בלאט 1 פון 2
בני יואל, קרית יואל: נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 9:57 am
דורך בני יואל
ברוכים הבאים אלע חשובע יודען.
אזוי ווי אסאך חשובע קהילות האבען דא א בלעטעל וועל מיר דא בעז''ה אנהייבען צו ברענגען נייעס און באריכטען מהנעשה והנשמע און די קהילה און מוסדות בני יואל אין קרית יואל
דיסקלעימער: איך זיך נישט צו פירען קיין וויכוחים מיט קיינעם אשר ע''כ ביטע האלטן די אשכול בלויז פאר נייעס און נארמאלע שמועסן
Re: נייעס און באריכטן פון קהילת ומוסדות בני יואל (קרית יואל)
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:05 am
דורך בני יואל
קודם אלץ אן הקדמה צו געבן א שטיקעל איבערבליק, די קהילה און מוסדות שטעלט פאר אלע צוגעהערן פאר א קהילה אנגעהויבען פון די ת''ת און מיידעל שולע, ישיבה קטנה, ישיבה גדולה, כולל אברכים, בוטשער, מצה בעקעריי, שמחה זאלען, בתי מדרשים, מקוואות, התאחדות אברכים, בית הוראה אא''וו אלעס וואס א יודישע קהילה דארף
Re: נייעס און באריכטן פון קהילת ומוסדות בני יואל (קרית יואל)
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:06 am
דורך בני יואל
די הנהלת הקהילה והמוסדות איז צוזעמענגעשטעלט פון זיבען חברי הנהלה וואס ווערן אויסגעקליבען דורך וואלען וואס קומען פאר מזמן לזמן
Re: נייעס און באריכטן פון קהילת ומוסדות בני יואל (קרית יואל)
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:19 am
דורך בני יואל
אין אנדערע נייעס גרייט מען זיך יעצט צום גרויסען יערליכן דינער ''חומותינו'' וואס וועט פארקומען בעז''ה דעם קומענדיגען מוצש''ק פרשת וארא הבעל''ט
Re: נייעס און באריכטן פון קהילת ומוסדות בני יואל (קרית יואל)
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:54 am
דורך בני יואל
בני יואל האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:05 am
קודם אלץ אן הקדמה צו געבן א שטיקעל איבערבליק, די קהילה און מוסדות שטעלט פאר אלע צוגעהערן פאר א קהילה אנגעהויבען פון די ת''ת און מיידעל שולע, ישיבה קטנה, ישיבה גדולה, כולל אברכים, בוטשער, מצה בעקעריי, שמחה זאלען, בתי מדרשים, מקוואות, התאחדות אברכים, בית הוראה אא''וו אלעס וואס א יודישע קהילה דארף
די תלמוד תורה און סקול האלט היינט ביי בערך 2,000 תלמידים ותלמידות
די ישיבה קטנה איז צוטיילט און 3 סניפים מיט בערך 200 בחורים
די ישיבה גדולה האט בערך 100 בחורים וואס אין דעם איז אריינגערעכענט אויכעט בחורים מחוץ לעיר
און די באוויסטע כולל דרך החיים - אוהל אלטא פיגא וואס האט אריבער 150 יונגעלייט, וואס מענדיגט יעצט בויען א נייע פראכטפולע בנין לשם ולתפארת וואס מהאפט שוין צו קענען אריינמופען אין די נאנטע וואכען
Re: נייעס און באריכטן פון קהילת ומוסדות בני יואל (קרית יואל)
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:57 am
דורך בני יואל
די קהילה האט צוויי אפיציעלע דיינים וואס זענען געווארען אריינגעוועלט דורך וואלן ה''ה הרה''ג ר' משה בער קויפמאן שליט''א דומ''ץ וראה''כ, און הרה''ג ר' ירמי' בראווער שליט''א וואס איז אויך ממונה אויף די וועד הכשרת און געט די השגחה אויף די מצה בעקערי בוטשער און שמחה זאלען
(אזוי אויך דארף מען דערמאנען הגאון הגדול להבחל''ח ר' שמעון משה וואלדמאן ז''ל וואס איז יארען לאנג געווען די דומ''ץ הקהילה און איז ליידער אוועק זומער תשפ''א נאכן נישט זיין געזונט א שטיק צייט)
דערנאך איז דא נאך 4 מורי צדק אין בית הוראה ה''ה הרה''ג ר' אשר זעליג פריינד שליט''א וואס איז אויך דיין אין ביהמ''ד בית שלמה מעכיל אין שכונת ברך משה, הרה''ג ר יוסף כ''ץ שליט''א דומ''ץ קהל חרדים, הרה''ג ר' מאיר נתן פירטה שליט''א און הרה''ג ר' מרדכי דוד יאראוויטש שליט''א
