די ברכה פון אשר יצר איז א שווערע ברכה אין טייטש גערעדט. איך ווייס נישט אויב עס איז דא נאך א ברכה וואס ווערט אזוי אויסגעשמועסט אין שלחן ערוך. איך האב פראבירט ארויסצונעמען די מערסט יסודותדיגע ענינים. און אדרבה, ווער עס האט עפעס מוסיף צו זיין זאל זיך ביטע נישט צוריק האלטען.
מקור הברכה.
די גמרא מסכת ברכות ס: זאגט אז ווען מען קומט ארויס פון ביה''כ זאל מען זאגן די ברכה אשר יצר.
די ברכה האבן חכמינו ז''ל מתקן געווען כדי צו דאנקען דעם אויבערשטען אויף דער גרויסער וואונדער מיט וואס ער האט באשאפען א מענטש, וואס דאס איז איינער פון די גרעסטע פלאות פון די בריאה, און דאס איז אז דער גוף פון א מענטש טיילט אפ די גוטע חלקים פון וואס ער עסט און פון דעם נעמט ער זיין נערונג. און די שלעכטע חלקים שפייט די קערפער אויס און ווערט פון דעם פטור.
וויבאלד עס פאסט נישט צו מאכן א ברכה ספעציעל אויף דעם, דעריבער האבן די חכמים אוועקגעשטעלט א ברכה וואס אינהאלט אין זיך נאר בכלליות איבער די וואונדער פון די מענטשליכע בריאה, און מען פארשטייט אליינס אז באמת לויבט מען אויף דעם חלק. (ערוך השלחן)
נוסח הברכה.
אשר יצר את האדם בחכמה.
דער אויבערשטער האט באשאפען א מענטש מיט חכמה. רש''י און אנדערע ראשונים זענען מסביר פשט, אז דער אויבערשטער האט באשאפען א מענטש און אים אנגעפילט מיט לופט, און ער דארף האבן די לופט אין זיך כדי צו קענען עקזעסטירן. און אעפ''כ וואס א מענטש איז פיל מיט לעכער, דאך האלט זיך די לופט אין אינעווייניג אינעם מענטש. וואס דאס איז אן אויסטערלישער חכמה.
תוס' ברענגט בשם המדרש תנחומא, אז בחכמה איז טייטש אז דער אויבערשטער האט באשאפען אדם הראשון נאר נאכדעם וואס ער האט אים צוגעשטעלט וואס צו עסן, און נישט אז אדם הראשון זאל דארפן ווארטען ביז די פירות וואקסען ארויס פון בוים. (אין עוז והדר מסורת הש''ס זאגט ער אז עס איז נישטא אזא תנחומא, אבער אז תוס' זאגט אזוי איז דאס אודאי געווען אמאל אין תנחומא)
רבינו מנוח על הרמב''ם און ווי אויך די מהרש''א שרייבען אז די ברכה איז א הודאה אויף דעם וואס דער אויבערשטער האט באשאפען די מענטש מיט חכמה, נישט אויף דעם אויבערשטענס חכמה. נאר הא גופא אז דער מענטש האט באקומען חכמה.
דער בית יוסף זאגט, אז באמת דארף מען בכלל נישט קיין ספעציפישער טעם אויף די ווארט בחכמה, ווייל דער גאנצער יצורת האדם איז איין שטיק חכמה פונעם אויבערשטען. און אזוי שטייט אויך אין אבודרהם, וז''ל, כי ברא את האדם מטיפה סרוחה ויכוננהו בחכמה.
נקבים נקבים.
פון בית יוסף איז משמע אז דאס איז דער יסוד הברכה, אז מען דאנקט אויף דעם וואס א מענטש האט נקבים, און אז מיט דעם דאנק מען אויף עשיית הצרכים.
חלולים חלולים.
אין די גמרא שטייט די נוסח חללים חללים, דער טור און ווי אויך אנדערע ראשונים שרייבען שוין צו אז מען זאל זאגן דוקא חלולים חלולים. די טעם שטייט אין ספר המנהיג, אז חללים איז א לשון פון טויטע (רבים חללים הפילה), דערפאר זאל מען נישט אזוי זאגן. (מעין זה וואס מען זאל נישט צוענדיגען די ברכה רופא חולים, ווי אויסגעשמועסט שפעטער)
דער בית יוסף זאגט נאך א טעם, אז וויבאלד ע''פ דקדוק איז נישט שייך קיין לשון בריאה אויף דער ווארט חללים, ממילא איז נישט שייך צו זאגן, וברא בו חללים, משא''כ וברא בו חלולים איז יא שייך, ווייל דאס מיינט אז ער האט באשאפען ליידיגע גלידער, דהיינו, דער מאגן, הארץ, בויך.
