בלאט 1 פון 2
ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:32 pm
דורך סטעישאן וועעגן
ווען כ'האב אנגעהויבן לייגן ר''ת נאך מיין חתונה, פלעג איך לייגן בערך ביים יום.
ביז כ'האב געכאפט אז די גאנצע סוף דאווענען ווערט אזא געמיש פון צאם\לייגן תפילין, כאפן די דאווענען + אריינשטיפן וידבר און קרי''ש.
כ'האב אנגעהויבן צו בלייבן מיט די רשי ביז נאך עלינו\קדיש יתום, ב''ה ס'דאווענען האט באקומען א נייע צורה!
ס'האלט שוין אהן א גוטע 15 יאר ב''ה לאורך ימים.
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 2:03 pm
דורך אלכסנדר נחמן
געווענליך נאך עלינו אבער אסאך מאל נאך די יום
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 5:16 pm
דורך וואסאפשט
נאך ובא לציון
ב"ה אלעס איז מסודר
@סטעישאן וועעגן #האקט
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 6:09 pm
דורך בערל דער פייפער
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:32 pm
ווען כ'האב אנגעהויבן לייגן ר''ת נאך מיין חתונה, פלעג איך לייגן בערך ביים יום.
ביז כ'האב געכאפט אז די גאנצע סוף דאווענען ווערט אזא געמיש פון צאם\לייגן תפילין, כאפן די דאווענען + אריינשטיפן וידבר און קרי''ש.
כ'האב אנגעהויבן צו בלייבן מיט די רשי ביז נאך עלינו\קדיש יתום, ב''ה ס'דאווענען האט באקומען א נייע צורה!
ס'האלט שוין אהן א גוטע 15 יאר ב''ה לאורך ימים.
געהערט בשם רבי אלימלך בידערמאן וואס זאגט נאך
(איך געדענק נישט פון וועם) אז ווער עס טוט נישט אויס די רש''י תפילין ביז נאך עלינו איז מובטח אויף פרנסה
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 6:10 pm
דורך בערל דער פייפער
צ''ק ווענט זיך אין די זייגער/סדר היום,
איך עס נישט פארן לייגן רבינו תם
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 6:44 pm
דורך וואוילער
יעדן טאג אנדערש
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:14 pm
דורך רואה חשבונות
פאר הויכע שמונה עשרה אויב מעגליך יוצא צו זיין דעם שיטת הקמארנער און אויך צו קענען קאנצעטרירן אויף חזרת הש"ס.
נ.ב. זייער וויכטיג צו לייגן תפילן ביי שחרית אדער נאך שחרית, נישט זיך צו פארלאזן אז מ'וועט שוין לייגן שפעטער ווייל...
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:27 pm
דורך דער תהלים איד
ביי מיר איז גאנץ ענליך צו @סטעישאן וועעגן.
יארן לאנג האב איך געלייגט רבינו תם'ס גלייך נאך שטילע שמ"ע, און ווען מ'יאגט זיך, אויסגעטון רבינו תם נאך ובא לציון. נו, 1+1= אז כמעט יעדן טאג יאגט מען זיך, איז אזוי אויסגעקומען אז דער ענדע דאווענען (ירידת השפע) האט געדארפט א תיקון גדול.
אין א שיינעם רואיגן טאג, ווען כ'האב געהאט א געוויסע ישועה משמים ב"ה וואס האט מיר צוגעגעבן רואיגקייט, האב איך באשלאסן אז דאס איז עס, איך טו נישט אויס די רש"י תפילין ביז נאך "ואנחנו כורעים". און דאס האלט שוין אן צווישן 5 און 10 יאר, געדענק נישט פונקטליך (אויסער אין ממש 911 סיטואציעס).
איי, קומט דאך אויס, אז ביים צוזאמלייגן די רבינו תם האט מען שוין נישט פארבליבן פונעם דאווענען? וואס טוט מען דעמאלס מיט'ן מויל?... נו, בלית ברירה... האט מען אנגעהויבן זאגן טעגליך די 5 קאפיטלעך תהלים!...
ויה"ר שיתקבל לרחמים ולרצון.
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:33 pm
דורך אחת למעלה
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:27 pm
ביי מיר איז גאנץ ענליך צו @סטעישאן וועעגן.
יארן לאנג האב איך געלייגט רבינו תם'ס גלייך נאך שטילע שמ"ע, און ווען מ'יאגט זיך, אויסגעטון רבינו תם נאך ובא לציון. נו, 1+1= אז כמעט יעדן טאג יאגט מען זיך, איז אזוי אויסגעקומען אז דער ענדע דאווענען (ירידת השפע) האט געדארפט א תיקון גדול.
