בלאט 1 פון 1

הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 09, 2024 9:03 pm
דורך דער רבי איז געזונט
לאמיר האלטן חשבון...

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 09, 2024 9:04 pm
דורך דער רבי איז געזונט
די הוטי רעבעלן פון תימן האבן ארויסגעשאסן א באראזש פון דראונס און מיסילס, וואָס צילן שיפן אינעם ים
ג' וארא פ״ד
די אַטאַקע האט פאסירט ביי די תימענער פּאָרט שטעט האָדידאַ און מאָכאַ, און די בריטישע מיליטער האט געזאגט אז די קאאליציע קרעפטן האבן באוויזן צו קאנפראנטירן די אטאקע און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן.

yiddish 24

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:23 pm
דורך ווער
די אמעריקאנער מיליטער האט לויט באריכטן דורכגעפירט א פרישע לופט באמבארדירונגן אין תימן, צילענדיג אויף 4 אנטי-שיף מיסעלס פון די האוטיס

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:24 pm
דורך ווער
אמעריקאנער נעווי סיעל קאמאנדאס האבן דורכגעפירט א געהיימע מיסיע צו פארכאפן איראנער מיסל חלקים אינטערוועגענס צו די האוטי רעבעלן אין תימן

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:35 pm
דורך אחת למעלה
ווער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:24 pm אמעריקאנער נעווי סיעל קאמאנדאס האבן דורכגעפירט א געהיימע מיסיע צו פארכאפן איראנער מיסל חלקים אינטערוועגענס צו די האוטי רעבעלן אין תימן
האט דאס א שייכות מיט די פארשוואונדענע נעיווי סיעלס?

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:37 pm
דורך דעת קדשי
אחת למעלה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:35 pm
ווער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:24 pm אמעריקאנער נעווי סיעל קאמאנדאס האבן דורכגעפירט א געהיימע מיסיע צו פארכאפן איראנער מיסל חלקים אינטערוועגענס צו די האוטי רעבעלן אין תימן
האט דאס א שייכות מיט די פארשוואונדענע נעיווי סיעלס?
זלמן ווידער זאגט אז ס'האט שייכות

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:45 pm
דורך אחת למעלה
דעת קדשי האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:37 pm
אחת למעלה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:35 pm
ווער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:24 pm אמעריקאנער נעווי סיעל קאמאנדאס האבן דורכגעפירט א געהיימע מיסיע צו פארכאפן איראנער מיסל חלקים אינטערוועגענס צו די האוטי רעבעלן אין תימן
האט דאס א שייכות מיט די פארשוואונדענע נעיווי סיעלס?
זלמן ווידער זאגט אז ס'האט שייכות
די אינטערעסאנטע פארט איז, אז אויב דאס וואלט געווען סוקסעספול וואלט מען בכלל נישט געוואוסט אז זיי האבן עפעס געטוען אזוי ווי רוב פון זייערע מיסיעס וואס איז היילי קלאסיפיצירט און אינטער שלייער.

אבער איינמאל זאכן גייען Wראנג מוז מען שוין רעדן דערפון...

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 17, 2024 10:42 am
דורך ווער
די אמעריקאנער רעגירונג איז ערווארטעט היינט צו מעלדן אז מען שטעלט צוריק די הוטי רעבעלן גרופּע אויף דער ליסטע פון טעראריסטישע ארגאניזאציעס.

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 26, 2024 10:05 am
דורך ניקל
פרישע מיסילס געשריבן צו אמעריקאנע שיפן, נישט באריכטער איבער פארוואונדעטע אדער געשעדיגט

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:23 pm
דורך ווער
די האוטי רעבעלן פון תימן זאגן אז זיי זענען גרייט פאר א לאנג-טערמיניגע קאנפראנטאציע מיט אמעריקא און ענגלאנד

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:22 pm
דורך מיילעך פריילעך
ווער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:23 pm די האוטי רעבעלן פון תימן זאגן אז זיי זענען גרייט פאר א לאנג-טערמיניגע קאנפראנטאציע מיט אמעריקא און ענגלאנד
איך מיין אז זיי זאגן די אמת...

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:34 pm
דורך דער רבי איז געזונט
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 9:22 pm
ווער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:23 pm די האוטי רעבעלן פון תימן זאגן אז זיי זענען גרייט פאר א לאנג-טערמיניגע קאנפראנטאציע מיט אמעריקא און ענגלאנד
איך מיין אז זיי זאגן די אמת...
או יעס

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: זונטאג מערץ 31, 2024 9:54 pm
דורך פופציגער
ווער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 4:23 pm די האוטי רעבעלן פון תימן זאגן אז זיי זענען גרייט פאר א לאנג-טערמיניגע קאנפראנטאציע מיט אמעריקא און ענגלאנד
וואס איז יעצט?

