בלאט 1 פון 1

תכלית...

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:33 pm
דורך משה זיכמעך
אבער יעצט
ווען אלעס איז אנגעזעצט
אפשר מעג איך פארציכטן
נאכלאזן מיינע פליכטן
די גיסטע איז ערגעטץ פארפלויגן
די דאגות האט באווויגן
אבער וואס א רגע מער אן די לייצעס
אלס א שטערקערע אובד עצות
די סיבה איז מיר קלאר
ווייל משך מיינע 120 יאר
איך בין אויפן עולם העשויה פלאטפארמע
אינעם זעלבן ראד שטארקע,שוואכע,רייכע,ארעמע
מ'דארף טון וואס מ'קען יא
וזה הדרך אשר נלך בה

Re: תכלית...

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:03 pm
דורך בערל דער פייפער
אז מען האלט אינמיטן בויען איז שוין אנגעזעצט?...

Re: תכלית...

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:28 pm
דורך דער תהלים איד
מצויין ++

יאפ, מדארף טון וואס מ'קען יא... דערפאר זעמיר דא (אויף דער וועלט / אויף אידטיש / ועוד)

Re: תכלית...

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 1:34 pm
דורך ווירקליך
קלאר און צום פינטל!

Re: תכלית...

געפאוסט: מיטוואך יאנואר 10, 2024 4:31 pm
דורך משה זיכמעך
ב"ה
א מהפיכה מיטן חינוך
געסעסן מיט התבוננות בין-איך
מיטאמאל אויסגעפונ-איך
וואס דא גייט פאר,
משיח צדקינו
שטייט שוין אחר כתלינו
לקבץ גליותינו
ס'פעלט ממש א האר,
דער בעל דבר שטייט
פארלוירנערהייט
ווייל אט אט ער גייט
ווי א שעפעלע צי די שחיטה,
דער זקין וכסיל
בלייבט נישט שטיל
זיכט א בארואיגינג'ס פיל
פאר זיך און זיין גאנצע כיתה,
ס'איז זעכער דא אן עצה
ער קלאפט די סטרא אחרא אויף די פלייצע
בואו ונצא
מ'גיימער מאכן א חורבן,
ס'טוט זיי באגלייטן און בלייבן
די זכות תינוקת של בית רבן
וועל מיר 7 פעטוועיס שרייבן
וועט אים געלינגען צו כאפן זיין קרבן???