Re: נייעס און באריכטן פון קהילת ומוסדות בני יואל (קרית יואל)
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:58 am
דורך נייעס ליבהאבער
בני יואל האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:54 am
בני יואל האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:05 am
קודם אלץ אן הקדמה צו געבן א שטיקעל איבערבליק, די קהילה און מוסדות שטעלט פאר אלע צוגעהערן פאר א קהילה אנגעהויבען פון די ת''ת און מיידעל שולע, ישיבה קטנה, ישיבה גדולה, כולל אברכים, בוטשער, מצה בעקעריי, שמחה זאלען, בתי מדרשים, מקוואות, התאחדות אברכים, בית הוראה אא''וו אלעס וואס א יודישע קהילה דארף
די תלמוד תורה און סקול האלט היינט ביי בערך 2,000 תלמידים ותלמידות
די ישיבה קטנה איז צוטיילט און 3 סניפים מיט בערך 200 בחורים
די ישיבה גדולה האט בערך 100 בחורים וואס אין דעם איז אריינגערעכענט אויכעט בחורים מחוץ לעיר
שוין די לעצטע 10 יאר אזוי
Re: נייעס און באריכטן פון קהילת ומוסדות בני יואל (קרית יואל)
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 11:14 am
דורך בני יואל
כרוספדין האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 11:09 am
בני יואל האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:05 am
קודם אלץ אן הקדמה צו געבן א שטיקעל איבערבליק, די קהילה און מוסדות שטעלט פאר אלע צוגעהערן פאר א קהילה אנגעהויבען פון די ת''ת און מיידעל שולע, ישיבה קטנה, ישיבה גדולה, כולל אברכים, בוטשער, מצה בעקעריי, שמחה זאלען, בתי מדרשים, מקוואות, התאחדות אברכים, בית הוראה אא''וו אלעס וואס א יודישע קהילה דארף
קום אריין מיט די היסטאריע, ווען איז די מוסדות גערינדערד געווארן? און דורך וועם?
די היסטאריע און קורצן די מוסדות איז געגרינדעט געווארען בשנת תשמ''ט דורך א גרופע יודען, טייל פון זיי נאך תלמידים פון רביה''ק אין שטאט סאטמאר אינדערהיים, און מיט די צייט ווען די תלמידים זענען אויפגעוואקסען האט מען אויפגעשטעלט די קהילה און אלע צוגעהערן וואס ציילט זיך היינט צו ארום 650 משפחות
Re: נייעס און באריכטן פון קהילת ומוסדות בני יואל (קרית יואל)
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:16 am
דורך טיפע טאשן
בני יואל האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:06 am
די הנהלת הקהילה והמוסדות איז צוזעמענגעשטעלט פון זיבען חברי הנהלה וואס ווערן אויסגעקליבען דורך וואלען וואס קומען פאר מזמן לזמן
די קהילה אין מוסדות זענען צוזאמען ביי איין הנהלה?
Re: נייעס און באריכטן פון קהילת ומוסדות בני יואל (קרית יואל)
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 3:31 pm
דורך בני יואל
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 11:16 am
בני יואל האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:06 am
די הנהלת הקהילה והמוסדות איז צוזעמענגעשטעלט פון זיבען חברי הנהלה וואס ווערן אויסגעקליבען דורך וואלען וואס קומען פאר מזמן לזמן
די קהילה אין מוסדות זענען צוזאמען ביי איין הנהלה?
יא די צענטראלע הנהלה איז די אחראי אויף די מוסדות ישיבה קטנה/גדולה און די קהילה אבער סדא אונטער זיי א עקסטערע הנהלה ווי א וועד הפועל עקסטער פאר די ישיבה גדולה און עקסטער פאר די קהילה וואס נעמען קעיר אויף די טעגליכע געברויכען
Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:14 pm
דורך STMR
בילדער פון די בנינים בתי מדרשים?
