בלאט 1 פון 1

הייזעריגע געזאנגען... טלינגלאנגלאנג...

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:31 pm
דורך פופציגער
קלינג קלאנג, בלינג בלאנג...
יור קאל איז ווערי אימפארטענט טו אָס...
אויף האלד, וועט נישט נעמען לאנג...
דערווייל שפילן די מוזיק לאז...

ער וועט שוין זיין מיט דיר...
דער נעקסט רעפרעזענטעטיוו עוועילעבל...
מיר עקספיריענסן יעצט אן א שיעור...
אזויפיל אריינרופער, אנבעליוועבל...

פאר עספאניאלע אפרימא דאָס...
דער שפאנישער דארט שטאלצירט...
און איידער איך פארגעס...
דער קאל ווערט רעקארדירט...

טרעינינג און סעקיורעטי פורפעסעס...
יא, איך הער קלאר...
קען מען דען רעקארדירן א שמועס...
וואס קומט נישט פאר?...

קלינג קלאנג, בלינג בלאנג...
איך ווארט מיט שפאנונג...
זינגט זיך דער האלד'ישן געזאנג...
וואס וויל ער, כאניש קיין אנונג...

דער געזאנג ווערט שוין הייזעריג...
ווערט שוואך און שטיל...
אייגענטליך, ער ווערט ווערייזאנ'דיג...
זאגט זיך בעסער פיל...

העלאו??? העלאאאאאאאו???

מאדנע. דער פירמע וואס דארף צושטעלן שנעלע קאמיוניקאציע, איז אזוי שווער צו כאפן און קאמיוניקירן.

איך זיץ יעצט דא און כהער זיך צו צו די הילכיגע האלד געזאנגען, כ'קעניש אריינלאגן צו מיין אקאונט פארטעל ווייל כהאב צופיל מאל געטרייט די ראונג פעסווארד... האב איך טאקע? א מכה אין בוידעם! נישט נאר קאמיוניקירן קען מען נישט, נאר זייער פארטעל ארבעט שטייט ווי אן עלעפאנט ביים געניצן, און כאפט פלעין נישט אויף! ביסט א מבין...

ווארט איך יעצט אויף די ליין, נאכ'ן צען מאל אריינזאגן אינעם טעלעפאן "אין וואן אר טו סענטענסעס" מיין פראבלעם, נאך וואס זייער סאפיסטיקירטע סיסטעם פארשטייט זיך מיט'ן מענטש ווי ספירה רעגן מיט'ן שניי שארער... דערמאנט האב איך מיר פון "טעל מי מאור", און געווארן פרוסטרירט.

אקעי, דערווייל לאמיך טרייען צו אפלערנען די קלאנגען וואס איך הער דא זייענדיג אויף האלד:

טיקטאקאראראם... דער אינגערמאן ווארט נאכאלץ דא...
טיריראראלאראלאם... לאמיר דערווייל אריינהאקן א לאנטש דא...
רינגלאנגלינגלאמלאם... ער מיינט זיכער אז מיר זענען טויט ביזי...
דא גייט ארויף צו א ווילדערן ריטעם - לינגלאמלאמטאמלאם!... זאל ער פלאצן!...

---- אקעי, איינער האט דא אויפגעהויבן ענדליך. ביי.

(אראפגעקלאפט ווילדערהייט בשעת'ן ווארטן אויף האלד... אנטשולדיגט מיר אויב ס'קלאפט נישט געהעריג איין ווארט מיט'ן צווייטן [יעצט האלט איך אויף דעם רעפרעזענטעטיוו מיט'ן צושרייבן דעם שורה...])

Re: הייזעריגע געזאנגען... טלינגלאנגלאנג...

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 6:57 pm
דורך להגדיל הטראסק
האלאו! ס'עפעס זונטאג היינט????
גיימער עס ליינען ווענעכעל האבן צייט אי"ה.

Re: הייזעריגע געזאנגען... טלינגלאנגלאנג...

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 8:51 pm
דורך חצקל משמש
צרת רבים חצי נחמה,

האסט א פיינעם פעדער.

Re: הייזעריגע געזאנגען... טלינגלאנגלאנג...

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 10:17 pm
דורך וואוילער
האהאהאהאהאהא... יויש ביסטו גוט!

Re: הייזעריגע געזאנגען... טלינגלאנגלאנג...

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 09, 2024 10:08 pm
דורך פליט
כאב פלעין רחמנות אויף די נישט איינגעשריבענע וואס האבן דאס געליינט, זיי קענען נעבעך נישט געבן א לייק...
כפיל זייער פעין.

Re: הייזעריגע געזאנגען... טלינגלאנגלאנג...

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 5:04 pm
דורך לאקאלער רב
נאכדעם קומט נאך א "טענקס פאר יאר פעישענט"...
אוודאי, נאכן קראכן א 37 מינוט אויף האלד וואס בינעך אויב נישט א פעישענט???

Re: הייזעריגע געזאנגען... טלינגלאנגלאנג...

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 16, 2024 3:57 pm
דורך אחת למעלה
@פופציגער אן עלעפאנט ביים געניצן זינגט הייזעריג?!

יוש וואס דו שרייבסט דא צאם...