בלאט 1 פון 11
גיין אין שויער פאר'ן מקוה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:00 pm
דורך פייל און בויגן
עס איז דא מענטשן וואס האלטן אז מ' מוז זיך שויערן בעפארן גיין אין מקוה, פשוט אלס מינימאלע מענטשליכקייט, צו האלטן ריין די בור.
נאכדעם איז דא אזאלכע וואס יאגן זיך, אדער טראכטן סתם אזוי נישט פון קיין צווייטן, און גייען אריין אין בור אן קיין שויער בעפאר, הגם די גוף פון א מענטש איז אסאך מאל נישט אזוי ריין....
דערנאך איז דא אזעלכע וואס גייען נישט אין שויער בכלל אינדערפרי, אלס הלכה'דיגע פראבלעם פון זיך וואשן פארן דאווענען.
וועלכע איז די ריכטיגע וועג??
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:05 pm
דורך שמח
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:00 pm
עס איז דא מענטשן וואס האלטן אז מ' מוז זיך שויערן בעפארן גיין אין מקוה, פשוט אלס מינימאלע מענטשליכקייט, צו האלטן ריין די בור.
נאכדעם איז דא אזאלכע וואס יאגן זיך, אדער טראכטן סתם אזוי נישט פון קיין צווייטן, און גייען אריין אין בור אן קיין שויער בעפאר, הגם די גוף פון א מענטש איז אסאך מאל נישט אזוי ריין....
דערנאך איז דא אזעלכע וואס גייען נישט אין שויער בכלל אינדערפרי, אלס הלכה'דיגע פראבלעם פון זיך וואשן פארן דאווענען.
וועלכע איז די ריכטיגע וועג??
סאיז בכלל נישט זיכער אז ריין מאכן דעם גוף (אויף וויפיל ס'פעלט זיך אויס) הייסט אריינגיין אין מרחץ וואס איז אסור בעפאר מ'דאווענט, מרחץ בזמן הגמרא איז געווען מער ווי א שוויץ כהיום.
אזוי האב איך אמאל געהערט, איך נעם נישט קיין אחריות אז דאס איז ריכטיג.
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:13 pm
דורך נקודות טובות
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:00 pm
וועלכע איז די ריכטיגע וועג??
די שאלה האבן די תלמידי רבינו הקדוש אים געפרעגט, און זיין ענטפער אויף דעם איז געווען גיין אין שויער.
רבי אומר, איזהו דרך ישרה שיבור לו האדם. כל שהוא תפארת לעושיה ותפארת לו מן האדם.
להלכה שרייבען שוין די פוסקים אז די היינטיגע שויערס אין מקוה זענען נישט בכלל פון רחיצה לפני התפלה.
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:21 pm
דורך Spa 42
איך קוק אן איינער וואס גייט נישט אין שויער פארן מקוה, (איך רעדט נישט פון איינמאל אין צוויי חדשים) ווי א סעלפיש מענטש.
וה"ה מיט איינער וואס בלאזט זיך די נאז אין די האנטוך פון די מקוה.
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:23 pm
דורך מירון
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:00 pm
דערנאך איז דא אזעלכע וואס גייען נישט אין שויער בכלל אינדערפרי, אלס הלכה'דיגע פראבלעם פון זיך וואשן פארן דאווענען
כ'האב אמאל געהערט פון א חשובער פוסק אז אלץ חומרא פון "היכון לקראת אלוקיך ישראל" זאל מען דוקא יא גיין אין שאווער.
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:25 pm
דורך נקודות טובות
מירון האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:23 pm
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:00 pm
דערנאך איז דא אזעלכע וואס גייען נישט אין שויער בכלל אינדערפרי, אלס הלכה'דיגע פראבלעם פון זיך וואשן פארן דאווענען
כ'האב אמאל געהערט פון א חשובער פוסק אז אלץ חומרא פון "היכון לקראת אלוקיך ישראל" זאל מען דוקא יא גיין אין שאווער.
