בלאט 1 פון 6

טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 9:18 pm
דורך בינת הלב
זיי ענדערש קלענער אבער גרעסער, ווי איידער גרעסער אבער קלענער.


(הוי זנב לאריות ואל תהיה ראש לשועלים)

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 9:52 pm
דורך אני-הק'
נעם ענדערש די לאנגע וועג וואס איז קורץ, ווי איידער די קורצע וועג וואס איז לענגער.



דרך ארוכה וקצרה, דרך קצרה וארוכה

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 9:52 pm
דורך בינת הלב
די אנהויב איז אלעמאהל געשמאק, די אינדערמיט איז אלעמאהל שווער, די סוף איז אלעמאהל גאר גוט. (נישט אייביג קען מען מיטהאלטן אלע דריי פאזעס)

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: זונטאג יולי 16, 2023 11:28 pm
דורך באבא נתן
איך זיך נישט איינער וואס קען צונעמען א נושא, איך זיך איינער וואס קען עס צוזאמשטעלן.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 12:36 am
דורך בינת הלב
ביטע נאר שרייבן זאכן וועלעכע שטימען מיט'ן קעפל פון ס'אשכול.

ישר כוח.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:11 am
דורך אסמכתא בעלמא
באבא נתן האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:28 pm איך זיך נישט איינער וואס קען צונעמען א נושא, איך זיך איינער וואס קען עס צוזאמשטעלן.
שטארק!! נאכנישט געהערט דעם סטעיטמענט קיינמאל. טיף און גוט.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:33 am
דורך באבא נתן
Screenshot 2023-07-17 142518.png
Screenshot 2023-07-17 142518.png (107.03 KiB) געזען געווארן 992 מאל

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:53 am
דורך פריש
באבא נתן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:33 am Screenshot 2023-07-17 142518.png
א גוט ווארט דאס. אויף וואס ארויף האט ער עס געזאגט?

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:54 am
דורך באבא נתן
פריש האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:53 am
באבא נתן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:33 am Screenshot 2023-07-17 142518.png
א גוט ווארט דאס. אויף וואס ארויף האט ער עס געזאגט?
trads

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:55 am
דורך פריש
באבא נתן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:54 am
פריש האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:53 am
באבא נתן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:33 am Screenshot 2023-07-17 142518.png
א גוט ווארט דאס. אויף וואס ארויף האט ער עס געזאגט?
trads
זיי מסביר מער פאר די אומוויסנדע.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:57 am
דורך באבא נתן
פריש האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:55 am
באבא נתן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:54 am
פריש האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:53 am

א גוט ווארט דאס. אויף וואס ארויף האט ער עס געזאגט?
trads
זיי מסביר מער פאר די אומוויסנדע.
מעטא האט געעפענט א קאמפעטישען צו טוויטער מיטן נאמען טרעדס און מאסק האלט אז זיי האבן געגאנבעט אינפאו פון טוויטער דורך די אפגעזאגטע\געווארפענע\פארווייטאגטטוויטעאיינגעשטעלטע...

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 9:58 am
דורך פריש
באבא נתן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:57 am
פריש האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:55 am
באבא נתן האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:54 am

trads
זיי מסביר מער פאר די אומוויסנדע.
מעטא האט געעפענט א קאמפעטישען צו טוויטער מיטן נאמען טרעדס און מאסק האלט אז זיי האבן געגאנבעט אינפאו פון טוויטער דורך די אפגעזאגטע\געווארפענע\פארווייטאגטטוויטעאיינגעשטעלטע...
אהא, א דאנק פארן ערלקערן.

טאקע "קורץ און שארף", יישר כח פארן ברענגען, ברענג ביטע נאך אזעלכע ווערטער.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 12:02 pm
דורך שמוליק
וואס מיינט טראכטונגען???

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 12:21 pm
דורך א קלער
שמוליק האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:02 pm וואס מיינט טראכטונגען???
מחשבות..
פראבירט זיך צו האלטן צו נושא

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 12:25 pm
דורך שמוליק
א קלער האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:21 pm
שמוליק האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:02 pm וואס מיינט טראכטונגען???
מחשבות..
שכח פארן ענטפערן!👍

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 12:33 pm
דורך בינת הלב
הכנעה און חוצפה מוזן אלעמאהל גיין אינאיינעם.

אויב גייט מען נאר מיט חוצפה קען מען גארנישט קונה זיין, אויב גייט מען נאר מיט הכנעה קען מען גארנישט מַקנה זיין.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 1:59 pm
דורך יש משהו
די סוד פון א גוטע דרשה:
א גוטע אנהייב. א גוטע סוף. און ווי ווייניגער אינמיטן.

(@בינת הלב, גענוג קורץ און שארף??)

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: מאנטאג יולי 17, 2023 2:02 pm
דורך בינת הלב
יש משהו האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:59 pm (@בינת הלב, גענוג קורץ און שארף??)
קורץ און לאנג זענען רעלאטיוו. אמאהל איז דא א זאך וואס מען וואלט ווען געדארפט אוועקגעבן צוואנציג בלאט עס מסביר צו זיין, סוי ווען דו פילסט אן איין גאנצע בלאט עס מסביר צו זיין הייסט דאס קורץ.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: פרייטאג יולי 28, 2023 4:39 am
דורך בינת הלב
א מצוה טוט מען נישט כדי צו שפירן גוט, און א עבירה טוט מען נישט - נישט כדי נישט צו שפירן שלעכט.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: פרייטאג יולי 28, 2023 6:21 am
דורך אהרן זאב
לאז נישט די וועלט טוישן דיין שמייכל.
מאך דיין שמייכל זאל טוישן די וועלט.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: פרייטאג יולי 28, 2023 1:37 pm
דורך קשאנובער
Don't Compare Your Inside To Someone Else's Outside.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: פרייטאג יולי 28, 2023 1:39 pm
דורך טראפקעלע
כ'בין צו ארעם צו קויפן די ביליגערע...

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: פרייטאג יולי 28, 2023 1:41 pm
דורך טראפקעלע
מ'זאגט נאך פון נאפאליאן (פארוואס נישט..)
מאך צו מיינע קנעפלעך שטאט, וויל איך יאג מיך.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 7:10 am
דורך בעריש סגל
געוויסע מימרות זען אויס פון אויבן אויף צו האבן אן עמקות, אבער ווען מ'קריכט אריין טיפער זענען זיי זייער אויבערפלעכליך.

Re: טראכטונגען: קורץ און שארף!

געפאוסט: זונטאג יולי 30, 2023 3:41 pm
דורך בינת הלב
יעדע עמקות ווען דו ביסט יורד לעומקו ווערט עס א פשטות.