בלאט 1 פון 3
פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:21 am
דורך גבריאל
גוט שבת, גוט שבת...
איך ווייס נישט וועגן ענק, אבער איך האב אייביג געהאט א האבי נאך פון אלס בחור, צו זינגען ביים שבת סעודה ניגונים פון יענע וואכעדיגער פרשה.
בשעת'ן מעביר סדרה זיין ערב שבת, פלעג איך איינקריצן אין מוח די ווערטער פון די פרשה וואס האבן א באקאנטע ליד דערויף, און דאס זינגען ביים סעודת שבת.
שטייענדיג אצינד א גוטע צען יאר שפעטער, ווען יעדן שבת זינגען מיר שיינע פרשה לידער, עפן איך דעם טעמע פאר נאך אידן מיט דער זעלבער האבי, און היידא, זינגט, קוועלט און האט הנאה.
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:22 am
דורך גבריאל
לא איש דברים אנכי - מושי גליק, מאטי אילאוויטש און ידידים כאר.
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:24 am
דורך גבריאל
משה רבינו - פרייליך בענד, שמואלי אונגאר און שירה כאר.
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:59 pm
דורך גבריאל
פן ירבה, כן ירבה - פייער בענד, זאנוויל וויינבערגער און מלכות כאר.
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 4:55 pm
דורך וואוילער
גוט גוט, ס'ברענג אריין א טעם אין די פרשה.
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 4:55 pm
דורך וואוילער
גבריאל האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:59 pm
פן ירבה, כן ירבה - פייער בענד, זאנוויל וויינבערגער און מלכות כאר.
דעס האקט זיך אפ אינמיטן די אינטרא
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 5:46 pm
דורך גבריאל
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 4:55 pm
גבריאל האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:59 pm
פן ירבה, כן ירבה - פייער בענד, זאנוויל וויינבערגער און מלכות כאר.
דעס האקט זיך אפ אינמיטן די אינטרא
ווייס איך נישט פארוואס, פרובירט עטליכע מאל איבער צו לייגן, בלויז ווען איך עפן עס מיט מיין אימעיל אדרעס עפנט זיך די גאנצע, ווען איך טויש צו אן אנדערע אימעיל עפנט זיך בלויז 44 סעקונדעס. אינטערעסאנט
זאנוויל וויינבערגער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:16 pm
דורך רואה חשבונות
ביים וואסער דארט ליגט משה אליין, משה אליין, משה'לע אליין, אין זיין קליינעם קעסטעלע וויינט ער א געוויין, א געוויין, א געוויין.
פרעה טאכטער הערט עס אויס, און איר הארץ גייט אויס.
ווייל די צדיקים זאגן אז ווען א אידיש קינד וויינט, ער וויינט, ער וויינט, ער וויינט, קען מען נישט שטיין פונדערווייט.
אוי יאם, אוי יאם...
__
והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו, והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו.

ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין פאר א קינד'ס געוויין.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין ווען א אידיש קינד וויינט.

איי איי..
__
טאטע, ווי אזוי קענסטו זאגן ניין, ווען דיינע קינדערליך שטיין שרייען און בעטן מיט געוויין?
ווי אזוי, ווי אזוי קענסטו זאגן ניין, פאר אזויפיל רפאנו'ס שמע קולינו'ס לויטער און ריין?
ווי אזוי קענסטו זאגן ניין, ווען טויזטער יארן פון גלות צו גלות מיר גיין?
אט אזוי גיין מיר שוין אהיים, ושבו בנים לגבולם ונאמר אמן!
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:21 pm
דורך וואסאפשט
גבריאל האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:24 am
משה רבינו - פרייליך בענד, שמואלי אונגאר און שירה כאר.
האט זיך געלוינט אפי' נאר צו זען שמואלי פון אמאל#
Re: זאנוויל וויינבערגער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:56 pm
דורך רואה חשבונות
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:16 pm
ביים וואסער דארט ליגט משה אליין, משה אליין, משה'לע אליין, אין זיין קליינעם קעסטעלע וויינט ער א געוויין, א געוויין, א געוויין.
פרעה טאכטער הערט עס אויס, און איר הארץ גייט אויס.
ווייל די צדיקים זאגן אז ווען א אידיש קינד וויינט, ער וויינט, ער וויינט, ער וויינט, קען מען נישט שטיין פונדערווייט.
אוי יאם, אוי יאם...
__
והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו, והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו.
והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו, והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין פאר א קינד'ס געוויין.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין ווען א אידיש קינד וויינט.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין פאר א קינד'ס געוויין.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין ווען א אידיש קינד וויינט.
אוי יאם, אוי יאם...
