בלאט 1 פון 1

א שמייכל 😂

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:05 pm
דורך ווינטעלע
א שמייכעל.

לאלאלא, די לעבן פארט, סשמייכעלט זיך ארום, א מחיה.
רוב מאל ווען אונזער פנים איז אנגעטון מיט א סמייל קומט עס נישט פון טראכטן פארדעם, סקומט סגייט און ער קומט צירוק....
א שמייכעל איז א סימן פון פריילעכקייט.

לאמיר זען א מינוט וואס ליגט פארפאקט אונטערן שמייכעל.

די פילסט בעסער ווען די שמייכעלסט.
ווען די ליפן ציט זיך אויס אויף ארויף, און שטעלט ארויס א שמייכעל שעיפ, באקומט די מח א מעסעדזש אז, אפס... איינער איז פריילעך, ווען די מענטש איז פריילעך טיט די מח זיין דזשאב און גיסט אויס אביסעל פעין, און סבאראיגט די נפש.
האסט א שווערע מינוט? געדיר א שטעל אפ א מינוט, און לאמיר אויסציען די ליפן און ארויסשטעלן א פאלטשע שמייכעל. אהה.. די סינק עפענט זיך, און גיסט די ווייטאג צים פארווארפענע מיסט.

א אינטערעסאנטע זאך נישט אייביג ווייזט א שמייכעל אויף פריילעכקייט, סדא 19 מינע סמיילס, יעדע פון די 19 פארציילט עפעס אנדערש,
א שמייכעל קען קומען פון פראבירן צי פארדעקן פחד און אויפגערעגטקייט, א פשוטע איבערדעק. סדא צייטן וואס משמייכעלט געצווינגענערהייט, ווי א קאסטימער סערוויס וואס דאס איז א חלק פון זיין דזשאב, ער האט נישט קיין ברירה.

ווען א קינד ווערט געבוירן לערענט ער זיך אלעס פון וואס ער זעט און הערט, אבער שמייכלען איז נישט קיין זאך וואס אונז האבן זיך געלערענט.
מווערט געבוירן מיט דעם, א בעביס ערשטע עקספרעשין איז א שמייכעל.

שמייכלען איז פון די בעסטע קאמיוניקאציע סקילס.
סברענגט א גוטע געפול פאר די מענטשן ארום דיר, א פאזיטיווע געפול.
א שמייכעל וועט העלפן דיין צובראכען חבר מער ווי אלעס.

א שמייכעל איז עפעס וואס קיינער קען נישט אוועק נעמען פון דיך, אויסער דו אליין!

3
2
1
ארויף מיט די שמייכעל!

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:41 pm
דורך ווינטעלע
די דורכשניטליכע ציפער וויפיל א מענטש שמייכעלט.

קינדער ארום 400 מאל א טאג.
די פרייליכע ערוואקסענע ארום 50 מאל א טאג.

#שרעקעדיג
גיימיר צירוק אין חדר?!

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:47 pm
דורך מאטאווירט
שיין שיין.

יישר כח @ווינטעלע

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:50 pm
דורך ווינטעלע
ווינטעלע האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:41 pm די דורכשניטליכע ציפער וויפיל א מענטש שמייכעלט.

קינדער ארום 400 מאל א טאג.
די פרייליכע ערוואקסענע ארום 50 מאל א טאג.

#שרעקעדיג
גיימיר צירוק אין חדר?!
אין אמעריקא האלט די דורכשניטיכע ציפער ביי די עוורידזש ערוואקסענע, ביי א נישטיגע 11 מאל א טאג.

אמעריטשקע!

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 11:58 pm
דורך ווינטעלע
די פרעזידענט דזשארש ווארשינגטאן האט כמעט קיינמאל געשמייכעלט.

נישט פון דיפרעשין, ער האט זיך פשוט געשעמט מיט זיין קרומע ציינער.

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 1:13 am
דורך וואוילער
😃😃😃!

