בלאט 1 פון 5

דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 7:33 pm
דורך מאטאווירט
לעצטנס האב איך גערעדט מיט מיינס א באקאנטער איבער א געוויסע פרשה וואס די גאס האט גערודערט, און בתוך הדברים האב איך אים געזאגט אז איך שיק אים אריין אין אימעיל אפאר קליפס וואס פארן ארום דערפון,
זאגט ער מיר אז אויב איך האב פיקטשערס זאל איך אים שיקן ווייל ער גייט נישט קענען זעהן די קליפס,

קודם האב איך געמיינט אז ער האט א טעכנישע פראבלעם, אבער ער האט מיר געגעבן צו פארשטיין זייער פשוט אז זינט עס איז ארויסגעקומען א איסור פון די היימישע רבנים (יארן צוריק) קעגן קוקן ווידיאו איז עס ביי זיי אין די משפחה אסור בתכלית האיסור און מען קוקט נישט קיין ווידיאו בשום אופן!

איך האב מיך געגעבן א כאפ ביים קאפ, איין מינוט! מיין רבי האט אונטערגעשריבן א קול קורא אז מען 'טאר נישט' קוקן קיין ווידיאו, און ביי מיר איז עס ממש אזוי מותר בתכלית???
ווי איז דער איסור אזוי שנעל פארגעסן געווארן???
וויאזוי איז דאס געשען אז כהיום איז עס ליידער מותר לכתחילה און די קינדער ווייסן ניטאמאל אז עס ליגט א פראבלעם דערינען???
פון די שענסטע און די בעסטע משפחות הערט מען היינט גאר ווייניג אזא דערהער אז מען קוקט נישט אויף קיין שום ריקעדיגע בילדער, וויאזוי פאסירט אזאנס???

איך האב אנגעהויבן פרעגן מענטשן אבער יעדער פארבייגט די מויל פון די צוויי זייטן כמו לבנה און מען שפאצירט ווייטער (אדער ענדיגט מען צו קוקן דעם ווידיאו ווס מען האלט אינמיטן...), קיינער זוכט נישט צו הערן אזעלכע שאלות...

איך וויל חלילה נישט מקטרג זיין, אבער עס באדערט מיר באמת אז איך האב קינמאל נישט אריינגעטראכט דערין און איך בין נייגעריג צו איך בין דער איינציגסטער און פון ווי דער איסור האט זיך ארויסגעגליטשט.

אלזא, ברענג איך עס דא ארויף, אויב איז דא איינער וואס ווייסט איבער א היתר אדער כמו היתר וואס מען זאל אפילו קענען נוצן נישט רויט צו ווערן פון זעלבסט פארשעמונג זאל זיך אנרופן.
אזוי אויך אויב איינער האט דער קול קורא צו דער האנט זאל עס ביטע ארויפברענגען.

(ארטיקל אריגינעל געשריבן דורך @דאמירן בעלמא - א"וו)

דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:09 pm
דורך פייל און בויגן
מיט יארן צוריק איז ארויסגעקומען אן איסור דורך כמה גדולים ובראשם מרן הברך משה מ'סאטמאר זי"ע.

למעשה כהיום הערט מען כמעט נישט משפחות וואס קוקן נישט קיין קליפס.

איז נאך דא אן איסור?

וואלטן די רבנים כהיום אויך גע'אסר'ט צו קוקן קליפס?

Re: איז קוקן "קליפס" אסור???

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:36 pm
דורך דער תהלים איד
כפי הנראה איז דאס גע'אסר'ט געווארן ווען ס'איז געווען א "כלי", דומה צו טעלעוויזשן, ואסרו הא אטו הא אריינצוברענגען אזא כלי אין שטוב.

