וויאזוי CBD אָן א דאקטער האט רואינירט מיין לעבן
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 1:31 pm
איך האב אסאך גע-ישובט צו איך זאל דאס מפרסם זיין אבער איך פיל אז סאיז ממש א חוב אויף מיר זייט דער באשעפער האט אזוי געפירט אז איך זאל מיטמאכן וואס כהאב מיטגעמאכט און געוואויר ווערן א זאך וואס קען פארמיידן אסאך אנדערע פון דאס ח"ו מיטמאכן. אזוי האף איך עכ"פ.
מיט בערך 2 יאר צוריק זייענדיג געציילטע חדשים נאך די חתונה, אין כולל, האב איך געהאט א פרשה מיט א צווייטן, נישט קיין חילוק גענוי אבער די פרשה האט מיך שווער אפעקטירט ביז כבין אריינגעפאלן אין זייער שווערע ענקזייעטי. כבין געווארן ממש ווי א נייע מענטש צו די שלעכטע זייט, אויפגעהערט ענדזשויען מיין לעבן און אנגעהיבן א קאפיטל פון חיי צער ויגון ואנחה ביזן אנהיבן אנטלויפן פון די מענטשהייט.
כהאב אנגעהויבן זוכן הילף און מיין רביצין האט מיר געזאגט "גיי צום דאקטאר". כבין געגאנגען צום לאקאל דזשענעראל דאקטאר און ער האט מיר פרעסקרייבט Zoloft וואס העלפט זייער אסאך מענטשן און ב"ה ס'האט מיר געהאלפן היבש שנעל, כהאב געפילט 90% ווי אמאל.
אפאר חדשים שפעטער האב איך ב"ה געמאכט א שלום זכר סאיז געבוירן די ערשטע אינגעלע למזל טוב און די שמחה האט מיך זייער אויפגעהויבן, כבין געווארן ממש צוריק געהעריג. דעמאלס האט מיר מיין בני בית אנגעהויבן מוטעשן אז כזאל אראפגיין פון די מעדיקעישן ווייל נאך לאעם איז עס נאר געווען א דורכגאנג און קוק יעצט איז אלעס אקעי אזוי גוט. כהאב געזאגט אז אפשר זאל מען פרעגן דעם דאקטאר אבער ווייסט דאך.. דער דאקטאר איז דאך מעדיקעישן מיינדעד און ער גייט זיכער צורעדן צו בלייבן.. סוי האט מען באשלאסן אז מ'גייט אליינס אראפ און פארטיג. כ'בין געווען אויף 100mg זאלאפט, און אראפ אויף איינמאל צו 0. יעצט ווייס איך שוין וואסערע טעות ס'איז געווען אבער כך היה מעשה.
כהאב גלייך אנגעהויבן פילן אז ס'נישט איי איי איי אבער נאך אלעם איז דער מצב געווען אפליפטינג און סהאט געצויגן נאך אזא 2-3 חדשים. אבער נאכדעם האט פאסירט א קראך אזוי אז סהאט איינגעשלינגען מיין ענקזייעטי פון אמאל און כהאב ממש געשפירט ווי דאס לעבן איז מיר אזוי ביטער אז איך קען נישט אטעמען מער. כהאב זיך איינגעשפארט כמעט אין שטוב און נישט געוויסט וואס צו טון. כבין געגאנגען צום דאקטאר און געזאגט דעם אמת און ער האט מיר צוריקגעלייגט צוביסלעך אויף זאלאפט, אבער אין די זעלבע צייט האב איך אויך געהערט אויף 'קול מבשר' א אינטערוויו וועגן CBD מיט מעשיות ממש גלייך צו מיינע מעשיות וואס יענער דערציילט אז יעדער ווערט געהאלפן וואונדערליך האב איך געטראכט אז וואס קען שוין שאטן לאמיך טון ביידע, די מצב איז אזוי געפערליך אז איך מוז טון אלעס.
