בלאט 1 פון 1
הגה"ק רבי משה שיק זצ"ל, המהר"ם שיק - א' שבט תרל"ט
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 6:49 pm
דורך דער ידען
היינט נאכט ר"ח שבט פאלט די יארציייט פון הגאון הקדוש המפורסם רבי משה שיק זצ"ל, באקאנט אלס דער הייליגער "מהר"ם שיק ז"ל".
ער איז געבוירן שנת תקס"ז צו זיין טאטע רבי יוסף, אייניקלעך פונעם תוספות יו"ט ז"ל. זיין טאטע רבי יוסף איז נפטר געווארן יונגערהייט, די מהר"ם שיק איז געווען אינגאנצען זעקס יאר אלט ה"י.
ער איז געווען מפורסם שוין אלץ יונגעל פאר א געוואלדיגער עילו, ביי די 10 יאר האט ער שוין געקענט בע"פ תנ"ך, און ששה סדרי משנה.
זעקס יאר האט ער געלערנט ביים הייליגען חתם סופר ז"ל אין פרעשבורג, ער האט דארט דורכגעלערנט ש"ס ופוסקים מוט א געוואלגיע בהירות.
ער איז געווען באקאנט פאר א געוואלדיגע לוחם מלחמת ה' בגבורה, ער איז געווען די ראש המדברים בכל מקום.
א' שבט שנת תרל"ט טיז ער נפטר געווארן ומנו"כ בחוסט
זי"ע
Re: הגה"ק רבי משה שיק זצ"ל, המהר"ם שיק - א' שבט תרל"ט
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:14 pm
דורך נקודות טובות
אויך איינער פון די גדולים וואס טייל ווייסען צו זאגן אז ער האט געהאט א שוואכע קאפ, און אנדערע ווייסען גאר איבער זיין גאונישער מוח נאך פון אלץ קליין קינד...
Re: היינט איז די יארצייט הַ'מַהֲרַ"ם שִׁי"ק'
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 3:02 am
דורך שמשון הגיבור
הַ'מַהֲרַ"ם שִׁי"ק'
נִפְטַר בִּשְׁנַת תרל"ט
הגה"ק רַבִּי מֹשֶׁה ב"ר יוֹסֵף שִׁיק מֵחוּסְט.
בַּעַל 'מַהֲרַ"ם שִׁיק'.
כְּשֶׁהָיָה בֶּן עֶשֶׂר כְּבָר הָיָה בָּקִי בְּכָל הַתַּנַ"ךְ וְשִׁשָּׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, וּכְבֶן י"ד שָׁנָה עָלָה לִלְמֹד בִּישִׁיבַת פְּרֶעשְׁבּוּרְג אֵצֶל הַ'חֲתַם סוֹפֵר', וְשָׁם מִלֵּא כְּרֵסוֹ בְּשַׁ"ס וּפוֹסְקִים עַד שֶׁרַבּוֹ קְרָאוֹ 'אַרְגָּז שֶׁל סְפָרִים', וְנִבֵּא עָלָיו שֶׁיִּהְיֶה רֹאשׁ לְשִׁבְטֵי יִשְׂרָאֵל. אַחַר חֲתֻנָּתוֹ וְעַד לְסוֹף יָמָיו הִרְבִּיץ תּוֹרָה לְבַחוּרֵי יִשְׂרָאֵל, תְּחִלָּה בָּעִיר יֶערְגִין וְאַחַר כָּךְ בִּישִׁיבָתוֹ בְּחוּסְט. רַבּוֹת מְסֻפָּר אוֹדוֹת הַתְמָדָתוֹ וִיגִיעָתוֹ הָעֲצוּמָה עוֹד מִימֵי נְעוּרָיו שֶׁהָיְתָה לְמַעְלָה מֵהַשָּׂגַת אֱנוֹשׁ, וְהִיא הִיא אֲשֶׁר בִּזְכוּתָהּ זָכָה לְמַה שֶׁזָּכָה, כְּפִי שֶׁהוּא עַצְמוֹ הֵעִיד לְיָמִים עַל עַצְמוֹ: בְּיַלְדוּתִי הָיָה לִי מֹחַ חַלָּשׁ וְרַק בְּכֹחַ הַיְגִיעָה הֲפַכְתִּיו.
Re: הגה"ק רבי משה שיק זצ"ל, המהר"ם שיק - א' שבט תרל"ט
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 10:40 am
דורך דער ידען
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:14 pm
אויך איינער פון די גדולים וואס טייל ווייסען צו זאגן אז ער האט געהאט א שוואכע קאפ, און אנדערע ווייסען גאר איבער זיין גאונישער מוח נאך פון אלץ קליין קינד...
איליבא די וואס זאגן אז ער האט געהאט א שוואכע קאפ, דארף מען לכאורה רעדן פון די גאר יונגע יארן, ווייל ער האט דאך אלס בחור געלערנט ביים הייליגען חתם סופר, און ער איז דארט געווען באקאנט פאר א גאון מופלג, ער איז דאך געווען מבחירי תלמידי החתם סופר ז"ל.