דער רמב''ם שרייבט אזוי אויף פניו ידיו ורגליו
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:28 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
אין ביהמ"ד תולדות אהרן אין ירושלים, איז דא עקסטערע בורות פאר די אידן וואס וואשן זיך, און עקסטרע פאר די וואס וואשן זיך נישט.
עס איז דא א עקסטערע דריידל טיר פארן אריינגיין צו די שויערס, עס קאסט מער מקוה געלט פארן חודש פאר די וואס וואשן זיך.
אדער ווייניגער מקוה געלט פאר די וואס וואשן זיך נישט..
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:33 pm
דורך נקודות טובות
Spa 42 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:21 pm
איך קוק אן איינער וואס גייט נישט אין שויער פארן מקוה,
(איך רעדט נישט פון איינמאל אין צוויי חדשים) ווי א סעלפיש מענטש.
וה"ה מיט איינער וואס בלאזט זיך די נאז אין די האנטוך פון די מקוה.
אי אפשר לפורטם כי רבים הם...
זיך רייסן די הויט פון די פיס נאכן אויסטוהן די שיך. זיך ווייקען אין בור אין ריין מאכן דעם פריש אפגעשוירענעם קאפ, פארשטייט זיך אפשווענקענ'דיג די הענט כסדר מיט ריינע מקוה וואסער.
no body home!
נאכדעם לייגט ער אריין די האר אין די גמרא...
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:35 pm
דורך Spa 42
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:33 pm
Spa 42 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:21 pm
איך קוק אן איינער וואס גייט נישט אין שויער פארן מקוה,
(איך רעדט נישט פון איינמאל אין צוויי חדשים) ווי א סעלפיש מענטש.
וה"ה מיט איינער וואס בלאזט זיך די נאז אין די האנטוך פון די מקוה.
אי אפשר לפורטם כי רבים הם...
זיך רייסן די הויט פון די פיס נאכן אויסטוהן די שיך. זיך ווייקען אין בור אין ריין מאכן דעם פריש אפדעשוירענעם קאפ, פארשטייט זיך אפשווענקענ'דיג די הענט כסדר מיט ריינע מקוה וואסער.
no body home!
נאכדעם לייגט ער אריין די האר אין די גמרא...
ער מוז אויך זייער וויכטיג אויפקניפן זיין פיאות אין בור...
ווי לייגט ער די האר וואס קומט ארויס פון די פיאות?? הא??
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:30 pm
דורך קישטא קאי
Spa 42 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:21 pm
איך קוק אן איינער וואס גייט נישט אין שויער פארן מקוה,
(איך רעדט נישט פון איינמאל אין צוויי חדשים) ווי א סעלפיש מענטש.
וה"ה מיט איינער וואס בלאזט זיך די נאז אין די האנטוך פון די מקוה.
און איינער וואס בלאזט זיך די נאז אין שויער פון די מקוה?
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:37 pm
דורך לאקאלער רב
מיינע צוויי צענט,
פאר נישט צו לאנג צוריק, איז נישט געווען אזא חוק ולא יעבור דאס זיך שויערן יעדן טאג, א געווענליכע מענטש 10-15 יאר צוריק פלעגט גיין צוויי אדער דריי מאל א וואך אין שויער און עס האט קיינעם נישט געשטערט, די ניין טעג איז נישט געווען אזא אפקומעניש.
דורות ווערן שוואכער און אונזערע גופים זענען געספויעלט צו א טעגליכע רחיצה, קומט א חסיד'שער אינגערמאן, ער וויל זיך האלטן צום אמאל, אבער א מענטש איזער, ער גייט יעדע צווייטע אדער דריטע טאג זיך וואשן, ער געבט א טאנצט אין בור אריין און ארויס, ער ווייקט זיך נישט וכו', שוין, מהיכי תיתי, צו אזא איינעם האב איך נישט קיין טענות.