Re: נייעס און באריכטן פון קהילת ומוסדות בני יואל (קרית יואל)
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 6:20 pm
דורך מי שברך
בני יואל האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:06 am
די הנהלת הקהילה והמוסדות איז צוזעמענגעשטעלט פון זיבען חברי הנהלה וואס ווערן אויסגעקליבען דורך וואלען וואס קומען פאר מזמן לזמן
ווער זענען די 7 מענטשן?
Re: נייעס און באריכטן פון קהילת ומוסדות בני יואל (קרית יואל)
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:12 am
דורך שטייפע קוגל
בני יואל האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:57 am
די קהילה האט צוויי אפיציעלע דיינים וואס זענען געווארען אריינגעוועלט דורך וואלן ה''ה הרה''ג ר' משה בער קויפמאן שליט''א דומ''ץ וראה''כ, און הרה''ג ר' ירמי' בראווער שליט''א וואס איז אויך ממונה אויף די וועד הכשרת און געט די השגחה אויף די מצה בעקערי בוטשער און שמחה זאלען
אפשר קומסטו אריין מיט מער פרטים? ווער איז אלס געלאפן צו זיין דיין? מיט וויפיל פראצענט האט מען געווינען? ווען איז לעצטע מאל /קומענדיגע מאל וואלן? וויאזוי גייט צו די וואלן?
Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:35 am
דורך בני יואל
א גוטן אלע חשובע יודען ב''ה מהאמיר געהאט א ביזי וואך און איך האב נישט געהאט קיין גלעגענהייט צו אריינטשעקען איך זעה אז אפאר יודען האבען געפרעגט קשיות עמיר עס טרייען צו פארענפערען אי''ה
Re: נייעס און באריכטן פון קהילת ומוסדות בני יואל (קרית יואל)
געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 11:39 am
דורך בני יואל
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 8:12 pm
בני יואל האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 10:57 am
דערנאך איז דא נאך 4 מורי צדק אין בית הוראה ה''ה הרה''ג ר' אשר זעליג פריינד שליט''א וואס איז אויך דיין אין ביהמ''ד בית שלמה מעכיל
אין שכונת ברך משה, הרה''ג ר יוסף כ''ץ שליט''א דומ''ץ קהל חרדים, הרה''ג ר' מאיר נתן פירטה שליט''א און הרה''ג ר' מרדכי דוד יאראוויטש שליט''א
אנערקענט בני יואל די נאמען ברך משה אויפן שיכון?
אויף צעטלעך אדער ביי א דרשה למשל א דינער קען זיין אז מוועט עס רופען שכונת דינוב אבער באופן כללי האט קיינער נישט קיין פראבלעם מיט די נאמען, און די חודשליכע אויסגעבע וואס קומט ארויס דורך די מוסדות ''דער אוצר'' איז דא דארטען פארשידענע ארטיקלען פון די צייטען פון רביה''ק זי''ע ווי למשל פראטעסטען איז געשטאנען וועגן די סיגוטע רב בעל ברך משה דערמאנט
Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל
געפאוסט: זונטאג יאנואר 07, 2024 4:37 pm
דורך פישפיקלאדיין
איך ווייס נישט אויב בני איז יא מו נישט אוועקגעשטעלט, אבער עס איז זייער ווינדערליך אז די קהלה/מוסדות האט נישט די נאטורליכע וואוקס.
ווי גייט די נייע גענעראציע?
Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 3:35 pm
דורך לאקאלער רב
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 4:37 pm
איך ווייס נישט אויב בני איז יא מו נישט אוועקגעשטעלט, אבער עס איז זייער ווינדערליך אז די קהלה/מוסדות האט נישט די נאטורליכע וואוקס.
ווי גייט די נייע גענעראציע?
גאנץ פשוט,
1) היות די קהילה איז קווארטירט אין ק"י ווי עס איז שווער מיט דירות, וועט אזא איינער וואס באלאנגט נישט צו די צענטראלע קהילה אין ק"י (מהר"א) זיין פון די ערשטע זיך צו אוועקצוציען קיין בלימונגבערג, מאנטיסעלאו, דזשערסי סיטי, אפי' מאנסי ביז אזוי ווייט ווי אינדיאנא.