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:09 pm
דורך איד
לכאורה גייט עס אריין אין א תקנה וואס כלל ישראל האט נישט מקבל געווען
(די גמ' זאגט דאך אז אפי' אויב בית דין הגדול שבירושלים (בזמן הסנהדרין) האט מתקן געווען א תקנה און כלל ישראל האט עס נישט אנגענומען איז עס נישט חל)

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:15 pm
דורך וואסאפשט
איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:09 pm לכאורה גייט עס אריין אין א תקנה וואס כלל ישראל האט נישט מקבל געווען
(די גמ' זאגט דאך אז אפי' אויב בית דין הגדול שבירושלים (בזמן הסנהדרין) האט מתקן געווען א תקנה און כלל ישראל האט עס נישט אנגענומען איז עס נישט חל)
20 יאר צוריק איז עס נישט געווען אנגענומען ?
איי"י ע"ם נא"ט סא"ו שא"ר

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:37 pm
דורך להגדיל הטראסק
ווענצעך ווען
למשל די איצטיגע תקופה האב איך מיך נאכאמאל פארגענומען בל"נ זיך צוריקצוהאלטן פון קוקן קליפס און ווידיאס, און די קבלה האלט שוין אן א תקופה ב"ה
און אזוי זענען דא אסאך אידן וואס האלטן זיך צוריק, על אף זיי זענען פאפולערע פיגורן, מויל מאכער'ס און אנדרייערס.

עס איז מיר א פלאס יעדן טאג וואס איך בין מיך מתגבר, און ל"ע נישט אזא שטארקע מיינוס ווען איך קוק א קורצע קליפה. (ווייל נאך א לאנגע האב איך הארץ וויי פארן פעניען די צייט אומזיסט...)

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:17 am
דורך איד
וואסאפשט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:15 pm
איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:09 pm לכאורה גייט עס אריין אין א תקנה וואס כלל ישראל האט נישט מקבל געווען
(די גמ' זאגט דאך אז אפי' אויב בית דין הגדול שבירושלים (בזמן הסנהדרין) האט מתקן געווען א תקנה און כלל ישראל האט עס נישט אנגענומען איז עס נישט חל)
20 יאר צוריק איז עס נישט געווען אנגענומען ?
איי"י ע"ם נא"ט סא"ו שא"ר
איך מיין אז עס איז קיינמאל נישט געווען אנגענומען ביי רוב כלל ישראל

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:32 am
דורך אלכסנדר נחמן
כמעט נישט מעגליך נישט צי קוקען
רוב קורסעס זענען ווידיאוס היינט

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:46 pm
דורך לאקאלער רב
מאטאווירט האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 7:33 pm לעצטנס האב איך גערעדט מיט מיינס א באקאנטער איבער א געוויסע פרשה וואס די גאס האט גערודערט, און בתוך הדברים האב איך אים געזאגט אז איך שיק אים אריין אין אימעיל אפאר קליפס וואס פארן ארום דערפון,
זאגט ער מיר אז אויב איך האב פיקטשערס זאל איך אים שיקן ווייל ער גייט נישט קענען זעהן די קליפס,

קודם האב איך געמיינט אז ער האט א טעכנישע פראבלעם, אבער ער האט מיר געגעבן צו פארשטיין זייער פשוט אז זינט עס איז ארויסגעקומען א איסור פון די היימישע רבנים (יארן צוריק) קעגן קוקן ווידיאו איז עס ביי זיי אין די משפחה אסור בתכלית האיסור און מען קוקט נישט קיין ווידיאו בשום אופן!

איך האב מיך געגעבן א כאפ ביים קאפ, איין מינוט! מיין רבי האט אונטערגעשריבן א קול קורא אז מען 'טאר נישט' קוקן קיין ווידיאו, און ביי מיר איז עס ממש אזוי מותר בתכלית???
ווי איז דער איסור אזוי שנעל פארגעסן געווארן???
וויאזוי איז דאס געשען אז כהיום איז עס ליידער מותר לכתחילה און די קינדער ווייסן ניטאמאל אז עס ליגט א פראבלעם דערינען???
פון די שענסטע און די בעסטע משפחות הערט מען היינט גאר ווייניג אזא דערהער אז מען קוקט נישט אויף קיין שום ריקעדיגע בילדער, וויאזוי פאסירט אזאנס???

איך האב אנגעהויבן פרעגן מענטשן אבער יעדער פארבייגט די מויל פון די צוויי זייטן כמו לבנה און מען שפאצירט ווייטער (אדער ענדיגט מען צו קוקן דעם ווידיאו ווס מען האלט אינמיטן...), קיינער זוכט נישט צו הערן אזעלכע שאלות...

