שירעמישע כאאס; א פרייליכן רעגנטאג!

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1481
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 3401

שירעמישע כאאס; א פרייליכן רעגנטאג!

פאוסט דורך פופציגער »

א דריגנדע אסיפה איז פאררופן געווארן אין די אפיסעס פונעם צענטראלן שירעם ארגאניזאציע.

אלע פארזאמלטע זיצן אויף די פלעצער מיט פארקנייטשטע געזיכטער און ווישן די שווייס. דער צימער איז שוואך באלאכטן און די לאדנס ביים פענסטער זענען פארהאקט אז קיין פרעמדער זאל ניטאמאל דערקענען אז עפעס קומט דא פאר. אלע באטייליגטע זענען געבעטן געווארן צו פארקן די קארס אויף זייטיגע געסלעך, און די פיסטריט אין די שניי האט מען פארדעקט כדי עס זאל נישט זיין קיין שום אנדייטונג אויף די אקטיוויטעטן דא.

ביים טיש איז צוגעגרייט איבערבייס, אבער נאר שאלאכטס פון פאפיטעס, די ווייסע זאנגען פונעם טענדזשערין (דאס וואס די באבעס זאגן ס'געפערליך געזונט), די ניסלעך נאכ'ן ווערן אפגעלעקט פון די שאקאלאד, די שטיקלעך פון די פאפ-קארן וואס בלייבן סטאק אין די ציינער, און ליידיג פלעשער ביר. דאס איז אזוי געווען כדי צו געבן דעם פאסיגן "ווייב" אין די לופט איבער דעם ערנסטן נושא וואס ליגט אויפ'ן טיש.

דער הויפט און פירער פון די גרופע נעמט דאס ווארט, און מיט א שטייפן שטימע ערקלערט ער "מיר דארפן זיי מאל פאר אלעמאל מאכן סדר מיט אים! גענוג געווען!"

די באטייליגטע שאקלען מיט און פארנייגן די קעפ. זיי שטימען צו, עפעס מוז געטון ווערן דא. די אביוז מוז זיך אויפהערן.

דער געלאדנטער אורח הכבוד ווערט ארויפגערופן און שלעפט זיך צו צום מייקראפאן, ווען די פארזאמלטע כאפן א ציטער בלויז צו זען זיין געשטעל. אוי איז ער א קרבן פונעם אביוז.

ער ברענגט ארויס אין א לאנגע רעדע די פילע מיטמאכענישן וואס ער איז אריבער, ווען פון א שטארקע שירעם איז ער פארוואנדלט געווארן אין נכסי ציבור ווען זיין ערשטע בעה"ב האט אים איבערגעלאזט אין ביהמ"ד, דאן האט אים א צווייטער אהיימגענומען און דער שטיף אייגענטומער האט אים נישט גוט באהאנדלט, ביז ווען זיינע עקן האבן זיך אפגעריסן פון די שטאנגען, און געבליבן איז ער צוריסענע עדות צום אלטן גלאררייכן אמאל ווען וועלט איז וועלט געווען און א שירעם איז געווען א שירעם.

דאס איז בלויז איינס פון די ענליכע געשיכטעס וואס זענען געהערט געווארן דורכאויס דעם אווענט, ווען אלע ברענגען ארויס דעם זעלבן נקודה, אז די מענטשהייט באהאנדלט נישט גוט די מיטגלידער אינעם "שירעם ארגאניזאציע", און ס'צייט פאר אן אויפשטאנד.

נאכ'ן ארויפברענגען פלענער אויפ'ן טיש איינס נאכ'ן אנדערן, געדאנקען פאר א פולשטענדיגע בירגער קריג און געדאנקען פון שיקן א דעלעגאציע צו די יו ען פארדאמען א פארדאמונג מיט פארדאמעניש, און אלעס אינצווישן, האט דער פירער, גערופן אויף זייער שפראך דער "ראש השירמיות", אויפגעבליצט מיט א גאניאלן איינפאל.

"מיר וועלן נישט קענען אזוי לייכט געווינען די מענטשהייט. איך וואלט רעקאמענדירט אז ענדערש זאלן מיר זיך ווייטער אהערשטעלן ווי גוטע פריינט, און אזוי פון אינעווייניג מאכן סדר מיט זיי!"

עטליכע ארום דעם טיש, אזעלכע עכטע עקסטרעמיסטן, האבן עס נישט געוואלט עכט אקצעפטירן, זיי האבן גע'טענה'ט אז אפילו בלויז אויף אויפצוטון פון אינעווייניג טאר מען נישט אריינגיין אין אזא פארברעכערישע ממשלה, אבער זיי האבן זיך למעשה אונטערגעגעבן.

געבליבן פראטאקאלירט. ביים נעקסטן רעגן וועט מען זיי ווייזן. זיי וועלן געוואר ווערן ווער מיר זענען, פריינט אדער פיינט.

*

און אזוי טרעף איך זיך נעכטן גיין אין גאס מיט מיין ברייטן שירעם, דער וואס דארף ווען צו זיין גענוג ברייט און שטארק צו בייקומען דעם שטארקן רעגן, און מיטאמאל הער איך שטורמישע שירעמישע געלעכטערס...

דער שירעם קוקט אראפ צו מיר און ברומט זיך אונטער "איי פופצי פופצי... דו מיינסט איך בין דא דיר צו באשיצן... ווייניג ווייסטו וואס איך האב יעצט אין פלאן..." אויסברעכנדיג דערביי אין א ארכי וואלגארישן געלעכטער.