קומט אבער דער פיפ, דער רייסער, דער מעכטיגקראכער, ער גייט אין שויער נאר נאך די מקוה ס'זאל חלילה וחלילה נישט ח"ו בלייבן אויף איהם א טראפ פון די מים טהורים. נו, ער גייט דאך עניוועי אין שויער, פארוואס זאל ער נישט אינזשויען דעם באבעלדיגן הייסן בור?? מען זעצט זיך אריין, ער מאכט זיך באקוועם, קוואקעט פאר 15 מינוט... והנה - און און! מען איז גרייט פאר א מרחץ...
שעמאניו!!
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 3:32 pm
דורך סטעישאן וועעגן
לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:37 pm
מיינע צוויי צענט,
פאר נישט צו לאנג צוריק, איז נישט געווען אזא חוק ולא יעבור דאס זיך שויערן יעדן טאג, א געווענליכע מענטש 10-15 יאר צוריק פלעגט גיין צוויי אדער דריי מאל א וואך אין שויער און עס האט קיינעם נישט געשטערט, די ניין טעג איז נישט געווען אזא אפקומעניש.
דורות ווערן שוואכער און אונזערע גופים זענען געספויעלט צו א טעגליכע רחיצה, קומט א חסיד'שער אינגערמאן, ער וויל זיך האלטן צום אמאל, אבער א מענטש איזער, ער גייט יעדע צווייטע אדער דריטע טאג זיך וואשן, ער געבט א טאנצט אין בור אריין און ארויס, ער ווייקט זיך נישט וכו', שוין, מהיכי תיתי, צו אזא איינעם האב איך נישט קיין טענות.
מען בעט נישט האלבע שעה'איגע שויער, ס''ה וואס איך וואלט עפרישיעיטעט איז אז אלע זיינע דענדראפ'ס, שערותיו וציפרניו ופוס הויט המדולדלין, וכן השוויץ דבינא אטמא, זאל ער איבער לאזן אינעם שויער דרעין און נישט פלואטן אויפן מקוה אויבערפלאך (פוי!)
קומט אבער דער פיפ, דער רייסער, דער מעכטיגקראכער, ער גייט אין שויער נאר נאך די מקוה ס'זאל חלילה וחלילה נישט ח"ו בלייבן אויף איהם א טראפ פון די מים טהורים. נו, ער גייט דאך עניוועי אין שויער, פארוואס זאל ער נישט אינזשויען דעם באבעלדיגן הייסן בור?? מען זעצט זיך אריין, ער מאכט זיך באקוועם, קוואקעט פאר 15 מינוט... והנה - און און! מען איז גרייט פאר א מרחץ...
שעמאניו!!
100%
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:31 pm
דורך בן חיים
לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:37 pm
מיינע צוויי צענט,
פאר נישט צו לאנג צוריק, איז נישט געווען אזא חוק ולא יעבור דאס זיך שויערן יעדן טאג, א געווענליכע מענטש 10-15 יאר צוריק פלעגט גיין צוויי אדער דריי מאל א וואך אין שויער און עס האט קיינעם נישט געשטערט, די ניין טעג איז נישט געווען אזא אפקומעניש.
דורות ווערן שוואכער און אונזערע גופים זענען געספויעלט צו א טעגליכע רחיצה, קומט א חסיד'שער אינגערמאן, ער וויל זיך האלטן צום אמאל, אבער א מענטש איזער, ער גייט יעדע צווייטע אדער דריטע טאג זיך וואשן, ער געבט א טאנצט אין בור אריין און ארויס, ער ווייקט זיך נישט וכו', שוין, מהיכי תיתי, צו אזא איינעם האב איך נישט קיין טענות.
