בלאט 1 פון 1

מילי דברכות - ברכת הנותן לשכוי בינה

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 1:30 pm
דורך נקודות טובות
דער מקור פון די ברכה איז אין די גמרא ברכות ס: כי שמע קול תרנגולא לימא...
דער נוסח וואס ווערט געברענגט אין די גמ' איז, אשר נתן לשכוי.
עס זענען דא ראשונים וואס זיי האבן געהאט א גירסא שנתן (רי''ף, ועוד) אבער אונזער נוסח איז הנותן לשכוי בינה וואס איז א לשון הוה. די מקור איז אין רמב''ם (תפלה ז' ד') וכן באבודרהם, ושלחן ערוך.

דער טייטש פון שכוי איז תרנגול, א האן.
פשט פון די ברכה איז, אז דער אויבערשטער האט געגעבן פארשטאנד פאר א תרנגול צו אפטיילן ווען עס ווערט טאג און ווי נאר ער שפירט אז עס ווערט טאג לאזט ער זיך הערן, כדי דער מענטש זאל האבן א נאטירליכען וועקער זייגער. (רש''י, ראב''ן, ר' מנוח, אבודרהם, ועוד)

דאס אז דער תרנגול האט די שכל מבחין צו זיין בין יום ללילה, איז בעצם גאר א וואונדערליכע זאך אין די בריאה. ווייל אפילו א מענטש וואס איז דער קלוגסטער פון צווישען די באשעפענישען קען אבער נישט מבחין זיין פונקטלעך ווען די עלות השחר איז. און ווי דער רבינו מנוח איז מסביר, האט די תרנגול די כח ההבחנה צוליב דעם וואס דער תרנגול שפירט ווי די ווינטען פון ביינאכט וואס בלאזט איין וועג, טוישט זיך צו די ווינטען פון פארטאגס.

די אלע ברכות וואס חז''ל האבן מתקן געווען על סדר העולם, דארף מען להלכה מאכן אפי' אויב האט מען נישט געהערט קול התרנגול וכדו'.

נאך א פשט אין די ווארט שכוי זענען דא ראשונים, וואס טייטשען דעם ווארט שכוי לב, דהיינו די הארץ פון די מענטש. און א ראיה צו דעם ברענגן די ראשונים פון פסוק אין איוב (ל''ח ל''ו) או מי נתן לשכוי בינה, וואס דארט גייט עס ארויף אויפן הארץ. (רא''ש, רבינו יונה, ספר המנהגות, טור, ועוד)
לויט די ראשונים איז פשט פשוט, הנותן לשכוי בינה דער אויבערשטער האט געגעבן פארשטאנד פאר א מענטש, צו אפטיילן צוווישען טאג און נאכט. די סיבה פארוואס חז''ל האבן אבער מתקן געווען די ברכה מיט אזא אינטערעסאנטען לשון און נישט פשוט הנותן ללב בינה. איז וויבאלד מען וויל שוין דרך אגב אויך דערמאנען דעם תרנגול, און דערפאר האבן אויך חז''ל דאס מתקן געווען צו זאגן ווען מען הערט דעם תרנגול.
אינטערעסאנט איז נאר, אז דאס וואס די ראשונים ברענגען זיך א ראיה פון פסוק אין איוב או מי נתן לשכוי בינה, אז מען זעהט אז שכוי טייטשט הארץ. איז בעצם נישט קיין ראיה, ווייל רש''י טייטשט דארטן אויך תרנגול, און די פשט נעמט רש''י פון די גמרא (ר''ה כו.)

Re: מילי דברכות - ברכת הנותן לשכוי בינה

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:31 pm
דורך מאטאווירט
יישר כח! געליינט און הנאה געהאט.

Re: מילי דברכות - ברכת הנותן לשכוי בינה

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2024 3:47 pm
דורך אויליג
אין ספר נפלאות מתורתיך שרייבט ער אז בלויז איין מאל אין די גאנצע תורה שטייען די אותיות ש-כ-ו-י אין א רייע. וואו? אין די פסוק וואס רעדט פון הבדלה בין יום ולילה. - והוא נפלא!
וְלִמְשֹׁל, בַּיּוֹם וּבַלַּיְלָה, וּלְהַבְדִּיל, בֵּין הָאוֹר וּבֵין הַחֹשֶׁךְ וַיַּרְא אֱלֹקים, כִּי-טוֹב.