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:39 am
דורך ווינטעלע
די סטעיטס ווי משמייכעלט די מערסטע
1 Utah
2 Wisconsin
3 Nebraska
4 Vermont
5 lowa
6 Wyoming
7 Colorado
8 north Dakota

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:40 am
דורך ווינטעלע
א אינטערעסאנטע זאך שטעלט ארויס.
מענטשן וואס זענען ציבראכן און מאכן מיט אסאך, שמייכלען אסאך.
ווייל ווער נאך ווי זיי ווייסט וויכטיג סאיז.
דער וואס אלעס פארט אים גוט, כאפט פשוט נישט אז ער דארף זיין פרייליך.

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 10:51 am
דורך טשיינע קלאזעט
ווינטעלע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:39 am די סטעיטס ווי משמייכעלט די מערסטע
1 Utah
2 Wisconsin
3 Nebraska
4 Vermont
5 lowa
6 Wyoming
7 Colorado
8 north Dakota
וואלט געווען אינטרעסאנט צו וויסן ווי אזוי מען מאכט אזעלכע סארט שטודיעס. שווער צו גלייבן דערין.

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 12:41 pm
דורך דער תהלים איד
גיימער קיין יוטא?

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 1:37 pm
דורך טיפע טאשן
צו ווייסטו וואס איך האב אין מיין טאש? נישט קיין .... :lol: :lol: :lol:

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 3:19 pm
דורך א טויב
ווינטעלע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:39 am די סטעיטס ווי משמייכעלט די מערסטע
1 Utah
2 Wisconsin
3 Nebraska
4 Vermont
5 lowa
6 Wyoming
7 Colorado
8 north Dakota
נישטא קיין סיבה פאר א ניו יארקער צו שמייכלען.....

נו... געב א לאך... דער רבי האט געזאגט מיר וואוינען אין אמעריקע אבער מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער!

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 3:33 pm
דורך חלום חלמתי
גוט ...

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:10 pm
דורך להגדיל הטראסק
► Show Spoiler
אן עקסטערן לייק!

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:13 pm
דורך להגדיל הטראסק
און סתם אזוי איז די שמייכל בצורת כלי פתוח - לקבל השפעות טובות, לשמוע מוסר - כידוע העובדה מהדובנא מגיד.
משא"כ צורת טרויעריג איז פארקערט, עס גיסט אויס די השפעות, און עס איז בצורת סטעידש לרמוז על בעל גאוה, לפי שגאות מביאה לידי עצבות, בראותו אז ער איז באמת נישט דאס וואס ער רעדט זיך איין אז ער איז

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:38 pm
דורך ווינטעלע
ווינטעלע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:39 am די סטעיטס ווי משמייכעלט די מערסטע
1 Utah
2 Wisconsin
3 Nebraska
4 Vermont
5 lowa
6 Wyoming
7 Colorado
8 north Dakota
California
איז די סטעיט ווי מען זעט די ווייניגסטע שמייכלן אין אמעריקא.

ווען איר וואקט אריין דארט, ווער נישט באליידיגט.
נאר 34 פערצענט פון פנימער טראגן דעם שמייכעל.

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:42 pm
דורך ווינטעלע
א טויב האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 3:19 pm
ווינטעלע האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:39 am די סטעיטס ווי משמייכעלט די מערסטע
1 Utah
2 Wisconsin
3 Nebraska
4 Vermont
5 lowa
6 Wyoming
7 Colorado
8 north Dakota
נישטא קיין סיבה פאר א ניו יארקער צו שמייכלען.....

נו... געב א לאך... דער רבי האט געזאגט מיר וואוינען אין אמעריקע אבער מיר זענען נישט קיין אמעריקאנער!
ניו יארק איז 23 אויף די ליסט פון סטעיטס ווי משמייכלט די מערסטע.

אונז קעמיר עס נאך ארויפריקן....

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 6:50 pm
דורך ווינטעלע
ווען איינער שמייכעלט ווען ערז דיפרעסט, האט עס שוין אויך א נאמען.
סהייסט walking depression.
ווייל אז ער האט זיך שוין אויסגעלערענט צי שמייכלען אפולו ערז דיפרעסט, זיצט שוין נישט די דיפרעשין אין אים.
סמער א וואקעדיגע סטייל..

