הרה"ק רבי זושא מאניפאלי זי"ע - ב' שבט תק"ס
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 10:50 am
מארגן ב' שבט פאלט די יארצייט פון הרב הקדוש המפורסם רבי ר' זושא מאניפאלי זי"ע,
רבי ר' זושא איז דאך געווען געוואלדיג אויסגעארבעט "במידת האמת" כידוע,
ער האט געהאט די זכיה צו מקרב זיין, זיין הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך לדרכי החסידות, וואס עד היום איז דער הייליגער רבי ר' אלימלך די מורה דרך פאר כלל ישראל בדרכי החסידות.
רבי ר' זושא אליין איז נתקרב געווארן לחסידות הערשט נאך זיין טאטע "רבי אליעזר ליפמאן'ס פטירה", ווייל נאך זיין טאטע'ס פטירה איז ער געגאנגען וואווינען ביי זיין פעטער "רבי אלימלך פיילט ממעזריטש ז"ל, וואס ער איז געווען די משמש ביים הייליגען מגיד פון מעזריטש זי"ע.
כידוע האט ער מקבל געווען גלות צוזאמען מיט זיין הייליגע ברידער רבי ר' אלימלך זי"ע..
ער איז נסתלק געווארן ב' שבט תק"ס, 13 יאר נאך רבי ר' אלימלך'ס פטירה, און ער איז נטמן אין אניפאלי.. ווער ווייסט ווער נאך איז נטמן אין אניפאלי??? און פארוואס???
איבער רבי ר' זושא איז דא גאר אסאך צו שרייבן "ובפרט זיין גרויס אהבת ישראל", מיר זענען מכבד אלע געסט צו קומען שרייבן וואס זיי ווייסען מער איבער דעם הייליגען צדיק זי"ע..