__
והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו, והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין פאר א קינד'ס געוויין.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין ווען א אידיש קינד וויינט.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין פאר א קינד'ס געוויין.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין ווען א אידיש קינד וויינט.
איי איי..
__
טאטע, ווי אזוי קענסטו זאגן ניין, ווען דיינע קינדערליך שטיין שרייען און בעטן מיט געוויין?
ווי אזוי, ווי אזוי קענסטו זאגן ניין, פאר אזויפיל רפאנו'ס שמע קולינו'ס לויטער און ריין?
ווי אזוי קענסטו זאגן ניין, ווען טויזטער יארן פון גלות צו גלות מיר גיין?
אט אזוי גיין מיר שוין אהיים, ושבו בנים לגבולם ונאמר אמן!
קען איינער ברענגען די רעקארדינג. ס'איז א הערליכע ניגון.
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:03 pm
דורך גבריאל
גבריאל האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 5:46 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 4:55 pm
גבריאל האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:59 pm
פן ירבה, כן ירבה - פייער בענד, זאנוויל וויינבערגער און מלכות כאר.
דעס האקט זיך אפ אינמיטן די אינטרא
ווייס איך נישט פארוואס, פרובירט עטליכע מאל איבער צו לייגן, בלויז ווען איך עפן עס מיט מיין אימעיל אדרעס עפנט זיך די גאנצע, ווען איך טויש צו אן אנדערע אימעיל עפנט זיך בלויז 44 סעקונדעס. אינטערעסאנט
פארראכטן. געדארפט פון פריש דאונלאדען און קאנווערטן צו א העכערע רעזאלוציע. שכח פאר'ן אויפמערקן.
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 8:03 pm
דורך בערל דער פייפער
יישר כח פאר'ן גיין פתיחה, פיינע איידיע.
ר' יו"ט ערליך ז"ל
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:12 am
דורך רואה חשבונות
ביין סנה
אין לאנד דארט פון די פעראמידען
מיט טויזנטער יארן צוריק
געוואוינט האט דער פאלק פון די אידן
אין שלום, אין נחת, און גליק
פון הייליגע ליכטיגע שטאמען
נאך יעקב אבינו געזעהן
מיט איהם נאך געקומען צוזאמען
ווען יוסף איז קעניג געווען
די צייט איז אוועק, און ביטערע טעג
עס זיינען געקומען מיט שרעק
מען האט זיי פארקנעכט, באהאנדלט זיי שלעכט
געמאטערט זיי טעג ווי די נעכט
דער לעבן איז געוועזן זייער ביטער
די ארבייט אויפן פעלד געווען איז שווער
פרעה האט באפוילען זיינע היטער
די אידן זאלן ארבייטן וואס מער
די אידן האבן נישט געהאט קיין גלויבן
קיינער האט זיי ניט דערציילט דעם סוד
אז ס'איז דא א גרויסער ג-ט פון אויבן
און ער האט ליב דעם איד און איז זיין ג-ט
כהנים, און לויים, מיט די זקנים
זיי אליין געוואוסט האבן פון דעם
זיי פלעגן זיך צונויף קלויבן אינאיינעם
און רעדן פון די גרויסקייט פון השם
מליאנען אידן געווען זענען געפאנגען
געגלויבט נאר אין דער מצרי'שער קולטור
אין נילוס, און אין שעפסן, און אין שלאנגען
און אין אלע כוחות פון נאטור
מען האט זיי ניט געלאזט צוזאמענקומען
און הערן פון די זקנים עפעס וואס
און פרעה'ן האבן אלע אנגענומען
אז ער איז פון אלץ דער בעל הבית
און ווייט איבער וועגן מיט שלאנגען
מדבריות גאר אן א סוף
איז משה רבינו געגאנגען
צו ברענגען אהיים זיינע שאף
און איינמאל ביי איהם האט געטראפן
א שעפס איז אין מדבר אוועק
איז משה רבינו געלאפן
צוריק ברענגען איהר אויפן וועג
ער זעהט פלוצלינג איין, א ליכטיגער שיין
א דארן עס שטייט און עס ברענט
ער גייט צו צי זעהן, וואס איז געשעהן
ער ברענט און ער ווערט נישט פארברענט
פלוצלינג, הערט ער איין עס רעדט דער דארן
משה, משה, הערט ער מיטאמאל
משה איז דערשראקן גלייך געווארן
ער הערט אז פון דעם דארן רעדט דער קול
טוה אויס די שיך מען גייט דיר זאגן סודות
ווייל הייליג איז דער ארט דא וואו דו שטייסט
דאס רעדט דער ג-ט פון דיינע גרויסע זיידעס
אברהם יצחק יעקב ווי דו ווייסט
גיי צום קעניג פרעה אין מצרים
און זאג איהם אלעס דאס וואס איך זאג דיר
אלע אידן זאל ער באלד באפרייען
זיי דארפן גיין אין מדבר דינען מיר
און פרעה וועט זיך כעס'ן און זיך בלאזן
גרויסע וואונדער וועלן דאן געשעהן
און ער וועט דעם איד ניט ארויסלאזן
ביז ער וועט דאך קריגן מכות צעהן
און ג-ט האט איהם באוויזן אלע וועגן
ווי צו ווייזן וואונדער דורכאנאנד
ווי אזוי א שלאנג, ווערט פון א שטעקן
און ווי פלוצלינג קרעציג ווערט די האנט
און משה אין מצרים איז געקומען
צו די זקנים איז ער גלייך אוועק
און אלע וואונדער ווייזן זיי גענומען
געזאגט אז צו דעם גלות איז א עק
Re: זאנוויל וויינבערגער
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 10:42 am
דורך גבריאל
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:56 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 6:16 pm
ביים וואסער דארט ליגט משה אליין, משה אליין, משה'לע אליין, אין זיין קליינעם קעסטעלע וויינט ער א געוויין, א געוויין, א געוויין.