ווען די מהר"ם שיק האט געפענט זיין ישיבה, האט ער געהאט 400 תלמידים מופלגים...
די גאלאנטע רבי הגה"צ רבי יהושע בוקסבוים זצ"ל הי"ד, ברענגט אויך אין זיין ספר אור פני יהושע דאס אז די מהר"ם שיק האט געהאט א שוואכע קאפ בנערותו, עד כדי כך אז ער האט פארגעסן ממש יעדען טאג וואס ער האט געלערנט.
Re: הגה"ק רבי משה שיק זצ"ל, המהר"ם שיק - א' שבט תרל"ט
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:32 pm
דורך באקאנטע ידען
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:14 pm
אויך איינער פון די גדולים וואס טייל ווייסען צו זאגן אז ער האט געהאט א שוואכע קאפ, און אנדערע ווייסען גאר איבער זיין גאונישער מוח נאך פון אלץ קליין קינד...
בספר שאול בחיר ה' ברענגט ער עס פון הרה"ק ר' שאול בראך אין זיין ספר חלק לעולם הבא וואס ברענגט דאס.

- שאול בחיר ה'.jpg (57.73 KiB) געזען געווארן 304 מאל
און איך האב עס שוין געטראפן נאכאמאל אין איינע פון ר' שאול בראך'ס אנדערע ספרים
איך האב אמאל געפרעגט אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דערוועגן און געוויזן די חלק לעולם הבא פון ר' שאול בראך, האט ער מיר געענטפערט אז קען זיין לפי מדרגתו האט ער געהאט א שוואכע קאפ.
Re: הגה"ק רבי משה שיק זצ"ל, המהר"ם שיק - א' שבט תרל"ט
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:19 pm
דורך בקי ביחוס
באקאנטע ידען האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 12:32 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 10, 2024 8:14 pm
אויך איינער פון די גדולים וואס טייל ווייסען צו זאגן אז ער האט געהאט א שוואכע קאפ, און אנדערע ווייסען גאר איבער זיין גאונישער מוח נאך פון אלץ קליין קינד...
בספר שאול בחיר ה' ברענגט ער עס פון הרה"ק ר' שאול בראך אין זיין ספר חלק לעולם הבא וואס ברענגט דאס.שאול בחיר ה'.jpg
און איך האב עס שוין געטראפן נאכאמאל אין איינע פון ר' שאול בראך'ס אנדערע ספרים
איך האב אמאל געפרעגט אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דערוועגן און געוויזן די חלק לעולם הבא פון ר' שאול בראך, האט ער מיר געענטפערט אז קען זיין לפי מדרגתו האט ער געהאט א שוואכע קאפ.
און ספר "עקבי יוסף" וואס איז אפגעשריבענע תורות וכדו' פון גדול תלמידי המהר"ם שי"ק זצ"ל
(איך שרייב שי"ק מיט שטרעכעלעך אזויווי ער האט געזאגט פשט אין די נאמען, אז סאיז ר"ת ש'ם י'שראל ק'ודש) הרה"ח המפורסם ר' יעקב יוסף לעפקאוויטש ז"ל, שרייבט ער אז ער האט געהערט פון רבו הקדוש אז ער האט געהאט גאר א שוואכע קאפ, ביז איינמאל ווען עס האט אים ממש צוגעטרעטן "האב יאך געוואנט און געוואנט, ביז דער אויבערשטער האט געזאגט נאדיר די תורה",
(בערך דאס איז די לשון אויב געדענק איך גוט).
און אזוי איז אויך מקובל ביי די אייניקלעך פונעם מהר"ם שי"ק
Re: הגה"ק רבי משה שיק זצ"ל, המהר"ם שיק - א' שבט תרל"ט
געפאוסט: זונטאג פעברואר 18, 2024 11:54 pm
דורך אנדערער
בקי ביחוס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:19 pm
"האב יאך געוואנט און געוואנט, ביז דער אויבערשטער האט געזאגט
משהלע נאדיר די תורה", (בערך דאס איז די לשון אויב געדענק איך גוט).
Re: הגה"ק רבי משה שיק זצ"ל, המהר"ם שיק - א' שבט תרל"ט
געפאוסט: פרייטאג מערץ 22, 2024 10:03 am
דורך מסתמא
אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 11:54 pm
בקי ביחוס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 5:19 pm
"האב יאך געוואנט און געוואנט, ביז דער אויבערשטער האט געזאגט
משהלע נאדיר די תורה", (בערך דאס איז די לשון אויב געדענק איך גוט).
סתם אן הערה.
בפשטות האט זיך דער מהר”ם שיק נישט באנוצט מיט די אויסשפראך ”יאך”, דאס איז א גאליציאנע שפראך. אויב עפעס האט ער געזאגט אנשטאט ”איך”, די דייטשישע ”איש” אדער ”מיר”, נישט קיין ”יאך”.
אגב דער הרב לעפקאוויטש איז די זיידע פון די לעפקאווויטש משפחה אן איידעם פון די באקאנטע באבע יוטעלע פליישמאן פון וואס אסאך סאטמארע אידן שטאמען