אפשפרעכן עין הרע

שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2168
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2637

אפשפרעכן עין הרע

פאוסט דורך שבת קודש »

איז דא א ענין זיך אפצושפרעכען פון עין הרע? דארף מען חייש זיין אויף עין הרע?

דאס איז זיכער אז מאכן פון דעם א ביזנעס א חתונה פעקעדזש וכדו' איז א שטיק ליצנות, אפשרעקן מענטשען איז א עוולה.
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 462

Re: אפשפרעכן עין הרע

פאוסט דורך דער ידען »

דאס איז זיכער אז מען דארף חייש זיין אויף עין הרע היינטיגע צייטן, די חיד"א שרייבט אז היינטגיע צייטן איז א עין הרע נאך מער מזיק ווי אמאל (ווערט אויך געברענט פון רבי חיים פלאגי ז"ל).
עס איז ידוע וואס עס שטייט אין זוהר אז א מענטש דארף קוקן אויף "מאה דרכים" אז עס זאל נישט זיין אויף אים א עין הרע.
אין ספר מנחם ציון ווערט געברענגט פון רבי ר' מענדעלע מרימנוב אז רוב ישועות וואס מענטשען דארפן, איז די צרה געקומען מכח עין הרע.
אין שו"ע זעהט מען אויך ביי עליה לתורה מען זאל נישט אויף רופען א אב ובנו צוזאמען וועגן עין הרע.
די פתחי תשובה אין יו"ד שרייבט מען זאל נישט רופען צוויי ברידער די זעלבע נאמען וועגן עין הרע.

דעמאלטס דאס איז זיכער מען דארף חושש זיין אויף עין הרע. צו אפשפרעכן העלפט ...... ווייס איך נישט
אוועיטער
דער ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 118
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:38 am
Location: willy
x 462

Re: אפשפרעכן עין הרע

פאוסט דורך דער ידען »

אין ספר עבודת הקודש להחיד"א ז"ל ווערט געברענגט א לחש צו זאגן קעגן עין הרע.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 7830
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 18822

Re: אפשפרעכן עין הרע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

התורה חסה על ממונם של ישראל.

אין די יעצטיגע 9 טעג ווען דער עולם איז מרבה אין די היפך פון שנאת חנם, וואס איז אהבת חנם, איז ב''ה נישטא קיין עין הרע'ס.

דעריבער איז יעצט די פאסיגע צייט זיך צו אויסשליסן פון א מעמבערשיפ אין ממעיני השגעון.

1800עין.הרע.דאט.קאם


*


התורה חסה על ממונם של ישראל.

היינט זאת חנוכה, איז די פאסיגע צייט זיך פארצונעמען צו פארגינען יעדן איינעם בעין טובה.

דעריבער איז יעצט די פאסיגע צייט זיך צו אויסשליסן פון א מעמבערשיפ אין ממעיני השגעון.

1800עין.הרע.דאט.קאם


*


התורה חסה על ממונם של ישראל.

ווען איר מאכט חתונה בשעטו''מ, איז אייער צייט ווען יעדער פארגינט איך ב''ה די אטענשאן.

דעריבער איז דאן די פאסיגע צייט זיך צו אויסשליסן פון א מעמבערשיפ אין ממעיני השגעון.

1800עין.הרע.דאט.קאם



*


התורה חסה על ממונם של ישראל.

ווען איר שערט אפ בשעטו''מ, איז א דערהויבענע צייט, נשים זעעהן נישט דאס קינד, קיינער לייגט נישט א גוט אויג, מ'איז פטור פון אלע דמיונות.

דעריבער איז דאן די פאסיגע צייט זיך צו אויסשליסן פון א מעמבערשיפ אין ממעיני השגעון.

1800עין.הרע.דאט.קאם



*


פאר מער, דרוקט אויף די נערוון.
תינוק הבורח
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 881
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 9:03 am
x 947

Re: אפשפרעכן עין הרע

פאוסט דורך תינוק הבורח »

פאר די אלע וואס לויפן אפ שפרעכן עין הרע יעדע מינוט, עיין בתוס' ב"מ קז:
תשעין וט' מתו בעין הרע ואחד בדרך ארץ. וא"ת א"כ בני יוסף שלא שלטה בהן עין הרע. היה להן לחיות הרבה מכל השבטים וי"ל שמתו בדרך ארץ יותר מאחרים כשהקב"ה היה רוצה להמיתן היה שולח להם חלאים אחרים:
שרייב פאוסט