אין א שיינעם רואיגן טאג, ווען כ'האב געהאט א געוויסע ישועה משמים ב"ה וואס האט מיר צוגעגעבן רואיגקייט, האב איך באשלאסן אז דאס איז עס, איך טו נישט אויס די רש"י תפילין ביז נאך "ואנחנו כורעים". און דאס האלט שוין אן צווישן 5 און 10 יאר, געדענק נישט פונקטליך (אויסער אין ממש 911 סיטואציעס).
איי, קומט דאך אויס, אז ביים צוזאמלייגן די רבינו תם האט מען שוין נישט פארבליבן פונעם דאווענען? וואס טוט מען דעמאלס מיט'ן מויל?... נו, בלית ברירה... האט מען אנגעהויבן זאגן טעגליך די 5 קאפיטלעך תהלים!...
ויה"ר שיתקבל לרחמים ולרצון.
סעים הער. ס'איינציגסטע חילוק אז כ'טוע עס נישט קיין 5-10 יאר. כ'מיין נאר א יאר
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:05 pm
דורך Spa 42
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 6:09 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 1:32 pm
ווען כ'האב אנגעהויבן לייגן ר''ת נאך מיין חתונה, פלעג איך לייגן בערך ביים יום.
ביז כ'האב געכאפט אז די גאנצע סוף דאווענען ווערט אזא געמיש פון צאם\לייגן תפילין, כאפן די דאווענען + אריינשטיפן וידבר און קרי''ש.
כ'האב אנגעהויבן צו בלייבן מיט די רשי ביז נאך עלינו\קדיש יתום, ב''ה ס'דאווענען האט באקומען א נייע צורה!
ס'האלט שוין אהן א גוטע 15 יאר ב''ה לאורך ימים.
געהערט בשם רבי אלימלך בידערמאן וואס זאגט נאך
(איך געדענק נישט פון וועם) אז ווער עס טוט נישט אויס די רש''י תפילין ביז נאך עלינו איז מובטח אויף פרנסה
דאס שטייט דאכט זיך מיר פונעם אר"י הקדוש.
ער זאגט ווער עס בלייבט מיט די תפילין ביז נאך עלינו, איך מיין ער שרייבט נישט אז עס דארף זיין דווקא די רש"י תפילין..
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:02 pm
דורך סטעישאן וועעגן
נו שוין, האמיר צוגעלייגט א קבלה אפציע אינעם אנקעטע פאר ווער עס וויל זיך מיטכאפן מיטן ירידת השפע!
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:05 pm
דורך טיפע טאשן
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:02 pm
נו שוין, האמיר צוגעלייגט א קבלה אפציע אינעם אנקעטע פאר ווער עס וויל זיך מיטכאפן מיטן ירידת השפע!
און איינוועגס אויסגעמעקט די אפגעגעבענע שטומען...
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:08 pm
דורך סטעישאן וועעגן
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:05 pm
סטעישאן וועעגן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:02 pm
נו שוין, האמיר צוגעלייגט א קבלה אפציע אינעם אנקעטע פאר ווער עס וויל זיך מיטכאפן מיטן ירידת השפע!
און איינוועגס אויסגעמעקט די אפגעגעבענע שטומען...
אמת... נישט געוואוסט דאס וועט פאסירן..
מ'בעט ווער ס'קען, זאל קומען צו די בחירות נאכאמאל
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:15 pm
דורך געצל
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 7:14 pm
פאר הויכע שמונה עשרה אויב מעגליך יוצא צו זיין דעם שיטת הקמארנער און אויך
צו קענען קאנצעטרירן אויף חזרת הש"ס.
נ.ב. זייער וויכטיג צו לייגן תפילן ביי שחרית אדער נאך שחרית, נישט זיך צו פארלאזן אז מ'וועט שוין לייגן שפעטער ווייל...
זמן תורה לחוד וזמן תפלה לחוד...
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:59 pm
דורך ענותן
נישט דא קיין אפציע פאר די שקיעה ? יעצט געענדיגט צוזאמלייגן מיינע ר"ת.
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 4:03 pm
דורך דעת קדשי
ענותן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:59 pm
נישט דא קיין אפציע פאר די שקיעה ? יעצט געענדיגט צוזאמלייגן מיינע ר"ת.
אה! דו ביזט עס???
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:53 pm
דורך פישל שווארץ
ענותן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:59 pm
נישט דא קיין אפציע פאר די שקיעה ? יעצט געענדיגט צוזאמלייגן מיינע ר"ת.
ר"ת תפילין קען מען דאך לייגן ביזן זמן ר"ת... איך עס נישט פארן לייגן ר"ת בה.