קומט אבער דער פיפ, דער רייסער, דער מעכטיגקראכער, ער גייט אין שויער נאר נאך די מקוה ס'זאל חלילה וחלילה נישט ח"ו בלייבן אויף איהם א טראפ פון די מים טהורים. נו, ער גייט דאך עניוועי אין שויער, פארוואס זאל ער נישט אינזשויען דעם באבעלדיגן הייסן בור?? מען זעצט זיך אריין, ער מאכט זיך באקוועם, קוואקעט פאר 15 מינוט... והנה - און און! מען איז גרייט פאר א מרחץ...
שעמאניו!!
100%
איינער וואס גייט בכלל נישט פארשטיי איך
אבער איינער וואס גייט אריין און בור אהן א שויער און נאכדעם גייט ער און שויער איז סעלפיש און אוממענטשליך
Re: גיין אין שויער פארן מקוה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:34 pm
דורך פרייליך
נאך קאראנע האבן זאכן זיך געטוישט
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:38 pm
דורך דער תהלים איד
לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:37 pm
מיינע צוויי צענט,
פאר נישט צו לאנג צוריק, איז נישט געווען אזא חוק ולא יעבור דאס זיך שויערן יעדן טאג, א געווענליכע מענטש 10-15 יאר צוריק פלעגט גיין צוויי אדער דריי מאל א וואך אין שויער און עס האט קיינעם נישט געשטערט, די ניין טעג איז נישט געווען אזא אפקומעניש.
דורות ווערן שוואכער און אונזערע גופים זענען געספויעלט צו א טעגליכע רחיצה, קומט א חסיד'שער אינגערמאן, ער וויל זיך האלטן צום אמאל, אבער א מענטש איזער, ער גייט יעדע צווייטע אדער דריטע טאג זיך וואשן, ער געבט א טאנצט אין בור אריין און ארויס, ער ווייקט זיך נישט וכו', שוין, מהיכי תיתי, צו אזא איינעם האב איך נישט קיין טענות.
קומט אבער דער פיפ, דער רייסער, דער מעכטיגקראכער, ער גייט אין שויער נאר נאך די מקוה ס'זאל חלילה וחלילה נישט ח"ו בלייבן אויף איהם א טראפ פון די מים טהורים. נו, ער גייט דאך עניוועי אין שויער, פארוואס זאל ער נישט אינזשויען דעם באבעלדיגן הייסן בור?? מען זעצט זיך אריין, ער מאכט זיך באקוועם, קוואקעט פאר 15 מינוט... והנה - און און! מען איז גרייט פאר א מרחץ...
שעמאניו!!
זייער גוט געזאגט!
נאר וואס, מ'דארף אויך געדענקען אז ס'דא מענטשן וואס 'ליידן' אויף עקסטרעמע מפונק'שאפט. מילא מוז ער גיין אין שויער נאכדעם. (קענסט זאגן ער זאל גיין 2 מאל. כהער).
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:39 pm
דורך דער תהלים איד
Spa 42 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:21 pm
וה"ה מיט איינער וואס בלאזט זיך די נאז אין די האנטוך פון די מקוה.
דאס איז שוין פשוט א לאו דאורייתא.
בל תשקצו..
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:39 pm
דורך דער תהלים איד
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:33 pm
זיך רייסן די הויט פון די פיס נאכן אויסטוהן די שיך
שוין געהערט אזאנס...
Re: גיין אין שויער פארן מקוה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:41 pm
דורך תינוק הבורח
מען גייט פארדעם אלס דעם ואהבת לרעך,
און נאכדעם אלס דעם כמוך, וכן אני נוהג.
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:36 pm
דורך נקודות טובות
לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:37 pm
מיינע צוויי צענט,
פאר נישט צו לאנג צוריק, איז נישט געווען אזא חוק ולא יעבור דאס זיך שויערן יעדן טאג, א געווענליכע מענטש 10-15 יאר צוריק פלעגט גיין צוויי אדער דריי מאל א וואך אין שויער און עס האט קיינעם נישט געשטערט, די ניין טעג איז נישט געווען אזא אפקומעניש.
