בלאט 1 פון 1
ברוך דיין האמת - הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 9:33 pm
דורך פרישער בחור
ברוך דיין האמת - שר וגדול נפל בישראל! - תורה תורה חגרו שק:
מיט גרויס צער ווערט אויפגענומען אז יעצט איז נפטר געווארן הגאון האדיר רבי מתתיהו סאלאמאן זצוק"ל משגיח ישיבה ד'לעיקוואד אין עלטער פון 86 יאר.
די לויה וועט ארויסגיין מארגן פון בית מדרש גבוה ד'לעיקוואד, ווייטערדיגע פרטים וועלן נאכפאלגן.
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:06 pm
דורך נפתלי
פרישער בחור האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 02, 2024 9:33 pm
ברוך דיין האמת - שר וגדול נפל בישראל! - תורה תורה חגרו שק:
מיט גרויס צער ווערט אויפגענומען אז יעצט איז נפטר געווארן הגאון האדיר רבי מתתיהו סאלאמאן זצוק"ל משגיח ישיבה ד'לעיקוואד אין עלטער פון 86 יאר.
די לויה וועט ארויסגיין מארגן פון בית מדרש גבוה ד'לעיקוואד, ווייטערדיגע פרטים וועלן נאכפאלגן.
בד"א
געווען נישט געזונט אפאר יאר צוריק
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:13 pm
דורך פרישער בחור
.
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:21 pm
דורך טיפע טאשן

- IMG_20240102_212941_345.jpg (224.29 KiB) געזען געווארן 807 מאל
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:22 pm
דורך א קלער
בד”ה נישט געווען עלטער פון 86?
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:25 pm
דורך ענותן
געווען משגיח אין לעיקוואוד לאנגע יארן, פארדעם אין געטסהעד. אַ טייל פון זײנע שמועסן זענען געווען געדרוקט אין די ספרים מיטן נאמען "מתנת חיים".
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 11:23 pm
דורך פקק
ער איז געווארען באקאנט פאר די אמעריקאנער ווייל הר"ר ליפא מרגליות ז"ל פלעגט אים אריינברענגען יעדער חודש (אפשר צוויי מאל א חודש) אויף די קאנקארד זאגען שמועס'ן אין ישיבה תורה תמימה.
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 1:05 am
דורך רואה חשבונות
מאנכע זאגן אז דער ראש ישיבה איז אלט געווען 91 יאר.
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:25 am
דורך טיפע טאשן
מיט הג"ר משה פיינשטיין זצ"ל
קרעדיט @ישראל הלוי
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:27 am
דורך טיפע טאשן

- 6f904531e95344759fca2212e7c9c375.jpg (99.63 KiB) געזען געווארן 682 מאל
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:58 am
דורך מרדכי מנחם
תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים:
מיט ערשיטערטע הערצער נעמט כלל ישראל אויף די ביטערע בשורה פונעם עיר התורה והחסידות לעיקוואד, איבער די הסתלקות לשמי מרום פון מרן הגה"צ רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל משגיח ישיבה בית מדרש גבוה ד'לעיקוואד, אין עלטער פון 86 יאר.
דער משגיח זצ"ל האט פאר לאנגע יארן משמש געווען אלס מרביץ תורה און בעל מוסר פאר צענדליגע טויזענטער תלמידים, צוערשט אין די בארימטע געיטסהעד ישיבה, און דערנאך פאר די לעצטע צענדליגע יארן אין די גרעסטע תורה אימפעריע אין אמעריקע די גרויסע לעיקוואדער ישיבה. .
אבידה היא שאין לה תמורה, אוי לה לספינה שאבדה קברניטה, גאר שרעקליך איז די אבידה פאר די עולם התורה און די ליטווישע קרייזן, ווען עס איז אוועקגעריסן געווארן דער אדם הגדול בענקים אויף וועם יעדער האט ארויפגעקוקט, דער שר התורה וואס האט געטראגן על לוח לבו גאנץ כלל ישראל און זיך געזארגט אויף די עתיד הדורות יעדע איינציגסטע טאג. דער איש על העדה וואס האט אויפגעשטורעמט כלל ישראל איבער די שרעקליכע סכנה פון טעכנעלאגיע, און דער גאון בתורה וואס האט מדריך געווען אן א שיעור תלמידים נאמנים לשם ולתורתו.
צענדליגע טויזענטער אידן זענען ערווארטעט אנטייל צו נעמען ביי די גרויסע לוויה היינט מיטאג אין היכל ישיבת בית מדרש גבוה ד'לעיקוואד, פון דארט וועט די מיטה געפירט ווערן קיין ארץ ישראל וואו דער משגיח וועט מארגן קומען לקבורה במעמד קהל רב.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:13 am
דורך ניקלע
ברוך דיין האמת
א ערליכער איד מיט א ריינע השקפה
גאנץ אנהויב איז ער געווען פון די וואס האבן דערשטיקט די ציוניסטישע רוח פון אריינקומען אין לעיקוואוד.
יהא זכרו ברוך
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:14 am
דורך ווער

- IMG_9354.JPG (186.73 KiB) געזען געווארן 651 מאל
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 12:00 pm
דורך ווער
פילע טויזענטער פילן אן די גאסן ארום ישיבה ביהמ"ד גבוה לעיקוואוד, אפצוגעבן די כבוד האחרון פאר הגאון הגדול רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
Re: ברוך דיין האמת הגאון רבי מתתיהו סאלאמאן זצ"ל
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:06 pm
דורך פרישער בחור
מיט האדמו"ר מסקווירא