איך וויל חלילה נישט מקטרג זיין, אבער עס באדערט מיר באמת אז איך האב קינמאל נישט אריינגעטראכט דערין און איך בין נייגעריג צו איך בין דער איינציגסטער און פון ווי דער איסור האט זיך ארויסגעגליטשט.

אלזא, ברענג איך עס דא ארויף, אויב איז דא איינער וואס ווייסט איבער א היתר אדער כמו היתר וואס מען זאל אפילו קענען נוצן נישט רויט צו ווערן פון זעלבסט פארשעמונג זאל זיך אנרופן.
אזוי אויך אויב איינער האט דער קול קורא צו דער האנט זאל עס ביטע ארויפברענגען.

(ארטיקל אריגינעל געשריבן דורך @דאמירן בעלמא - א"וו)
לייג צו אן אפציע "יא, ליידער".

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:32 pm
דורך דאפלטער
איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:17 am
וואסאפשט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:15 pm
איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:09 pm לכאורה גייט עס אריין אין א תקנה וואס כלל ישראל האט נישט מקבל געווען
(די גמ' זאגט דאך אז אפי' אויב בית דין הגדול שבירושלים (בזמן הסנהדרין) האט מתקן געווען א תקנה און כלל ישראל האט עס נישט אנגענומען איז עס נישט חל)
20 יאר צוריק איז עס נישט געווען אנגענומען ?
איי"י ע"ם נא"ט סא"ו שא"ר
איך מיין אז עס איז קיינמאל נישט געווען אנגענומען ביי רוב כלל ישראל
שקר וכזב, איך פארמאג ביי מיר ניין קול קורא'ס פון אלע רבנים פון כלל ישראל, סאטמאר, אגודה און אחינו בני ישראל הספרדים, (נישט די פון ארגנטינה...)
ס'איז נישט געווארן אנגענומען? בפשטות האט עס א דין פון א געהעריגע איסור דרבנן וואס מען איז געהעריג מחויב צו אננעמען..

Re: איז קוקן "קליפס" אסור???

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:44 pm
דורך דאפלטער
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:36 pm כפי הנראה איז דאס גע'אסר'ט געווארן ווען ס'איז געווען א "כלי", דומה צו טעלעוויזשן, ואסרו הא אטו הא אריינצוברענגען אזא כלי אין שטוב.
און דאס איז אויך נאר אויפן "כלי"? אדער פון די רבנים נעמסטו סתם אזוי נישט אן קיין איסורים?

Re: איז קוקן "קליפס" אסור???

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:45 pm
דורך לאקאלער רב
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:36 pm כפי הנראה איז דאס גע'אסר'ט געווארן ווען ס'איז געווען א "כלי", דומה צו טעלעוויזשן, ואסרו הא אטו הא אריינצוברענגען אזא כלי אין שטוב.
איך מיין אז אזא פאוסט קומט נישט פון קאממען סענס... לפי דברך וואלט נישט געווען קיין שום איסור אויף ווידעאו ווען עס איז נישט דומה צו טעלעוויזשן?? ווייל מען קוקט אויף א קלענערע אדער גרעסערע סקרין פאלט אוועק די איסור??

א קול קורא אויף א פירצה איז נישט קיין פסוק אין תנ"ך, מאמר חז"ל, אדער א ראשון צו מדייק זיין זוכן ווי מען ארויסקוועטשן א קולא, און לו יהא כדבריך, שטייט אין די קול קורא זייער קלאר:
לחזות בכלי משחית...
וכך דרכו של היצר מתחילה התית לראות בקסטות של מה בכך, ואח"כ בג"ע רח"ל..


עס איז זעלבסטפארשטענליך, מען דארף נישט זיין קיין נביא צו זעהן קלאר ווי איינס ברענגט דאס צווייטע ביי קינדער און בחורים היינט צוטאגס והקונטרס ווי איז יוסעלע יוכיח, חוץ די פאקט עס פארטעמט די מוחות אפי' ביי ערוואקסענע, און עס איז א ברייטע פתח צוצוקומען צו ראיות אסורות ואין כאן צורך בכלל להאריך.