דער אבודרהם האט א נוסח חלים חלים, און אויף ווער עס זאגט חלולים חלולים זאגט ער איז א טועה, אבער ער געבט נישט צו פארשטיין פארוואס.
אין ספר המנהיג, און אזוי אויך אין טור, ברענגן זיי א רמז אז חלולים חלולים צוויי מאל, איז בגמטריא רמ''ח וואס דאס איז אנקעגן די רמ''ח אברים שבאדם. און אז פארדעם זאגן מיר צוויי מאל חלולים חלולים.
דער בית יוסף זאגט אז דער טעם פארוואס מיר זאגן צוויי מאל נקבים נקבים חלולים חלולים, איז וויבאלד אזוי ברענגען מיר ארויס אז מען רעדט דא פון גאר אסאך אברים און גלידער, און אז יעדער אבר פאר זיך איז א נס.
גלוי וידוע לפני כסא כבודך.
עס איז אן אינטערעסאנטע אויסדריקט וואס מען טרעפט נישט געווענדליך ביי אנדערע ברכות.
דער רבינו מנוח זאגט אז עס פאסט נישט צו דערמאנען ביי אזאלכע ענינים דער שם ד', דערפאר נוצט מען אזא מין כינוי כלפי יתברך שמו.
נאך א טעם ווערט געברענגט, אז לפני כסא כבודך גייט ארויף אויף פאר בריאות העולם, און פשט פון דעם איז, אז דער אויבערשטער האט ספעציעל אויסגעשטעלט א מענטש אויף דעם אופן אז ער זאל דארפען ארויסגיין, כדי ער זאל זיך נישט קענען גרויס האלטען.
שאם יפתח אחד מהם או יסתם אחד מהם אי אפשר להתקיים ולעמוד לפניך.
לויט רש''י ושאר ראשונים גייט דאס ארויף אויף וואס מען האט געזאגט פריער, דהיינו שאם יפתח אחד מהם מיינט אז אויב איינער פון די אברים החלולים לדוגמא די הארץ, וועט זיך עפענען אפילו נאר פאר איין מינוט. דעמאלטס איז אי אפשר להתקיים. און דער זעלבער איז מיט או יסתם אחד מהם, אויב ווערט דער מויל פארמאכט קען מען שוין נישט אטעמען.
א צווייטער טייטש זאגן אנדערע ראשונים דער אבודרהם, טור און נאך. אז דאס גייט ארויף אויף ווען א קינד ווערט געבוירען, וואס אויב בלייבט אים דער מויל פארמאכט אפילו אויף איין מינוט, אדער אויב זאל דער טבור פון ווי דער קינד איז יונק במעי אמו בלייבן אפען, דאן איז, אי אפשר להתקיים.
ווי אויך לייגט צו ר''י בן יקר. אז א תינוק במעי אמו איז נישט מוציא רעי, כדי נישט צו הרג'ענען די מאמע, נאר איינמאל ער ווערט געבוירען.
אן אנדערע טעם זאגט דער רבינו מנוח, אז דער גוף ווייסט פונקטלעך ווען זיך צו עפענען, און ווען זיך צו האלטען פארמאכט, און דער מענטש ליידט נישט פון קיין שלשול יעדן טאג...
אפילו שעה אחת.
אין די גמרא שטייט נישט די ווערטער ''אפילו שעה אחת''.
דער מהר''ם מרוטנבורג איז מסביר דער טעם פארוואס, ווייל מיר זעהען דאך אז א מענטש קען פארמאכען דאס מויל פאר א שעה, און ער בלייבט לעבן. ממילא איז דאס זאגן שעה אחת איבערגעטריבן.
רוב ראשונים לייגן יא צו די ווערטער אפילו שעה אחת, און דער בית יוסף פארענטפערט דאס. וויבאלד מען רעדט דא ווען א מענטש האלט שוין ביי דעם אז ער מוז צוקומען דאס צו עפענען, און אויב נישט שטארבט ער. למשל, אויב האט ער שוין נישט געגעסן זיבן טעג, אדער אויב האלט ער זיך איין פון ארויסגיין, ממילא עס קען אמאל קומען א זמן וואס אויב זאלן זיינע לעכער זיין פארמאכט, איז אי אפשר להתקיים אפי' שעה אחת.
לויט די צווייטער טעם פון שאם יפתח אז דאס גייט ארויף אויף ווען א קינד ווערט געבוירן איז פארשטיייט זיך גארנישט שווער אויף דער לשון שעה אחת.
רופא כל בשר ומפליא לעשות.