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 9:12 am
דורך מסתמא
כזעה עס נישט באריכטעט אויף קיין איין נארמאלע זייטל דערווייל.

ביטע נעמען מיט א טראק-לאוד מיט זאלץ.

אבער טאמער טאמער יא...

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 9:20 am
דורך מסתמא
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 9:12 am כזעה עס נישט באריכטעט אויף קיין איין נארמאלע זייטל דערווייל.

ביטע נעמען מיט א טראק-לאוד מיט זאלץ.

אבער טאמער טאמער יא...
די האוטוס קלעימען. די פענטאגאן לייקנט. (מיין מקור איז פון כלי שני’ס ושלישי’ס איבער דעם אז ביידע קלעימען לכאן ולכאן)

דערווייל שמעקט עס נישט וואר.

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 9:24 am
דורך מסתמא
Newsweek: Houthi military spokesperson Yahya Saree stated in a televised announcement that the missile attack was a direct response to the coalition's recent operations in Yemen. The Eisenhower has been involved in operations in the Red Sea since January.

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 9:35 am
דורך מסתמא
.

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 9:50 am
דורך מסתמא
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 9:24 am
Newsweek: Houthi military spokesperson Yahya Saree stated in a televised announcement that the missile attack was a direct response to the coalition's recent operations in Yemen. The Eisenhower has been involved in operations in the Red Sea since January.
רויטערס באריכטעט אויכעט די זעלבע. כזעה נישט אין ערגעץ אמעריקע זאל אפיציעל קאמענטן דערויף.

בקיצור האמיר א קלעים פון די שיכורע האוטיס. דארף אמעריקע יעדע מאל זיי ענטפערן און געבן רעלעווענס? מצד שני, אז סאיז נישט אפיציעל אפגעלייקנט לאזט עס די טיר אפן אז סאיז ”אפשר אפשר” יא אמת.

סאיז שווער צו גלייבן

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 6:52 pm
דורך שינאווער
אמעריקא האט דורכגעפירט א געהיימע אפאראציע ארויס צו פירן 11 תימענער ארעסטאנטן פון די גיטמא טורמע און זיי אריבער פירן קיין אמאן.

מיט דעם וואס די 11 תימענער ארעסטאנטן זענען באפרייט געווארן זענען פארבליבן נישט מער ווי 15 ארעסטאנטן אין די טורמע, אריין גערעכענט בלויז 6 וועלכע זענען פארמאל געווארן אנגעקלאגט. די יעצטיגע צאל איז א דראסטישע רעדוקציע פון די 40 ארעסטאנטן וואו עס האט געהאלטן ווען פרעזידענט ביידען איז אריין געקומען אין אפיס.

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 10:55 pm
דורך שינאווער
הוטי טעראר פירער אין תימן סטראשעט אז מדינת ישראל בירגער וואס ווילן שלאפן רואיג זאלן פארלאזן דאס לאנד‎.

דער הוטי באאמטער האזאם על אסאד, א מיטגליד פון די הוטי פאליטישע ביורא, האט געשריבן אז זיין ראט פאר אלע מדינת ישראל בירגער איז, אז אויב זיי ווילן קענען שלאפן רואיג, זאלן זיי וואס שנעלער אנטלויפן פון מדינת ישראל. די סטראשע איז געקומען איין טאג נאכדעם וואס על אסאד האט געווארנט אז די הוטיס וועלן פארזעצן מיט זייערע אטאקעס אויף מדינת ישראל, אין שטיצע פון די פאלעסטינער אין די אנגייענדיגע מלחמות.

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 06, 2025 10:56 pm
דורך שינאווער
א שיף אין פלאמען אין איינע פון די לעצטערע אטאקעס דורך די הוטיס אינעם רויטן ים.
24012709054501marlinluandamissilestrike_5_355278756.jpg
24012709054501marlinluandamissilestrike_5_355278756.jpg (81.01 KiB) געזען געווארן 343 מאל

Re: הוטי רעבעלן אטאקעס

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 29, 2025 8:13 pm
דורך שינאווער
נאך אנגעצויגענע חדשים מיט נאכאנאנדע אטאקעס דורך די האוטי רעבעלן אין תימן אויף אמעריקאנער האנדל שיפן, האבן אמעריקאנער קריגס שיפן זיך אנגעהויבן צו צוריקקערן צו אמעריקא נאך וואס די רעבעלן האבן צוגעזאגט אז זיי וועלן אפשטעלן זייערע אטאקעס וויבאלד א פייער אפשטעל איז אין קראפט צווישן מדנ"י און חאמאס.