לדעתי, וואלטן קיין איינע פון די אוסרים נישט מתיר געווען היינט צוטאגס ווען די פראבלעם ווערט נאר ערגער און ערגער... די איינציגסטע היתר איז עבר ושנה נעשה לו כהיתר...

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:49 pm
דורך לאקאלער רב
אלכסנדר נחמן האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:32 am כמעט נישט מעגליך נישט צי קוקען
רוב קורסעס זענען ווידיאוס היינט
די איסור ווערט נאכנישט אויס וועגן דעם...
אויב עס איז באמת לצורך זאל יעדער פרעגן זיין @לאקאלער רב

Re: איז קוקן "קליפס" אסור???

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:51 pm
דורך דער תהלים איד
דאפלטער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:44 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:36 pm כפי הנראה איז דאס גע'אסר'ט געווארן ווען ס'איז געווען א "כלי", דומה צו טעלעוויזשן, ואסרו הא אטו הא אריינצוברענגען אזא כלי אין שטוב.
און דאס איז אויך נאר אויפן "כלי"? אדער פון די רבנים נעמסטו סתם אזוי נישט אן קיין איסורים?
דו האסט פארמעקט די ערשטע האלבע שורה?

"במחזות כלי זה".

Re: איז קוקן "קליפס" אסור???

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:55 pm
דורך דער תהלים איד
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:45 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:36 pm כפי הנראה איז דאס גע'אסר'ט געווארן ווען ס'איז געווען א "כלי", דומה צו טעלעוויזשן, ואסרו הא אטו הא אריינצוברענגען אזא כלי אין שטוב.
איך מיין אז אזא פאוסט קומט נישט פון קאממען סענס... לפי דברך וואלט נישט געווען קיין שום איסור אויף ווידעאו ווען עס איז נישט דומה צו טעלעוויזשן?? ווייל מען קוקט אויף א קלענערע אדער גרעסערע סקרין פאלט אוועק די איסור??
יא אזוי איז משמע פון פארשידענע לשונות.

מייען פוינט איז אז ס'איז דעמאלס געווען א נייע זאך אז מען ברענגט אריין אין שטוב א כלי וואס מען לייגט אריין א דיסק און עס ווייזט מאווי'ס אדער חתונות. "קליפס" איז א נייע דערהער אז יעדע טעלעפאן כאפט אפ א מחזה פונקט ווי א בילד נאר רוקעדיג. ס'איז נישט קיין פרעזענטאציע און איז נישט דומה צו טעלעוויזשן.

Re: איז קוקן "קליפס" אסור???

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:10 pm
דורך לאקאלער רב
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:55 pm
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:45 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:36 pm כפי הנראה איז דאס גע'אסר'ט געווארן ווען ס'איז געווען א "כלי", דומה צו טעלעוויזשן, ואסרו הא אטו הא אריינצוברענגען אזא כלי אין שטוב.
איך מיין אז אזא פאוסט קומט נישט פון קאממען סענס... לפי דברך וואלט נישט געווען קיין שום איסור אויף ווידעאו ווען עס איז נישט דומה צו טעלעוויזשן?? ווייל מען קוקט אויף א קלענערע אדער גרעסערע סקרין פאלט אוועק די איסור??
יא אזוי איז משמע פון פארשידענע לשונות.

מייען פוינט איז אז ס'איז דעמאלס געווען א נייע זאך אז מען ברענגט אריין אין שטוב א כלי וואס מען לייגט אריין א דיסק און עס ווייזט מאווי'ס אדער חתונות. "קליפס" איז א נייע דערהער אז יעדע טעלעפאן כאפט אפ א מחזה פונקט ווי א בילד נאר רוקעדיג. ס'איז נישט קיין פרעזענטאציע און איז נישט דומה צו טעלעוויזשן.
יא יא, אזוי הייבט זיך אלעס אן... ס'איז משמע נאר אזוי און נאר אזוי און מען מעג שוין אלעס...

גארנישט פערזענליך מיין פריינד, איך קוק ליידער אויך דא און דארט, געדענק נאר אז עס איז גארנישט אזוי גלאטיג און מען דארץ פרובירן זיך צוריקצוהאלטן ווי ווייט מעגליך.