פרעה טאכטער הערט עס אויס, און איר הארץ גייט אויס.
ווייל די צדיקים זאגן אז ווען א אידיש קינד וויינט, ער וויינט, ער וויינט, ער וויינט, קען מען נישט שטיין פונדערווייט.
אוי יאם, אוי יאם...
__
והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו, והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו.
והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו, והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין פאר א קינד'ס געוויין.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין ווען א אידיש קינד וויינט.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין פאר א קינד'ס געוויין.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין ווען א אידיש קינד וויינט.
אוי יאם, אוי יאם...
__
והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו, והנה נער בכה, והנה נער בכה, ותחמל עליו.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין פאר א קינד'ס געוויין.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין ווען א אידיש קינד וויינט.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין פאר א קינד'ס געוויין.
ווי אזוי קען מען זאגן ניין? ניין, ניין, ניין ווען א אידיש קינד וויינט.
איי איי..
__
טאטע, ווי אזוי קענסטו זאגן ניין, ווען דיינע קינדערליך שטיין שרייען און בעטן מיט געוויין?
ווי אזוי, ווי אזוי קענסטו זאגן ניין, פאר אזויפיל רפאנו'ס שמע קולינו'ס לויטער און ריין?
ווי אזוי קענסטו זאגן ניין, ווען טויזטער יארן פון גלות צו גלות מיר גיין?
אט אזוי גיין מיר שוין אהיים, ושבו בנים לגבולם ונאמר אמן!
קען איינער ברענגען די רעקארדינג. ס'איז א הערליכע ניגון.
והנה נער בוכה - זאנוויל וויינבערגער און מלכות כאר.
Re: פרשה לידער
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:05 am
דורך וואוילער
הערליך!
Re: פרשה לידער
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 1:46 pm
דורך שוואכע הערצער
זייער א פיינע אשכול!
Re: פרשה לידער
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:06 pm
דורך מאטאווירט
פרעג איך מיין נורסערי אינגעלע וועלכע ניגון ער קען פון די פרשה די וואך, זינגט ער מיר מיט נעימות "שמות די נעמען, פרעה מעג זיך שעמען..."
Re: פרשה לידער
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:31 pm
דורך מירון
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:05 am
הערליך!
Re: פרשה לידער
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:15 am
דורך גבריאל
והוצאתי והצלתי - ליפא שמעלצער
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 17, 2024 12:57 pm
דורך גבריאל
ויהי בחצי הלילה = דא וואוינט א איד - פרייליך בענד, לוי פאלקאוויטש און לב כאר.
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:03 pm
דורך גבריאל
זכרתי לך חסד נעורייך - מרדכי בן דוד
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:07 pm
דורך גבריאל
לכתך אחרי במדבר - א טיעם בענד, מאטי שטיינמעץ און שירה כאר.
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:12 pm
דורך דעת קדשי
מאטאווירט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:06 pm
פרעג איך מיין נורסערי אינגעלע וועלכע ניגון ער קען פון די פרשה די וואך, זינגט ער מיר מיט נעימות "שמות די נעמען, פרעה מעג זיך שעמען..."
לייג עס אין די מעלות...מיין דריי יעריגס....
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 17, 2024 2:42 pm
דורך גבריאל
פרעה מיט פעזשאמעס - שלעפינג נחת
Re: פרשה לידער
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:18 pm
דורך שמח
גבריאל האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 17, 2024 2:42 pm
פרעה מיט פעזשאמעס - שלעפינג נחת
פעך, ממש ווי די מצריים....