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:07 pm
דורך בערל דער פייפער
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:53 pm
ענותן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:59 pm
נישט דא קיין אפציע פאר די שקיעה ? יעצט געענדיגט צוזאמלייגן מיינע ר"ת.
ר"ת תפילין קען מען דאך לייגן ביזן זמן ר"ת... איך עס נישט פארן לייגן ר"ת בה.
מען קען נישט
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:09 pm
דורך פשוטער איד
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:53 pm
ענותן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:59 pm
נישט דא קיין אפציע פאר די שקיעה ? יעצט געענדיגט צוזאמלייגן מיינע ר"ת.
ר"ת תפילין קען מען דאך לייגן ביזן זמן ר"ת... איך עס נישט פארן לייגן ר"ת בה.
ת"ב שרייבן אלע פוסקים אז מ' דארף לייגן ר"ת *פאר די שקיעה* אפילו אז לשיטת ר"ת איז טאג ביז 72
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:53 am
דורך ענותן
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:53 pm
ענותן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:59 pm
נישט דא קיין אפציע פאר די שקיעה ? יעצט געענדיגט צוזאמלייגן מיינע ר"ת.
ר"ת תפילין קען מען דאך לייגן ביזן זמן ר"ת... איך עס נישט פארן לייגן ר"ת בה.
איך עס פרישטאג ארום 3'עה און פארדעם לייג איך ר"ת, אסאך מאל עס איך בכלל נישט פרישטאג דאן לייגט מען עס פאר מנחה
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:42 am
דורך נקודות טובות
ענותן האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:53 am
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:53 pm
ענותן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:59 pm
נישט דא קיין אפציע פאר די שקיעה ? יעצט געענדיגט צוזאמלייגן מיינע ר"ת.
ר"ת תפילין קען מען דאך לייגן ביזן זמן ר"ת... איך עס נישט פארן לייגן ר"ת בה.
איך עס פרישטאג ארום 3'עה און פארדעם לייג איך ר"ת, אסאך מאל עס איך בכלל נישט פרישטאג דאן לייגט מען עס פאר מנחה
ס'איז זייער נישט געזונט די לעבנ'ס שטייגער, פת שחרית איז זייער וויכטיג פארן מענטש. א שאד אז די ביסט מזניח אין דעם...
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:45 am
דורך נקודות טובות
ווענדט זיך ווי א טאג. איך דאווען אסאך פארן עמוד וואס דעמאלטס לייג איך נאכן דאווענען. (די בעלי תפילה וואס לייגן צווישען שטילע און הויכע שמונה עשרה זאלן וויסען אז ס'איז א גרויסע טירחא דציבורא)
אויב דאווען איך נישט פארן עמוד, ווענדט זיך ווי שנעל/שטייט די בעל תפילה דאווענט...
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:50 am
דורך וואוילער
פשוטער איד האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:09 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:53 pm
ענותן האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 3:59 pm
נישט דא קיין אפציע פאר די שקיעה ? יעצט געענדיגט צוזאמלייגן מיינע ר"ת.
ר"ת תפילין קען מען דאך לייגן ביזן זמן ר"ת... איך עס נישט פארן לייגן ר"ת בה.
ת"ב שרייבן אלע פוסקים אז מ' דארף לייגן ר"ת *פאר די שקיעה* אפילו אז לשיטת ר"ת איז טאג ביז 72
אלע פוסקים?
ברענג ביטע 3.
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 1:51 pm
דורך פשוטער איד
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:50 am
פשוטער איד האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 9:09 pm
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:53 pm
ר"ת תפילין קען מען דאך לייגן ביזן זמן ר"ת... איך עס נישט פארן לייגן ר"ת בה.
ת"ב שרייבן אלע פוסקים אז מ' דארף לייגן ר"ת *פאר די שקיעה* אפילו אז לשיטת ר"ת איז טאג ביז 72
אלע פוסקים?
ברענג ביטע 3.
סארי אזוי זאגן די מורי הוראות ווען מ' פרעגט זיי
Re: ווען לייגט איר ר''ת תפילין?
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 3:06 pm
דורך ענותן
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:42 am
ענותן האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:53 am
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 8:53 pm
ר"ת תפילין קען מען דאך לייגן ביזן זמן ר"ת... איך עס נישט פארן לייגן ר"ת בה.
איך עס פרישטאג ארום 3'עה און פארדעם לייג איך ר"ת, אסאך מאל עס איך בכלל נישט פרישטאג דאן לייגט מען עס פאר מנחה
ס'איז זייער נישט געזונט די לעבנ'ס שטייגער, פת שחרית איז זייער וויכטיג פארן מענטש. א שאד אז די ביסט מזניח אין דעם...
איך נעם אריין א לחיים אינדערפרי,