בלאט 1 פון 1

הרה"ק רבי אלימלך ווייסבלום מרודניק זי"ע - י"ט טבת

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:58 am
דורך דער ידען
נעכטן י"ט טבת איז געווען די יארצייט פון הרה"ק רבי אלימלך מרודניק זי"ע, - ער איז געווען א בן אחר בן פונעם הייליגען רבי ר' אלימלך זי"ע.
זיין טאטע האט געהייסן רבי מענדל בער מפשעווארסק זי"ע
זיין זוהן איז געווען הרה"ק המפורסם רבי אלעזר'ל ריישער זי"ע.
איינמאל ווען מיר זענען געווען אין אנטווערפן האבן מיר געהערט א שיינע מעשה פון הרה"צ רבי לייביש כ"ק האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, עס איז דאן געווען די יארצייט פון הרה"ק רבי אלעזר פון רישא זצ"ל, האט די רבי שליט"א פארציילט: אז די טאטע פון רבי אלעזר ריישער זצ"ל האט געהייסן רבי אלימלך רודניקער זצ"ל, איינמאהל איז געקומען צו אים א איד אז ער דארף א שידוך טוהן מיט די טאכטער, אבער זי האט א פראבלעם זי איז צו נידריג, האט רבי אלימלך רודניקער זצ"ל ארויף געלייגט זיין הייליגע הענט העכער די קאפ פון דאס קינד, און אנגעהויבן ארויפצוהייבן, און ווי נאר ער האט געהויבן די הענט לויט דעם איז דאס מיידל אנגעהויבן צו ווערן העכער, לויט ווי העכער דער צדיק האט געהויבן די הענט, ביז די טאטע פון די מיידל האט געזאגט פאר'ן צדיק: שוין גענוג! עס וועט מיך נאך קאסטן צופיל געלט די נייע קליידונג...
זי"ע מנו"כ ברודניק