בלאט 1 פון 1

אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע?

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:33 pm
דורך בערל דער פייפער
ווי (נישט) באקאנט איז אין 770/חב"ד פארגעקומען א פרשה מיטן אויפגראבען א טונעל, למעשה אויף סאשעל מידיע איז פיל מיט קאנספיראציעס איבער דעם בפרט און איבער אידן בכלל,

האלט מען ווייטער ווי אין דער אלטערהיים ווי יעדע מאן דהו קען פארשפרייטן בלבולים?

Re: אנטיסעמיטיזם אין אמעריקא?

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:37 pm
דורך בערל דער פייפער
דוגמאות

Re: אנטיסעמיטיזם אין אמעריקא?

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:39 pm
דורך דער תהלים איד
רחמנא ליצלן.

Re: אנטיסעמיטיזם אין אמעריקא?

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 11:53 pm
דורך פארפאלענער
AP מיט א ארטיקל איבער די נושא
https://apnews.com/article/synagogue-tu ... bc7f596f5c

Re: אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע?

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 10:56 pm
דורך טובי' שרייבער
טעאריעס איז אייביג דא אויף אלעם... און אויב דאס מאל איז עס א אידישע געשעעניש מיינט נישט אז אנטיסעמיטיזם איז שטערקער פון צען חדשים צוריק....

Re: אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע?

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:46 am
דורך Programming
בינעך נייגעריג צי אונזערע היימישע פרא-פרי-ספיטש זענען נאך אלס אזוי פארקויפט פאר אילאן מאסק וכת דילי'

די סארט טוויטס פלעגן אמאל שימלען אין געב און 4/8 טשען, און היינט פארנעמט עס דעם אויבנאן אויף טוויטער ר"ל

(ניטאמאל שטימט עס מיט מאסק'ס הבטחה צו פארזיכערן אז די סארט טוויטס ווערן נישט צושפרייט איבער טוויטער נאר זיי בלייבן באגרעניצט צו א קליינע צאל ליינער)