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 7:05 pm
דורך ווינטעלע
מקען אויפכאפן אביסעל פון א בעביס נאטור דורך קיקן ווי סאך ער שמייכעלט.

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 1:59 pm
דורך ווינטעלע
מענטשן וואס שמייכלן מיט א פארמאכטע מויל, זענען נישט אזוי קאנפידענץ.

דאקטוירעם געבן איבער, א מענטש זאל פראבירן צי שמייכלן כאטשיג צוואנציג מינוט א טאג.
אויב איינער דערגרייכט פערציג מינוט א טאג, איז ער ביי זייער א פרייליכע שטאפעל, סוועט אים אפהאלטן פון אריין פאלן אין דיפרעשין.

נישטא קיין דזשים אין דיין געגענט?
דוינט ווארי!
שמייכלן קען טון די ארבעט פאר דיך.
סטאדיס ווייזן אז שמייכלן ברענגט די זעלבע ענערדזשי אויפן מענטש פיזיש, ווי מאכן עקסערזייז. (עקסערסייז ביי מענער)

א שמייכעל אויף דיין פנים איז ווי א מייק וואס שרייט צי דיין ארימיגע: איך בין פריינטליך און גרייט צי הערן וואס די האסט צי זאגן.
א ביזנעס טיפ.

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 3:41 pm
דורך ווינטעלע
אן אלט ווארט.
ניץ דיין שמייכעל צי טוישן די וועלט, לאז נישט די וועלט טוישן דיין שמייכעל!

א שמייכעל איז ווי א שפיגעל.
די שמייכעלסט צי איינעם, וועסטו צירוק באקומען א שמייכעל.

א פאלטשע שמייכעל וועט ברענגן אמתע פרייליכקייט.

ווען אונז וואלטן באמת געוויסט ווי סאך א שמייכעל טיט אויף, וואלט די ליפן ווייגעטון פון שמייכלען אזוי סאך.

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:20 pm
דורך וואוילער
@ווינטעלע 👍👍👍

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 4:41 pm
דורך סטעישאן וועעגן
ווינטעלע האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 3:41 pm אן אלט ווארט.
ניץ דיין שמייכעל צי טוישן די וועלט, לאז נישט די וועלט טוישן דיין שמייכעל!

א שמייכעל איז ווי א שפיגעל.
די שמייכעלסט צי איינעם, וועסטו צירוק באקומען א שמייכעל.

א פאלטשע שמייכעל וועט ברענגן אמתע פרייליכקייט.

ווען אונז וואלטן באמת געוויסט ווי סאך א שמייכעל טיט אויף, וואלט די ליפן ווייגעטון פון שמייכלען אזוי סאך.
פאר שלום בית איז עס געוואלדיג!
געוויין זיך צו, ווען די קומסט אהיים קוק איר אין די אויגן און צי ארויף א שמייכל פון אויער צו אויער!

אסאך מאל מקומט אהיים אויסגעמוטשעט פון ארבעט - זי איז אויסגעמוטשעט פון קעיר נעמען פון די קינדער, אז די געבסט דעם שמייכל וועט זי צוריק שמייכלען און אלעס לאזט זיך אויף... בדוק ומנוסה...

נישט קיין חילוק ווי אלט די ביזט, פאנג אן היינט ביז די 120!

Re: א שמייכעל 😂

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 7:19 pm
דורך להגדיל הטראסק
און עצבות ומרא שחורה ברענגט איז נישט קיין סימן פון קדושה...
כידוע ווען מען האט דערציילט איבער דעם ריבניצן פארן דברי יואל איבער זיינע תעניתים און עינוים האט דער רבי געזאגט אז מען זאל קוקן, אויב דרייעט ער זיך מיט א שמייכל און איז בשמחה, דעמאלס קומט עס מצד הקדושה.

שמייכל גימ' קדוש.