מילי דברכות - ברכות התורה, ברכות כהנים, אלו דברים
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 3:37 pm
הקדמה לברכת התורה.
די גמרא ברכות כא. פון פסוק וואס משה רבינו האט געזאגט. כי שם ד' אקרא הבו גודל לאלקינו. לערנט די גמרא ארויס א חיוב צו זאגן א ברכה פאר מען הויבט אן לערנען, א שטייגער ווי א פאר יעדע מצוה. און דאס ווערט אנגערופען בלשוננו ברכת התורה.
פשט אין פסוק גייט לויט די דרש הגמרא אזוי. יערוף כמטר לקחי, לקחי מיינט די תורה. זאגט אבער משה רבינו אז פארן לירנען וועט זיין כי שם ד' אקרא, איך וועל מאכן א ברכה. און עטץ הבו גודל לאלקינו, זאלטס זאגן אמן. (רש''י)
בפשטות איז די לימוד, איז אזוי ווי אסאך אנדערע לימודים וואס די גמרא לערנט ארויס פון פסוקים נאר אסמכתא בעלמא. און די פון חיוב ברכת התורה איז נאר מדרבנן. און אזוי איז טאקע דער דעת רי''ף, רא''ש, ורמב''ם און אזוי איז אויך דער דעת השלחן ערוך. (פרי מגדים)
עס זענען אבער דא ראשונים וואס לערנען אז די לימוד איד יא ממש פשוטו כמשמעו, און נישט קיין אסמכתא בעלמא און די חיוב ברכת התורה איז מדאורייתא. (רמב''ן שכחת העשין ט''ו, חינוך מצוה ת''ל, מאירי ברכות)
דער טור אין סימן מ''ז, הויבט אן מיט דעם אז מען דארף זייער נזהר זיין אין דער ברכה פון ברכת התורה, ווייל אין די גמרא זעהען מיר אז די סיבה פארוואס עס זענען דא תלמידי חכמים וואס זענען נישט זוכה צו קינדער תלמידי חכמים, איז צוליב דעם וואס זיי זענען נישט נזהר בברכת התורה!
און ווי אויך זאגט די גמרא אז די סיבה פאר חרבן בית המקדש איז געווען, שלא ברכו בתורה תחילה!
די משנה ברורה לייגט צו, וז''ל. ותמיד תהיה תפילת האב והאם שגורה בפיהם להתפלל על בניהם שיהיו לומדי תורה וצדיקים ובעלי מידות טובות ויכוון מאוד בברכת אהבה רבה ובברכת התורה בשעה שאומרים ונהיה אנחנו וצאצאינו וכן כשאומר בובא לציון למען לא ניגע לריק ולא נלד לבהלה
טעם הברכה.
דער לבוש שרייבט אז די טעם הברכה איז כדי מיר זאלן מיט דעם ווייזן אז די תורה איז ביי אונז באליבט, און מיר מאכן און דאנקען דעם אויבערשטען אויף דעם וואס מיר האבן באקומען די תורה, און אויף די חיוב פון לימוד התורה.
ענליך צו דעם שרייבט דער רבינו יונה (הובא בר''ן) אז די ברכות התורה איז אוועקגעשטעלט כדי צו דאנקען דעם אויבערשטען אויף דעם וואס ער האט אונז געגבן די תורה, און אויב זאגט מען נישט קיין ברכת התורה, ווייזט מען מיט דעם אז מען איז חלילה מזלזל אין די תורה. און אז מען לערנט נאר די תורה כאומנות בעלמא. (ר''י אבוהב)
סוג הברכה.
בפשטות הדברים זענען די ברכות התורה, א חיוב משום ברכת המצוה, א שטייגער ווי א ברכה אויף תפילין סוכה ולולב. און אזוי איז טאקע שיטות הרז''ה.
די פני יהושע אין ברכות קומט מיט א חידוש. אז אה''נ די ברכה פון לעסוק בדברי תורה איז טאקע א ברכת המצוה. און צוליב דעם זאגן מיר טאקע די לשון אשר קדשנו במצותיו אזוי ווי ביי אנדערע ברכת המצוות. אבער די צווייטע ברכה אשר בחר בנו איז א ברכת השבח. און די חיוב ברכות השבח אויף די תורה איז א כ''ש פון ברכות אויף עניני חיי שעה וואס אויף דעם זענען מיר מצוה צו זאגן א ברכת השבח (ברכת השחר וכדו') איז זיכער אז אויף די תורה וואס איז חיי עולם דארף מען זאגן א ברכת השבח.
