בלאט 1 פון 1
אלגעמיינע נייעס פון קאנאדע
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 10:13 pm
דורך והיתם נקיים
בריטיש קאלאמביע - די שוין היינט ברייט באקאנטע "וואלד פייערן אין קאנאדא" זענען יעצט מער קאנצענטרירט אינעם מערב ראיאן פון לאנד, מיט אזויפיל ווי נאנט צו 380 אקטיווע פייערן וואס ברענען אינעם פראווינץ פון בריטיש קאלאמביע.
די רויעך פון יענע פייערן קען אויך אנקומען צו די פאראייניגטע שטאטן, אבער יעצט וועט עס ענדערש ווערן געשפירט אין די צענטער און אין די מערב שטאטן.
Re: נייעס און באריכטן פון קאנאדא
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 10:17 pm
דורך והיתם נקיים
קוויבעק - פאריגע וואך דאנערשטאג האבן הונדערטער טויזענטער איינוואוינער אינעם פראוואינץ פון א רעגן שטורעם וואס האט אדורכגעריסן און אראפגעברענגט גאר אסאך רעגן.
היינט אינמיטן טאג גאנצע דריי טאג נאך די פאסירונג האבן נאך טויזענטער קאסטומערס נישט געהאט צוריקבאקומען די עלעקטעריק, אבער ב"ה אז אין געגנטער באוואוינט מיט היימישע אידן איז שוין אלעס געווען מסודר בעפאר מ'האט אריינגעטרעטן אינעם שבת.
Re: נייעס און באריכטן פון קאנאדא
געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 10:22 pm
דורך והיתם נקיים
קוויבעק - "מאנט-טראבלאן" איז א הויכע בארג אין א רעזארט ארט וואו אסאך גייען באזוכן, היינט האט פאסירט דארט אן אומגליק ווען א שטיק מעטאל האט אריינגעזעצט אין א ארטיג טשעיר ליפט און צוויי מענטשן זענען ארויסגעפלויגן דערפון, איינער איז אומגעקומען און א צווייטער קריטיש פארוואונדעט געווארן.
Re: אלגעמיינע נייעס פון קאנאדא
געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 10:21 am
דורך איך בין עס
גרויסן שכח והיתם
Re: אלגעמיינע נייעס פון קאנאדא
געפאוסט: דינסטאג יולי 18, 2023 11:20 pm
דורך והיתם נקיים
היינט האט די רעגירונג ארויסגעגעבן די אינפלאציע באריכט פון יוני למספרם.
אין יוני איז די קאנסומער פרייס אינדעקס (וואס מעסט אינפלאציע) געווען מיט 2.8% העכער ווי אום יוני 2022, דאס איז אראפ פון די 8.1% יאר-איבער-יאר הויכפונקט וואס די אינדעקס האט געהאט אום יוני 2022.
למעשה אז מ'קוקט אריין אין די שטאפל פונעם אינדעקס, זעט מען אז אין די לעצטע האלבע יאר איז עס געוואקסן מיט 2.7%, ארויף פון די 0.1% אין די האלבע יאר פארדעם, דאס הייסט אז די עיקר פון די נידריגקייט פון די לעצטע יאר איז צו פארדאנקען די האלבע יאר פון יוני ביז דעצעמבער 2022 ווען ס'איז כמעט נישט געוואקסן.
Re: אלגעמיינע נייעס פון קאנאדע
געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 7:21 am
דורך מאירוואלף
שטים בודקעס האבן זיך געעפענט אין די אלגעמיינע וואלן וואס קומט היינט פאר אין לאנד.
Re: אלגעמיינע נייעס פון קאנאדע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 9:08 am
דורך איך און מיך
ליבעראלען ליידער געוואנען
Re: אלגעמיינע נייעס פון קאנאדע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 10:09 am
דורך אנדערער
איך און מיך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 9:08 am
ליבעראלען ליידער געוואנען
ווי שטארק?
Re: אלגעמיינע נייעס פון קאנאדע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 10:35 am
דורך לך לך
איך און מיך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 9:08 am
ליבעראלען ליידער געוואנען
ווי עס זעט מיך אויס איז טראמפ בדווקא געשטאנען אונטער די פארלוסט פון די קאנסעוועטיווען, עס וועט אים זיין גרינגער צו מאכן א דיעל מיט די ליבעראלן ווי מיט די קאנסעוועטיווען.
Re: אלגעמיינע נייעס פון קאנאדע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 10:37 am
דורך Azoi Tzi Zugen
איך און מיך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 9:08 am
ליבעראלען ליידער געוואנען
זיי זענען דאך געווען ביז היינט אויך. ניין?
Re: אלגעמיינע נייעס פון קאנאדע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 11:30 am
דורך לך לך
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 10:37 am
איך און מיך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 9:08 am
ליבעראלען ליידער געוואנען
זיי זענען דאך געווען ביז היינט אויך. ניין?
יא
Re: אלגעמיינע נייעס פון קאנאדע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 6:06 pm
דורך הדסים
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 10:37 am
איך און מיך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 9:08 am
ליבעראלען ליידער געוואנען
זיי זענען דאך געווען ביז היינט אויך. ניין?
ביז די טראמפ - קאנאדע מלחמה האט געהייסן אז די קאנסערוואטיווע וועלן געווינען מיט א לענדסלייד
Re: אלגעמיינע נייעס פון קאנאדע
געפאוסט: דינסטאג אפריל 29, 2025 8:22 pm
דורך פ. לאקס
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 6:06 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 10:37 am
איך און מיך האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 29, 2025 9:08 am
ליבעראלען ליידער געוואנען
זיי זענען דאך געווען ביז היינט אויך. ניין?
ביז די טראמפ - קאנאדע מלחמה האט געהייסן אז די קאנסערוואטיווע וועלן געווינען מיט א לענדסלייד
*ביז טראדאו האט אפגעטרעטן
Re: אלגעמיינע נייעס פון קאנאדע
געפאוסט: זונטאג יולי 27, 2025 1:56 am
דורך משיח משיח
טוריזם אין קאנאדע איז געפאלן אינדערצייט פון די אנגעצויגענע שטימונג מיט פרעזידענט טראמפ, מיט 28% פראצענט ווייניקער קאנאדישע בירגער דורכגייענדיג דער אמעריקאנער גרעניץ מיט א קאר, ווי אין יאר 2024.
Re: אלגעמיינע נייעס פון קאנאדע
געפאוסט: זונטאג יולי 27, 2025 10:26 am
דורך never say never
רוך פון קאנאדא קען מען שמעקן ביז מיין דיינונג קום.