דורות ווערן שוואכער און אונזערע גופים זענען געספויעלט צו א טעגליכע רחיצה, קומט א חסיד'שער אינגערמאן, ער וויל זיך האלטן צום אמאל, אבער א מענטש איזער, ער גייט יעדע צווייטע אדער דריטע טאג זיך וואשן, ער געבט א טאנצט אין בור אריין און ארויס, ער ווייקט זיך נישט וכו', שוין, מהיכי תיתי, צו אזא איינעם האב איך נישט קיין טענות.
קומט אבער דער פיפ, דער רייסער, דער מעכטיגקראכער, ער גייט אין שויער נאר נאך די מקוה ס'זאל חלילה וחלילה נישט ח"ו בלייבן אויף איהם א טראפ פון די מים טהורים. נו, ער גייט דאך עניוועי אין שויער, פארוואס זאל ער נישט אינזשויען דעם באבעלדיגן הייסן בור?? מען זעצט זיך אריין, ער מאכט זיך באקוועם, קוואקעט פאר 15 מינוט... והנה - און און! מען איז גרייט פאר א מרחץ...
שעמאניו!!
ווי לאנג מען ווייקט זיך אין בור, און וויכטיג קראכער ארויף אראפ איז גאנץ ווייניג נוגע.
מען קען טרעפן אסאך אידן וואס וואשען זיך נישט, אבער אין בור ווייקט ער זיך. און מען קען טרעפן אידן וואס וואשען זיך, אבער אין בור איז ער 15 סקונדעס.
יעצט בנידן דידן, רוב אידן היינט וואשען זיך יא יעדן טאג, און צוליב דעם זענען מיר כלשון חז''ל בכלל איסטניס. און אפי' אויב איינער איז נישט אין דעם כלל, דארף ער זיך רעכענען מיט א צווייטען. אויף דעם זאגן אונז חז''ל
את כל מעשה האלקים יביא במשפט על כל נעלם. מאי על כל נעלם, אמר רב זה ההורג כינה בפני חברו ונמאס בה ושמואל אמר זה הרק בפני חבירו ונמאס.
פארפאלן, דאס איז היינט די מנהג העולם, יענער עקעלט זיך, איר דארפט זיך מיט דעם רעכענען!
נאך א זאך, דאס אז חסידישע אידן האבן זיך נישט געוואשען אזוי אפט, איז אזוי ווי אלעם געקומען פון נישט ליגן אין גשם נאכגעבענדיג די גוף אויף אלע משוגעת'ען. אבער כמדומה לי בנידן דידן, אז אויב איינער נעמט די עקסטערע צוויי מינוט זיך אביסעל ארום צו וואשען, בלויז כדי מהנה צו זיין אנדערע אידן. איז עס נישט נאר נישט קיין גשם, נאר ער איז מיט דעם מקיים א מצוות עשה דאורייתא פון ואהבת לרעך כמך!
עס איז נישט קיין סוד אז עס זענען דא היינט אסאך וואס זענען נישט נזהר בטבילת עזרא. מיטן זיך נישט ארום וואשען האט מען א חלק אין דעם, און פארקערט מיטן זיך יא ארום וואשען האט מען א חלק אין דעם וואס אנדערע זענען יא נזהר בט''ע.
Re: גיין אין שויער פארן מקוה.
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:37 pm
דורך נקודות טובות
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:39 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 1:33 pm
זיך רייסן די הויט פון די פיס נאכן אויסטוהן די שיך
שוין געהערט אזאנס...
איך אויך, נישט נאר געהערט נאר געזעהן אויך. און נישט נאר איינמאל, נאר הונדערטער מאל. און הא גופא איז די פראבלעם...