די לבוש שרייבט א פלא פון א זאך. אז פונקט ווי ביי מצות מצה מאכן מיר צוויי ברכות, איינס על אכילת מצה וואס דאס איז א ברכת המצוה. און דערנאך המוציא לחם מן הארץ, וואס איז א ברכת הנהנין. אזוי אויך איז אויף לימוד התורה האבן חז''ל מתקן געווען צוויי ברכות, לעסוק בדברי תורה, וואס דאס איז א ברכת המצוה. און אשר בחר בנו, וואס דאס איז ברכת ''הנהנין'' ווייל עס איז דאך נישטא קיין גרעסערע פארגעניגן ווי לימוד התורה.
ברכה ראשונה וברכה אחרונה.
דער לבוש שרייבט אז די ברכה לעסוק בדברי תורה האבן חז''ל מתקן געווען אלץ חיוב ברכה אחרונה. פונקט ווי מען זעהט ביי קריאת התורה בציבור האבן חז''ל מתקן געווען צוויי ברכות איינס פארדעם וואס דאס איז אשר בחר בנו, און איינס נאכדעם וואס דאס איז אשר נתן לנו. אזוי אויך ביי לימוד התור, האבן חז''ל מתקן געווען צוויי ברכות. לעסוק בדברי תורה איז א ברכה אחרונה, און אשר בחר בנו איז א ברכה ראשונה.
ער לייגט צו אז וויבאלד עס איז נישט שייך צו מאכן קיין ברכה אחרונה אויף לימוד התורה, וויבאלד מיר זענען דאך מחויב צו לערנען א גאנצען טאג, אזוי ווי די פסוק זאגט והגית בו יומם ולילה. דערפאר האבן חז''ל מתקן געווען די ברכה אחרונה דעם נעקסטן אינדערפרי, ווען ער איז שוין ממילא מחויב צו מאכן נאכאמאל א ברכה אלץ הפסק שינה. און אזוי ארום וועט ער תיכף נאכן זאגן די ברכה אחרונה, גלייך זאגן א פאר ברכה. (אין ערוך השלחן זאגט ער די זעלבע, נאר די ברכות פארקערט)
צווי ברכות אדער דריי.
עס איז א מחלוקת הראשונים בנוגע די ברכה לעסוק בדברי תורה-והערב. אויב דאס איז איין לאנגע ברכה, אדער איז והערב נא די התחלה פון א נייע ברכה. אויב איז לעסוק בדברי תורה איין ברכה מיט והערב, קומט אויס אז ברכות התורה באשטייט פון צוויי ברכות. אויב אבער איז והערב אפגעטיילט פון לעסוק בדברי תורה, קומט אויס אז מיר זאגם דריי ברכות התורה אינאיינעם מיט אשר בחר בנו.
לשון הגמ'.
מאי מברך א"ר יהודה אמר שמואל אשר קדשנו במצותיו וצונו לעסוק בדברי תורה ור' יוחנן מסיים בה הכי הערב נא ד' אלקינו את דברי תורתך בפינו ובפיפיות עמך בית ישראל ונהיה אנחנו וצאצאינו וצאצאי עמך בית ישראל כלנו יודעי שמך ועוסקי תורתך ברוך אתה ד' המלמד תורה לעמו ישראל ורב המנונה אמר אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו ברוך אתה ד' נותן התורה אמר רב המנונא זו היא מעולה שבברכות הלכך לימרינהו לכולהו.
מפשטות לשון הגמ' ר' יוחנן מסיים בה איז משמע אז והערב איז דער סיום הברכה פון לעסוק בדברי תורה. (רש''י) און אזוי איז אויך שיטת התוס', והרא''ש (מו.)
מצד אחר רעכנט דאס דער רמב''ם יא פאר צוויי באזונדערע ברכות. און ווי אויך שרייבט דער בעל המאור, אז אה''נ דאס איז טאקע א חתימה אויף ר' יוחנן'ס ברכה. אבער עם כל זה ווערט עס פאררעכנט פאר צוויי באזונדערע ברכות. און אזוי זאגט אויך דער אבודרהם.
