הרה"ק רבי לייבוש מאוז'רוב זצ"ל - כ"ג טבת

אונזער היסטאריע
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 462

הרה"ק רבי לייבוש מאוז'רוב זצ"ל - כ"ג טבת

פאוסט דורך דער ידען »

מארגן כ"ג טבת פאלט די יארצייט פון הגאון הקדוש רבי יהודה ארי' לייב אפשטיין זצ"ל, באקאנט אלס רבי לייבוש מאופולא.

ער איז געווען פון די אדירי התורה וחסידות אין פולין, פאר ארום הונדרעט פופציג יאר צוריק - ער איז געווען בדורו א "רבן של כל בני הגולה".
ער האט זיך געדרייט ביי צדיקי עולם תלמידי דרך הבעש"ט הק' - ה"ה - דער הייליגער חוזה, דער הייליגער היהודי הקדוש פון פרשיסחא, דער הייליגעראוהב ישראל, דער הייליגער אור לשמים רבי מאיר'ל אפטא'ער, און נאך צדיקים וקדושים.
בערך דריי יאר פאר די הסתלקות פון זיין רבי די חוזה האט ער אנגעהויבן פירן א רבנות אין די שטעטל "אוז'רוב", (נעבן די שטאט אפטא).
דערנאך איז ער געווארן רב בק"ק "אופולא" עד יום האחרון

אסאך סיפורים ווערט פארציילט אויף די צדיק - די עולם איז מכובד צו שרייבן וואס מען ווייסט איבער אים...

זי"ע

ער איז נסתלק געווארן כ"ג טבת שנת תקצ"ז ומנו"כ באופולא
שרייב פאוסט