וווייסט זייערע נעמען, וויאזוי זיי רופן זיך אויפן לעצטע נאמען, וואו זיי וואוינען וכו' ?
ער האט געהאט 14 קינדער כמדומה לי האט קיינער פון זיי נישט געהייסן נחמיה.
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:50 am
דורך באקאנטע ידען
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:38 am
באקאנטע ידען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:27 am
שמעתי אז די עצי חיים זוהן נחמיה'לע האט איבער געלאזט דורות איינער וווייסט זייערע נעמען, וויאזוי זיי רופן זיך אויפן לעצטע נאמען, וואו זיי וואוינען וכו' ?
ער האט געהאט 14 קינדער כמדומה לי האט קיינער פון זיי נישט געהייסן נחמיה.
טעיתי זושא'לע אדער אפשר חילי'ש- יחיאל מיכל
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:55 am
דורך דעת קדשי
באקאנטע ידען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:50 am
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:38 am
באקאנטע ידען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 11:27 am
שמעתי אז די עצי חיים זוהן נחמיה'לע האט איבער געלאזט דורות איינער וווייסט זייערע נעמען, וויאזוי זיי רופן זיך אויפן לעצטע נאמען, וואו זיי וואוינען וכו' ?
ער האט געהאט 14 קינדער כמדומה לי האט קיינער פון זיי נישט געהייסן נחמיה.
טעיתי זושא'לע
ער איז ל''ע געהרגט געווארן אין קריג אלץ בחור
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:34 pm
דורך dev
שמעתי אז איין זוהן פונעם עצי חיים איז נעלם געווארן ביים קריג, מ'האט קיינמאל נישט געוויסט ווי ער איז אהינגעקומען, און ביי איינע פון די נסיעות וואס דער ברך משה זי''ע איז געפארען צו די מקומות האט ער געבעטן מ'זאל פארשפרייטן אין אלע גוי'אישע צייטונגען אז דער סיגוט'ער רב'ס זוהן פון אמעריקע קומט צופארען, אז אויב איז ער ערגעטץ ווי פארזינקען אפשר וועט עס אים דערמאנען און ער וועט אפירקומען,
האט אמאל איינער געהערט דערוועגן?
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:36 pm
דורך דעת קדשי
dev האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:34 pm
שמעתי אז איין זוהן פונעם עצי חיים איז נעלם געווארן ביים קריג, מ'האט קיינמאל נישט געוויסט ווי ער איז אהינגעקומען, און ביי איינע פון די נסיעות וואס דער ברך משה זי''ע איז געפארען צו די מקומות האט ער געבעטן מ'זאל פארשפרייטן אין אלע גוי'אישע צייטונגען אז דער סיגוט'ער רב'ס זוהן פון אמעריקע קומט צופארען, אז אויב איז ער ערגעטץ ווי פארזינקען אפשר וועט עס אים דערמאנען און ער וועט אפירקומען,
האט אמאל איינער געהערט דערוועגן?
מ'ווייסט אז ער איז נישט אומגעקומען ביים קריג?
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:39 pm
דורך dev
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:36 pm

לויט מיין אינפא ווייסט מען נישט גארנישט, קיינער האט אים נישט געזעהן אנקומען אויף אוישוויץ וכוי'
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:40 pm
דורך דעת קדשי
dev האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:39 pm

הרה''ק ר' שלום אליעזרל ראצפערטער הי''ד ווייסט מען יא קלאר אז מ'האט אים געהרגעט?
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 2:06 pm
דורך אנדערער
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:40 pm
dev האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:39 pm
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:36 pm
מ'ווייסט אז ער איז נישט אומגעקומען ביים קריג?
לויט מיין אינפא ווייסט מען נישט גארנישט, קיינער האט אים נישט געזעהן אנקומען אויף אוישוויץ וכוי'
הרה''ק ר' שלום אליעזרל ראצפערטער הי''ד ווייסט מען יא קלאר אז מ'האט אים געהרגעט?
געווען באקאנט דער איד וואס האט ל"ע געמוזט אריינלייגן דעם גוף קדוש אין קראמעטאריאם
Re: הרה"ק רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל מסיגוט - ו' שבט תרפ"ו
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 3:20 pm
דורך dev
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:40 pm
dev האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:39 pm
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 12:36 pm
מ'ווייסט אז ער איז נישט אומגעקומען ביים קריג?
לויט מיין אינפא ווייסט מען נישט גארנישט, קיינער האט אים נישט געזעהן אנקומען אויף אוישוויץ וכוי'
הרה''ק ר' שלום אליעזרל ראצפערטער הי''ד ווייסט מען יא קלאר אז מ'האט אים געהרגעט?
די קשיא קענסטו פרעגן אויף אלע קדושים, ווי אזוי ווייסט מען ווען צו האלטן די יארצייט? ווער ווייסט קלאר?
נאר די תירוץ איז פשוט, די סדר בערך איז געווען, עכ''פ אין אונגארן, מ'האט צוזאמגענומען די גאנצע שטאט אין געטא, פון דארט איז מען צוזאמען געפארן אויף אוישוויץ מיט די באנען, יעצט דיע וואס איבערגעלעהבט האבן געוויסט צו זאגן וואס ס'איז געשעהן מיט די אידן וואס זיי זענען געווען באנאזאם, דער איד איז געגאנגן לינקס, דעם האט מען ל''ע געשאסן אין לאגער, וכוי', און פון די פלעצער ווי קיינער איז נעבעך נישט צירוק געקומען, ווייסט מען עכ''פ וועלכע טאג די שטאט איז אנגעקומען אין אוישוויץ און מ'רעכענט די יארצייט בערך לויט דעם,
משא''כ אויף דעם קינד האט מען - כפי ידיעתי - פארלוירן טרעק גראד אנפאנג ווי ער איז אהינגעקומען,