עטליכע אנעקדאטן:
אינטערעסאנט אז זיי צייכן נישט צו די תשובה אין משנה שכיר בנוגע די מנהג החתם סופר ביי מוציא מצה (איך האב געזעהן אין מנהג ישראל תורה עס צוצייכענען)
אגב די גרויסע דיין אין קרית יואל זאגט יעדע יאר נאך ביים דרשה פאר פסח די מנהגי החתם סופר ער אליינס טוהט אויכעט אזוי, איז אינטערעסאנט אז די פאפא רב זי"ע האט אויך אזוי געטוען,
נאך איז אינטערעסאנט אז בשנת תשמ"ה איז נאך די פאפא רב פון ב"פ געווען עכט יונג.
רבינו: די גאנצע איז רבי משה שטערנבוך . וואו
איז ער היינט?
האדמו“ר מפאפא ב“פ: היינט איז ער אין
ירושלים.
רבינו: ער האט אייביג ליב [לומר דברים
מחודשים], זיינע ספרים זענען אינטרעסאנט.