איך גיי אזוי ווייטער, איך האב טאקע א פעסטן שירעם, אבער מיטאמאל עפנט זיך א דירעקט קאנטאקט ליניע מיט די פרייליכע רעגן וואסער וואס פלאטשקענען ארום אין די לופטן מיט אזא פאר'שיכור'טע עקסטאז.

שירעם ארויף, שירעם אראפ, איך געדענק נאך ווען רעגן איז געקומען פון אויבן... יעצט קוקט אויס ווי דער שירעם כאפט ממש נאר איינצלענע טראפעלעך, און איך, שטייענדיג אונטער'ן שירעם, בין דער ציל ברעט כאפנדיג פון אלע זייטן ווי איך וואלט געשטאנען אנטבלויזט אונטער א מאכטפולן וואסער פאל.

איך פרוביר זיך בעטן ביי די רעגן... פליז... כהאב א נייע הוט און א וואלענעם רעקל... האט רחמנות... איך האב א שירעם! איך זאג צו כ'האב א שירעם! כ'קען אפילו ברענגען א צעטל פון מיין מאמע און שרייבן הונדערט מאל!

אבער די חברה לאכן... די קאנטראקט מיט די "שירעם ארגאניזאציע" איז אפגעלאפן... קענסט לייגן דעם שירעם אין שמות באקס.

נאך אפאר טריט האב איך ליטעראליש אנגעהויבן פילן ווי א שפאצירנדע זונטאג! א שירעם האלטיך, אזוי אז כהאב נאר איין האנט עוועילעבל, אבער דורכגעווייקט בינעך פון קאפ ביז פוס.

יעדע טריט וואס איך שטעל קוועטש איך אויס מיין שוך פון די פריערדיגע שטראם וואסער און דערביי שעפט ער אן פרישע וואסער, דאס וואסער האט שוין דורכגענעצט מיין רעקל, וועסטל, טלית קטן, שלייקעס, העמעד, און אזוי האלט עס שוין כמעט ביים שדרה, ווען איך שטיי נאך ווי א רינדעכיגע לוזער מיט'ן שירעם איבער מיר.

און איימעניט, ס'ענדיגט זיך נישט ביי דעם... ענדליך איך קום אן אהיים און איך מאך צו דעם שירעם איידערן אריינגיין אין שטוב, געבט מיר דער שירעם דעם לעצטן שטויס, ווען ביים פארמאכן זיינע פליגלען שיקט ער אראפ אויף מיר א פרישן זאפאס מיט רעגן וואסער וואס ער האט ביז יעצט געהאלטן אינדערהייך פארהוילן פון מיינע אויגן, אזוי אז אויב האב איך נאך געהאט א טרוקן האר אויפ'ן קאפ זאל דאס אויך נאס ווערן.

א דאנק מיין טייערע שירעם.
נאך א מזל כ'האב געקויפט דעם גוטן פעסטן שירעם, יעצט פיל איך ווי א מיליאן דאלער - - - אין דורכגעווייקטע באנקנאטן.

מיינע פריינט, דאס איז נישט קיין וויץ... אונזערע שירעמעס האבן זיך ארויסגעלאזט אין אן אפיציעלן אויפשטאנד, און מיר מוזן עס אפשטעלן!

דערווייל וועל איך גיין קוקן צי מיין נעכטיגע רעקל איז שוין טרוקן.

א פרייליכן זונטאג - - כ'מיין רעגן-טאג.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

גראַג דעם גראַגער!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4387
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6727

Re: שירעמישע כאאס; א פרייליכן רעגנטאג!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אה, דו האסט עס געבארגט?

כ'בין פונקט נעכטן געווארן ווייניגער ווערד מיט איין שירעם, נאכן עס איבעראלאזן אומשולדיג אין שול פאר א 20 מינוט'דיגע מנחה.

העמיר ארומגיין אפירזוכן פופציגער'ן. נעווערמיינד, זאגסטעך אז ס'האט נישט איבערגעלעבט.
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 995
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1568

Re: שירעמישע כאאס; א פרייליכן רעגנטאג!

פאוסט דורך פארפאלענער »

חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אויבערלאנד
ניי צום טיש
פאוסטס: 2
זיך איינגעשריבן: זונטאג יאנואר 07, 2024 4:26 pm
x 9

Re: שירעמישע כאאס; א פרייליכן רעגנטאג!

פאוסט דורך אויבערלאנד »

פייפן פופצן פארמערס פאר @פופציגער
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2832
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3369

Re: שירעמישע כאאס; א פרייליכן רעגנטאג!

פאוסט דורך וואוילער »

:lol: :lol:
👍👍👍
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
מיילעך פריילעך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 916
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: 5 sanz ct.
x 2314

Re: שירעמישע כאאס; א פרייליכן רעגנטאג!

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

@רעגענדיגע זונטאג
וואק נישט אריין אין די טעמע...
העסט נישט פרעגן. העסטו נישט וויסן.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1615
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1487

Re: שירעמישע כאאס; א פרייליכן רעגנטאג!

פאוסט דורך אנדערער »

😂😂😂
טיפע טאשן
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1106
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 10:37 am
x 1341

Re: שירעמישע כאאס; א פרייליכן רעגנטאג!

פאוסט דורך טיפע טאשן »

פיין ארויף געברענגט, אזא פארכמארעטע טאג,

רבי אביגדור מיללער וואלט געהייסן קוקן אויף די מעלות, היינט די יארצייט
צווייזייטיג האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:31 pm אז מען קומט ארויף זיך טענה'ן אויף א פובליק פארום דארף מען קודם לייגן שנאת ישראל אין א זייט.
שרייב פאוסט