די רז''ה פירט אויס מיט אן אינטערעסאנטער טעם פארוואס חז''ל האבן מתקן געווען ''דריי'' ברכות אויף די תורה. דאס איז וויבאלד איינס איז אויף מקרא, דער צווייטע איז אויף משנה, און דער דריטער איז אויף מדרש. און דערפאר זאגן מיר טאקע גלייך דערנאך די פרשה פון ברכת כהנים וואס איז מקרא. פרק איזהו מקומן וואס דאס איז משנה. און די ברייתא פון ר' ישמעאל אומר וואס דאס איז מדרש.
רבינו יונה שרייבט אבער, אז לויט די שיטה אז והערב איז נאר א הוספה צו די פריערדיגע ברכה, און נישט קיין ברכה בפני עצמו. וואס לויט דעם קומט אויס אז עס איז נאר דא צוויי ברכות. קען מען זאגן פשוט, אז איין ברכה איז אויף תורה שבכתב, און די צווייטע ברכה איז אויף תורה שבעל פה.
להלכה ווערט גע'פסק'ענט אין שלחן ערוך אז דאס איז איין ברכה. און ווי אויך אז מען זאל זאגן ''ו''הערב מיט א וא''ו החיבור. און ווי אויך איז שיטת רוב האחרונים אז מען זאגט נישט קיין אמן צווישען לעסוק און והערב.
הפסק בברכת התורה.
תוס' פרעגט אין ברכות, אז לכאורה זעהען מיר דאך ביי מצות סוכה אז אויב א מענטש עסט מער ווי איין סעודה א טאג, דארף ער יעדע מאל זאגן נאכאמאל די ברכה לישב בסוכה. וויל תוס' פארשטיין וואס איז אנדערש די מצוה פון לימוד התורה, פארוואס זאל מען נישט מאכן די ברכה יעדעס מאל פאר מען זעצט זיך לערנען, נאר מען פארלאזט זיך אויף די ברכה פון אינדערפרי.
אויף דעם ענטפערט תוס', אז די מצוה פון לימוד התורה איז אנדערש ווי שאר מצוות. וויבאלד עס איז נישטא קיין חיוב אויף א מענטש צו עסן סוכות, נאר אויב עסט מען דארף עס זיין אין די סוכה. ממילא האט נישט איין סעודה א שייכות מיטן צווייטען סעודה. משא''כ די חיוב לימוד התורה אויף דעם שטייט דאך והגית בו יומם ולילה, ממילא איז דער דעת פון א מענטש אגאנצען טאג אויף די תורה, און אפי' אויב טוט ער עפעס אינדערצווישען ווערט נישט פאררעכנט פאר א הפסק.
אין שו''ת מן השמים זאגט ער אן אנדערע טעם, וויבאלד די ברכות וואס חז''ל האבן מתקן געווען אויף די תורה איז לאו דוקא אויף די תורה, נאר אויף דער עצם זכיה אז דער אויבערשטער האט אונז אויסגעוועלט פון אלע פעלקער. אזוי ווי מיר זאגן טאקע די לשון הברכה ''אשר בחר בנו מכל העמים''. ממילא איז נישט שייך צו מאכן די ברכה מער ווי איין מאל א טאג.
דאס איז אבער גוט אויף די ברכה אשר בחר בנו, אבער אויף די ברכה פון לעסוק בדברי תורה זאגט ער, אז וויבאלד עס איז א ברכה ארוכה וואס נעמט אריין אין זיך אויך בקשת רחמים והערב נא אנדערש ווי אנדערע ברכת המצוות, לדוגמא, תפילין. האבן חז''ל דאס נאר מתקן געווען איין מאל א טאג.
אין לקט יושר ברענגט ער אז זיין רבי דער תרומת הדשן ווען ער איז ארויסגעקומען פון ביה''כ האט ער געמאכט נאכאמאל א ברכה אויף די ציצית וויבאלד דאס ווערט פאררעכנט פאר א הפסק. אבער ברכת התורה האט ער נישט נאכאמאל געזאגט אפילו אז אין ביה''כ טאר מען נישט לערנען. וויבאלד עס הייסט נישט קיין הפסק מדברי תורה, ווייל אפי' אין ביה''כ איז מען עוסק במצוות כגון מקנח בשמאל. ממילא איז כאילו ער עוסק בתורה, ווייל ער איז מקיים דברי תורה יעדע רגע. הפלא ופלא!!