אין די גמרא איז דא א מחלוקת בנוגע די חתימת הברכה. שיטת רב איז מען זאל זאגן ברוך רופא חולים. האט אויף דעם שמואל אים געפרעגט, איז יעדער א חולה? ממילא ווי אזוי איז שייך צו זאגן ברוך רופא חולים? נאר וואס דען, מען זאל זאגן ברוך רופא כל בשר. רב ששת זאגט ניין, מען זאל זאגן ברוך מפליא לעשות. זאגט רב פפא לאמיר זאגן ביידע, ברוך רופא כל בשר ומפליא לעשות.
דאס וואס שמואל זאגט אז מען זאל זאגן ''רופא'' כל בשר הגם דער מענטש איז נישט קראנק. שרייבט ר''י בן יקר א ראיה אז מען קען אזוי זאגן אפילו פארן קראנק ווערן, אזוי ווי מיר זעהען אין פסוק, כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ד' רופאך. וואס דארט נוצט ער דעם לשון רופאך, נאך פאר דער מענטש איז קראנק.
רש''י ושאר ראשונים זענען מסביר, אז די לשון רופא כל בשר גייט ארויף אויף דעם עצם הליכה לביה''כ, וואס מיט דעם איז ער רופא כל בשר. און ומפליא לעשות איז ער מסיים מעין הפתיחה, דהיינו גייט ארויף אויפן אנהויב ברכה אשר יצר את האדם בחכמה. מיר דאנקען אויף די אויסטערלישע חכמה מיט וואס א מענטש איז באשאפען געווארן, און דאס איז ווי אויבן דערמאנט אז א מענטש איז פיל מיט לופט.
דער אבודרהם זאגט אז ומפליא לעשות, איז פשוט א דאנק אויף די digestive system.
דער רמ''א שרייבט אז דאס גייט ארויף אויף דער נשמה פון א מענטש וואס דאס איז א דבר רוחני א חלק אלקי, און דאס האלט זיך אין א גוף וואס איז א דבר גשמי, וואס דאס איז א פלא.
עס זענען דא וואס זענען גורס רופא חולי כל בשר ומפליא לעשות. (רא''ש, בית יוסף אזוי ברענגט ער דער לשון אין שלחן ערוך, ועוד הרבה אחרונים)
מילי דברכות - ברכת אשר יצר
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: מילי דברכות - ברכת אשר יצר
אין אסאך בתי מדרשים שטייט געדריקט אויף די אשר יצר סיין בשם ספר סדר היום, אז ווער עס זאגט די ברכה אשר יצר בכוונה וועט נישט דארפן צוקומען צו קיין דאקטער, און וועט קיינמאל נישט קראנק ווערן.
די פראבלעם איז נאר אז ווען מען קוקט אריין אין סדר היום שטייט בכלל נישט אזוי און אפילו נישט נאנט צו דעם. נאר בפשטות א טעות פון איינער וואס האט עס נישט גוט אפגעלערנט.
וז''ל הסדר היום. ואם האדם יהיה שלם בדעותיו ומכלכל במשפט דבריו, לא יחלה כל ימיו ולא יצטרך לרופא ולא לרפואתו. א''כ ודאי ראוי לברך בכונה גמורה ובדעת שלמה לרופא כל בשר ומפליא לעשות.
פשט דערפון איז ממש להיפך, אז דער אויבערשטער האט באשאפען א מענטש מיט א גאר שטארקער immune system און אויב א מענטש היט זיך אפ די געזונט אזוי ווי עס דארף צו זיין, דעמאלט ווערט ער נישט קראנק. און ממילא דארף מען דאנקען דעם אויבערשטען אויף דעם וואונדערליכע מתנה וואס ער האט אונז געגעבן, זאל מען דאס אינזין האבן ביי אשר יצר.
די פראבלעם איז נאר אז ווען מען קוקט אריין אין סדר היום שטייט בכלל נישט אזוי און אפילו נישט נאנט צו דעם. נאר בפשטות א טעות פון איינער וואס האט עס נישט גוט אפגעלערנט.
וז''ל הסדר היום. ואם האדם יהיה שלם בדעותיו ומכלכל במשפט דבריו, לא יחלה כל ימיו ולא יצטרך לרופא ולא לרפואתו. א''כ ודאי ראוי לברך בכונה גמורה ובדעת שלמה לרופא כל בשר ומפליא לעשות.