Re: גיין אין שויער פארן מקוה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:40 pm
דורך נקודות טובות
אגב @לאקאלער רב איז דא אן ענין נישט צו גיין אין שויער נאך די מקוה ביי א טבילת סתם? איך פרעג אייך, ווייל איינער האט מיר געזאגט יעצט אז איך זאל פרעגן מיין לאקאלער רב. (און אויך ווייל איר האט עס אויפגעברענגט)
Re: גיין אין שויער פארן מקוה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:15 pm
דורך אנדערער
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:40 pm
אגב @לאקאלער רב איז דא אן ענין נישט צו גיין אין שויער נאך די מקוה ביי א טבילת סתם? איך פרעג אייך, ווייל איינער האט מיר געזאגט יעצט אז איך זאל פרעגן מיין לאקאלער רב. (און אויך ווייל איר האט עס אויפגעברענגט)
אזוי האבן מיינע מגידי שיעור געזאגט
Re: גיין אין שויער פארן מקוה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:25 pm
דורך נקודות טובות
אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:15 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:40 pm
אגב @לאקאלער רב איז דא אן ענין נישט צו גיין אין שויער נאך די מקוה ביי א טבילת סתם? איך פרעג אייך, ווייל איינער האט מיר געזאגט יעצט אז איך זאל פרעגן מיין לאקאלער רב. (און אויך ווייל איר האט עס אויפגעברענגט)
אזוי האבן מיינע מגידי שיעור געזאגט
איך ווייס די גזירה שמונה עשר דבר, לענין קדשים. און דערנאך די מחלוקת אין שלחן ערוך לגבי הצריכות טבילה. אבער ביי א סתם טבילה איז דא אן ענין ?
Re: גיין אין שויער פארן מקוה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:27 pm
דורך אנדערער
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:25 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:15 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:40 pm
אגב @לאקאלער רב איז דא אן ענין נישט צו גיין אין שויער נאך די מקוה ביי א טבילת סתם? איך פרעג אייך, ווייל איינער האט מיר געזאגט יעצט אז איך זאל פרעגן מיין לאקאלער רב. (און אויך ווייל איר האט עס אויפגעברענגט)
אזוי האבן מיינע מגידי שיעור געזאגט
איך ווייס די גזירה שמונה עשר דבר, לענין קדשים. און דערנאך די מחלוקת אין שלחן ערוך לגבי הצריכות טבילה. אבער ביי א סתם טבילה איז דא אן ענין ?
פרעגסט גוטע קושיות און ביסט מעגליך גערעכט. איך זאג נאר איבער וואס ער האט געזאגט
Re: גיין אין שויער פארן מקוה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:34 pm
דורך נקודות טובות
אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:27 pm
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:25 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:15 pm
אזוי האבן מיינע מגידי שיעור געזאגט
איך ווייס די גזירה שמונה עשר דבר, לענין קדשים. און דערנאך די מחלוקת אין שלחן ערוך לגבי הצריכות טבילה. אבער ביי א סתם טבילה איז דא אן ענין ?
פרעגסט גוטע קושיות און ביסט מעגליך גערעכט. איך זאג נאר איבער וואס ער האט געזאגט
מיין שאלה איז געווען וויבאלד
@לאקאלער רב האט זיך אויסגעדריקט אזוי שארף אויף די אידן וואס וואשען זיך יא נאך די מקוה, כאילו זיי עסן דא פלייש אין די ניין טעג.
לאקאלער רב האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 2:37 pm
קומט אבער דער פיפ, דער רייסער, דער מעכטיגקראכער, ער גייט אין שויער נאר נאך די מקוה ס'זאל חלילה וחלילה נישט ח"ו בלייבן אויף איהם א טראפ פון די מים טהורים.
אויב איז עס אן הלכה אדער מנהג וואס ווערט געברענגט אין די פוסקים, פארשטיי איך דעם לשון. אבער איך געדענק נישט אמאל זעהן אזא מנהג אדער הלכה אין די פוסקים, און פארדעם האט מיר עס אויפגעברענט א תמיה.