2) אן אריינגיין אין קיין ארומיגע דיסקוסיעס, באשטייט די קהילה פון א חבורה אידן וואס פירן זיך אויף א מהלך פון אייגענע פארשטאנד און באשלוסן אין א בחינה פון איש כל הישר בעיניו יעשה (פארשטייט זיך נישט יעדער אויף די זעלבע מדריגה), דערפאר קומען ארויס פון די קהילה כמה וכמה קלענערע קהילות און מוסדות'ער - פאררופן אלץ "טהרות הקודש" וואס דאס איז גורם א אפהאלט אין די וואוקס פון די קהילה.
Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 08, 2024 5:54 pm
דורך פישפיקלאדיין
2) איז פארשטענדליך
1) שטימט נישט מיט די מציאות פון וויפל אידן האבן זיך געצויגן פון קרית יואל צו די אלע שטעט וואס דו האסט דערמאנט.
Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 09, 2024 3:13 am
דורך מאטאווירט
פישפיקלאדיין האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 08, 2024 5:54 pm
2) איז פארשטענדליך
1) שטימט נישט מיט די מציאות פון וויפל אידן האבן זיך געצויגן פון קרית יואל צו די אלע שטעט וואס דו האסט דערמאנט.
היבש אסאך
Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל
געפאוסט: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:21 pm
דורך Yankel
זעמיר געווען נעכטען ביים דינער, די דיין האט גאר שיין אויסגעשמיסט אלע צדדים און די פעיטוועי סוגי׳ און פארוואס די מוסדות האט גענומען די מהלך פון נישט נעמען א פעטוועי ( אן אראפרייסען מוסדות וואס טוען אנדערש)
Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל
געפאוסט: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:37 pm
דורך טיפע טאשן
Yankel האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 14, 2024 2:21 pm
זעמיר געווען נעכטען ביים דינער, די דיין האט גאר שיין אויסגעשמיסט אלע צדדים און די פעיטוועי סוגי׳ און פארוואס די מוסדות האט גענומען די מהלך פון נישט נעמען א פעטוועי ( אן אראפרייסען מוסדות וואס טוען אנדערש)
איז דא רעקארדינג?
וועלכע דיין?
Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל
געפאוסט: זונטאג יאנואר 14, 2024 2:40 pm
דורך Yankel
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 14, 2024 2:37 pm
Yankel האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 14, 2024 2:21 pm
זעמיר געווען נעכטען ביים דינער, די דיין האט גאר שיין אויסגעשמיסט אלע צדדים און די פעיטוועי סוגי׳ און פארוואס די מוסדות האט גענומען די מהלך פון נישט נעמען א פעטוועי ( אן אראפרייסען מוסדות וואס טוען אנדערש)
איז דא רעקארדינג?
וועלכע דיין?
ר׳ ירמי בראווער
סאיז מסתם דא אז איך וועל עס האבען וועל איך אי״ה ברענגען
Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל
געפאוסט: זונטאג יאנואר 14, 2024 10:13 pm
דורך פרייליך
Yankel האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 14, 2024 2:21 pm
זעמיר געווען נעכטען ביים דינער, די דיין האט גאר שיין אויסגעשמיסט אלע צדדים און די פעיטוועי סוגי׳ און פארוואס די מוסדות האט גענומען די מהלך פון נישט נעמען א פעטוועי ( אן אראפרייסען מוסדות וואס טוען אנדערש)
זייער שיין דאס
ווי קען מען עס הערן
Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:11 am
דורך סומקא
אלעס געלוינט, צו זעהן אז זיי האבן עפעס א נייַע מהלך, מ'רייסט נישט אראפ די אנדערע זייט
Re: נייעס און באריכטן פון קהילות ומוסדות בני יואל, קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 15, 2024 2:10 pm
דורך טיפע טאשן
Yankel האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 14, 2024 2:40 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 14, 2024 2:37 pm
Yankel האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 14, 2024 2:21 pm
זעמיר געווען נעכטען ביים דינער, די דיין האט גאר שיין אויסגעשמיסט אלע צדדים און די פעיטוועי סוגי׳ און פארוואס די מוסדות האט גענומען די מהלך פון נישט נעמען א פעטוועי ( אן אראפרייסען מוסדות וואס טוען אנדערש)
איז דא רעקארדינג?
וועלכע דיין?
ר׳ ירמי בראווער
סאיז מסתם דא אז איך וועל עס האבען וועל איך אי״ה ברענגען
viewtopic.php?p=57644#p57644