פשט דערפון איז ממש להיפך, אז דער אויבערשטער האט באשאפען א מענטש מיט א גאר שטארקער immune system און אויב א מענטש היט זיך אפ די געזונט אזוי ווי עס דארף צו זיין, דעמאלט ווערט ער נישט קראנק. און ממילא דארף מען דאנקען דעם אויבערשטען אויף דעם וואונדערליכע מתנה וואס ער האט אונז געגעבן, זאל מען דאס אינזין האבן ביי אשר יצר.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: מילי דברכות - ברכת אשר יצר
די ברכה פון אשר יצר איז נישט קיין חלק פון די ברכת השחר. נאר דאס איז א ספעציעלע ברכה וואס חז''ל האבן מתקן געווען ווען מען גייט ארויס אין ביה''כ. דאס וואס מיר זאגן היינט די ברכה אינאיינעם מיט ברכת השחר וברכת התורה, איז צוליב די תקנה פון ר' נטרונאי גאון, אז וויבאלד עס איז ידים עסקניות זאל מען אלעס מסדר זיין אויף איינמאל אין בית המדרש. און מהאי טעמא זאגן מיר אויך נישט אלקי נשמה תיכף ווען מיר שטייען אויף אזוי ווי עס שטייט אין די גמרא אז מען זאל טוהן.
ממילא אויב גייט מען אין ביה''כ אינדערפרי און מען זאגט נאכדעם אשר יצר, טאר מען נישט זאגן נאכאמאל אשר יצר ווען מען זאגט ברכת השחר, און אויב מען זאגט דאס יא, איז עס א ברכה לבטלה.
דער טעות איז לכאורה צושטאנד געקומען פון דעם וואס אין אבודרהם זאגט ער אז דער ברכה פון אשר יצר דארף מען מאכן א יעדן אינדערפרי, אפי' אויב מען איז נאכנישט געווען אין ביה''כ וכן פסק הרמ''א. און די טעם דערפון זאגט דער רמ''א אין דרכי משה, אז וויבאלד פארן זיך אפגיסען טאר מען נישט צורירן צו קיין שום עפענונגען פונעם קערפער, און נאר נאכדעם וואס מען וואשט זיך די הענט באקומען מיר דער צוטריט דערצו. ממילא מאכט מען א ברכה ''נקבים נקבים'' ווייל עס איז כאילו עס איז יעצט באשאפען געווארן.
די מגן אברהם זאגט נאך א טעם, און דאס איז פשוט אלץ חדשים לבקרים רבה אמנתך.
לכאורה פון דעם איז צושטאנד געקומען דעם טעות אז אשר יצר איז א חלק פון ברכת השחר, אבער ווי געזאגט איז דאס א טעות גמור.
ממילא אויב גייט מען אין ביה''כ אינדערפרי און מען זאגט נאכדעם אשר יצר, טאר מען נישט זאגן נאכאמאל אשר יצר ווען מען זאגט ברכת השחר, און אויב מען זאגט דאס יא, איז עס א ברכה לבטלה.
דער טעות איז לכאורה צושטאנד געקומען פון דעם וואס אין אבודרהם זאגט ער אז דער ברכה פון אשר יצר דארף מען מאכן א יעדן אינדערפרי, אפי' אויב מען איז נאכנישט געווען אין ביה''כ וכן פסק הרמ''א. און די טעם דערפון זאגט דער רמ''א אין דרכי משה, אז וויבאלד פארן זיך אפגיסען טאר מען נישט צורירן צו קיין שום עפענונגען פונעם קערפער, און נאר נאכדעם וואס מען וואשט זיך די הענט באקומען מיר דער צוטריט דערצו. ממילא מאכט מען א ברכה ''נקבים נקבים'' ווייל עס איז כאילו עס איז יעצט באשאפען געווארן.
די מגן אברהם זאגט נאך א טעם, און דאס איז פשוט אלץ חדשים לבקרים רבה אמנתך.
לכאורה פון דעם איז צושטאנד געקומען דעם טעות אז אשר יצר איז א חלק פון ברכת השחר, אבער ווי געזאגט איז דאס א טעות גמור.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1646
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 4011
Re: מילי דברכות - ברכת אשר יצר
אגב, זענען דא וואס לערנען אז די ברכה אשר יצר מאכט מען נאר איינמאל א טאג, און נישט יעדע מאל מען גייט ארויס דארף מען פון פריש מאכן אן אשר יצא. (מחזור ויטרי)
Re: מילי דברכות - ברכת אשר יצר
זייער שיין! אינטערסאנט און גוט אפגעשריבן!
יישר כח @נקודות טובות פאר דעם און פאר דיינע אוצרות וואס דו ברענגסט דא צום טיש.
יישר כח @נקודות טובות פאר דעם און פאר דיינע אוצרות וואס דו ברענגסט דא צום טיש.
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.