כהאב געקאלט יענעם פון די סיבידי און אלעס דעציילט און ער האט מיר געגעבן אינסטראקשנס וויפיל צו נעמען. כהאב למעשה גענומען ביידע אויך די מעדיקעישן און אויך די סיבידי און צוביסלעך האט מיר איינע פון די אנגעהויבן אביסל העלפן אבער נישט אזוי גוט ווי אמאל. דער דאקטאר איז צוביסלעך אורויף מיט די זאלאפט ביז 100 און דער פון סיבידי איז צוביסלעך ארויף פון די טראפן ביז א 20 מ"ג קעפסל און נאכדעם צו דאפלט. די איינציגע חילוק פון די דאקטאר ביז יענעם איז געווען אז פארן דאקטאר האב איך נישט דערציילט אז איך נעם אויך סיבידי אבער פאר יענעם האב איך יא דערציילט אז איך נעם אויך זאלאפט און ער האט מיר טאקע אלס געזאגט אז כוועל ארויפגיין העכער מיט די סיבידי ביז כוועל שוין אי"ה קענען אראפגיין אינגאנצן פון די זאלאפט..
למעשה איז די מצב נאר אביסל בעסער געווארן אבער זייער צומישט אמאל יא גוט אמאל נישט גוט און מיין לעבן איז נישט צוריק צו נארמאל. אויך, א האלב יאר צוריק האב איך אנגעהויבן באקומען עפעס א אויסשלאג וואס האט נישט געהאלטן ביים אוועקגיין.
אפאר חדשים צוריק איז מיין ענקזייעטי אינגאנצן צוריקגעקומען, מיט די זאלאפט און די סיבידי אינאיינעם. בינעך שוין געווען צוריק אין א מצב פון יסורים נוראים און א הוספה פון א אויסשלאג און קיין קלער וואס איך טו ווייטער ווייל הלמאי איך טו דאך שוין אלעס אלעס בקיצור כהאב געפילט ווי מיין לעבן ענדיגט זיך.
ביז דער אויבערשטער האט געהאלפן און דורך די חברה הצלה בין איך אנגעקומען צו א גוטער מבין און יענער האט מיר אנגעהויבן העלפן. זעענדיג אז איך נעם אויך סיבידי האט ער מיר געגעבן א שריי "אוי וויי אזויפיל מענטשן טרעף איך שוין ליידן וועגן דעם". און ער זאגט מיר אז ס'שוין דא אפישל סטאדיס וואס ווייזן אז די סיבידי פארהארגעט די זאלאפט ווייל ביידע גייען אין די לעבער און עס לאזט נישט די זאלאפט אריינגיין אין די סיסטעם.
אגב טאקע כהאב עס געסערטשט און געטראפן אזא סטאדי דא
https://www.ncbi.nlm.nih.gov/pmc/articl ... %20unknown.
Clinical studies indicate that cannabidiol (CBD), the primary nonaddictive component of cannabis that interacts with the serotonin (5-HT)1A receptor, may possess analgesic and anxiolytic effects
און אויך דא
https://www.nuggmd.com/blog/cbd-and-zoloft-interactions
However, it's important to note that CBD has the potential to inhibit these enzymes. This inhibition could interfere with the body's ability to effectively metabolize drugs that rely on the CYP2C19 enzyme, like Zoloft.
בקיצור יענער האט מיר געשיקט צו א נייע לאקאלע מענטל העלט דאקטאר און ער זאגט אז סנישט גוט צו גיין צו א דזשענעראל דאקטאר בפרט ווען מען וויל ווערן געהעריג באגלייט און די בעסטע איז אז מגייט צו א סאקייעטריסט. דער דאקטאר איז ב"ה זייער א פארשטענדליכע און ער האט מיר טאקע געזאגט אז די סיבידי האט זיכער געשעדיגט מיין סיסטעם פון ארייננעמען די זאלאפט און ער האט מורא אז מיין באדי איז שוין יעצט צוגעוואוינט צו אויסשפייען די זאלאפט סוי ער גייט מיר טוישן צו א אנדערע ssr סערעטאנין מעדיקעישן.
יעצט האלט איך נאך עטליכע וואכן פון די נייע מעדיקעישן און פון אראפגיין פון די סיבידי. ב"ה די אויסשלאגן פימפלעך זענען שוין טאטאל נעלם געווארן און די ענקזייעטי גייט שטארק צו בעסערונג.
ווי געזאגט אנהייב איך פיל אז סאיז מיין חוב דאס צו לאזן וויסן פאר אנדערע ווייל די אדווערטייזמענטס זעען אויס אזוי גלאנציג און מדארף זיין זייער געווארנט גארנישט צו טון אליינס און באהאלטן פון א דאקטאר ווייל מקען שווער ליידן. איך האף אז זאלן מיינע ליידן שוין זיין א כפרה פאר אלע אידן און יעדער זאל האבן עכטע שמחה און רואיגקייט און נאר געזונט מיט נחת.