און לגבי קליפס, עי"ל א קלארע איסור פון התאחדות הרבנים.
צו מחלק זיין צווישן קליפס און ווידעאוס דארף מען א דעת תורה, נישט קיין דעת בעה"ב ..

Re: איז קוקן "קליפס" אסור???

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:21 pm
דורך דער תהלים איד
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:10 pm און לגבי קליפס, עי"ל א קלארע איסור פון התאחדות הרבנים.
משנת תשפ"ב, אחר שכבר הונהג להיתר, גם ע"י הרבה רבנים באופן אישי.

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:22 pm
דורך פילעזאף
נניח אז די בתי דינים כהיום האבן בכח (להלכה) צו גוזר זיין גזירות איז עס אבער א גזירה שלא נתפשטה בכל ישראל וואס איז נישט חל אפילו פון חז"ל כבמבואר בע"ז דף לו. די עכטע קשיא איז וויאזוי האבן זיי בכח צו אסר'ן (כמובן, אז מ'רעדט פון כשרע ווידיאוס) עפ"י החתם סופר ועוד אחרונים אז מ'קען נישט גוזר זיין גזירות חדשות נאך חז"ל.

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:25 pm
דורך סטעישאן וועעגן
דער לשון פון התאחדות איז "שומר נפשו ירחק"
אויב איז עס א געהעריגע איסור דרבנן, פ''וו שרייבן זיי נישט "אסור בתכלית האיסור!"

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 4:41 pm
דורך וואוילער
כ'מיין אז גאר אסאך ערליכע און היימישע רבנים קוקן לעת הצורך.

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 4:42 pm
דורך איד
דאפלטער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 2:32 pm
איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:17 am
וואסאפשט האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:15 pm
20 יאר צוריק איז עס נישט געווען אנגענומען ?
איי"י ע"ם נא"ט סא"ו שא"ר
איך מיין אז עס איז קיינמאל נישט געווען אנגענומען ביי רוב כלל ישראל
שקר וכזב, איך פארמאג ביי מיר ניין קול קורא'ס פון אלע רבנים פון כלל ישראל, סאטמאר, אגודה און אחינו בני ישראל הספרדים, (נישט די פון ארגנטינה...)
ס'איז נישט געווארן אנגענומען? בפשטות האט עס א דין פון א געהעריגע איסור דרבנן וואס מען איז געהעריג מחויב צו אננעמען..
וואס איז שקר וכזב ?
אז רוב כלל ישראל האט עס נישט אנגענומען ?
(אוודאי איז איז דא קול קורא'ס פון אלע גדולים, אבער א איסור דרבנן וואס כלל ישראל איז נישט מקבל איז נישט חל)

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 5:12 pm
דורך א טויב
איך מיין אז וואו קליפס איז גענצליך מותר האלט מען זיך נישט צרוק פון געהעריגע מאוויס.
למשל אז לאנדאס אין קרית יואל פארקויפט די נייע מאווי סלאוויטע קען שטארק באדערן פאר ערליכע אידן.

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 6:48 pm
דורך שמח
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 4:41 pm כ'מיין אז גאר אסאך ערליכע און היימישע רבנים קוקן לעת הצורך.
אבער נאר לעת הצורך.
און ס'מאכט זיך נישט אזוי סאך די סארט צרכים.

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 6:56 pm
דורך איד
שמח האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 6:48 pm
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 4:41 pm כ'מיין אז גאר אסאך ערליכע און היימישע רבנים קוקן לעת הצורך.
אבער נאר לעת הצורך.
און ס'מאכט זיך נישט אזוי סאך די סארט צרכים.
אויב איז מותר לעת הצורך איז עס נישט קיין איסור דרבנן !

Re: דער נושא פון קוקן ווידיאוס

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 7:33 pm
דורך שמח
איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 6:56 pm
שמח האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 6:48 pm
וואוילער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 4:41 pm כ'מיין אז גאר אסאך ערליכע און היימישע רבנים קוקן לעת הצורך.
אבער נאר לעת הצורך.
און ס'מאכט זיך נישט אזוי סאך די סארט צרכים.
אויב איז מותר לעת הצורך איז עס נישט קיין איסור דרבנן !
ס'קען זיין אזא זאך אז מ'אסר'ט חוץ אין פאל פון א צורך.