די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

אוועיטער
yidtish
Site Admin
פאוסטס: 87
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 27, 2023 11:11 pm
x 488

די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך yidtish »

שלום עליכם טייערע חברים, און טויזנטער ליינער.

זינט די קורצע צייט (ערב און מוצאי שבת) וואס מיר זענען אפן, ווערן מיר ממש יעדע מינוט אנגעפרעגט פון אלע זייטן וואס אונזער מטרה איז. דעריבער, לאמיר עס דא אפשרייבן אפן און קלאר, נישט למען יעמדו ימים רבים, נאר אויף יעצט ווילאנג מ'זעמיר ניי און דער ציבור וויל הערן קלארע רייד.

ס'איז שוין בעצם דא היימישע ערליכע פארומס, לשה"ק און אידיש. עקזיסטירנדע שיינע פארומס.

די פארומס האבן אין אלגעמיין שווערע הונדערטער, אדער ביז טויזנטער, מעמבער'ס. די מעלה דערפון איז, אז ס'איז דא א ים מיט אינפארמאציע, ממש יעדע זאך וואס איינער פרעגט איז דא איינער וואס זאל וויסן א תשובה, און ממש יעדע מינוט איז דא אסאך פרישע ווארע. די חסרון איז אבער, אז כדי צו קענען קאנטראלירן א ריזן סייט מוז מען אננעמען מהלכים וואס מאכן פאר די מעמבערס שווערקייטן, ווי גאר א ברייטע צענזור, פרישע תקנות כסדר, אא"וו. די וואס פירן די פארומס ארבעטן ביטער שווער צו האלטן א שטיקל קאנטראל, זינט יעדעס ווארט קען טריגערן מהפיכות.

דאס ברענגט אז מ'איז געצווינגען צו מאכן רולס נישט נאר אויף פראבלעמאטישע זאכן, נאר אויך אויף 'טריגערס'. אויף לשה"ק וואלט עס געהייסן "גזירה לגזירה'ס". פארוואס? ווייל אז נישט גייט עס אויט אוו קאנטראל. פארפאלן, יעדע מעלה ברענגט מיט זיך א חסרון. דאס איז דער מציאות.

שוין אפגערעדט וואס מ'איז געצווינגען צו האבן זייער א ברייטע שטאב פון מנהלים און אחראים, און אלע מוזן זיין אקטיוו צו מעקן און מסדר זיין טאג איין טאג אויס. אטאמאטיש, יעדער מנהל און אחראי האט זיך זיין וועג פון טראכטן, און מאנכע פילן זיך באקריוודעט פון זייערע באשלוסן.

וואס איז די עצה? מ'זאל מאכן אויס מיט אלע תקנות? אויס מיט צענזור? אויס מיט פארמאכן טריגער'דיגע אשכולות? ניין. מ'מוז דאס האבן. ס'איז א "ריזיגע סייט" פאר גאנץ כלל ישראל און ס'איז נישט מעגליך אנדערש דאס צו קאנטראלירן, און עס דארף ארויסגעברענגט ווערן לשבח דאס אז א פארום קען אנגיין מיט אזויפיל טויזענטער באנוצער און אזוי ריין און אויסגעהאלטן, דאס איז זיכער צו פארדאנקען די שווערע האראוואניע פון די הנהלה מיטגלידער.

מיר, חברי הנהלה פון אידטיש, האבן זיך צאמגענומען אויף א גענצליך נייע געדאנק. אלע פון אונז האבן פשוט געזוכט א מקום צו קענען שמועסן ערוואקסן, מיט געקליבענע נארמאלע חברים, פון אלע ערליכע קהילות, אויסגעהאלטן און 'רואיג'. מיר זענען נישט דא נאכצומאכן און ערווארבן א ריזיגע סייט, מיר זענען נישט דא צו סערווירן גאנץ כלל ישראל, נאר דוקא להיפך. מיר דארפן א רואיג ווינקל וואס זאל אונז צושטעלן דעם 'הנעשה והנשמע' אויף א כשר'ע פארנעם, שטיל און איידל אן קיין עגמ"נ.

דעריבער האמיר זיך צאמגענומען, און געעפנט אינאיינעם א נייעם סייט, אין וואס עס ליגט וואכן ארבעט, טעג און נעכט. אונזער ציל איז: צו זיין "קליין", צו זיין "קאנצעטרירט", און צו האלטן נאר "עוואקסענע" מעמבערס וואס גיבן צו, און פאדערן נישט קיין איבריגע צענזור און קאנטראל.

אין אנדערע ווערטער: מיר זענען נישט קיין קאמפעטישן פאר קיינעם. מיר זענען דא צו בויען א 'נייע סארט' פלאץ וואס עקזיסטירט נאך נישט, מיט א נייע סארט מהלך, טאטאל אנדערש 'ביסוד' פון סיי וועמען אנדערש. און מיר האפן און קוקן ארויס אז קיינער זאל נישט פארשטיין אז מיר זענען דא פאר עפעס אנדערש, און אודאי נישט זוכן ארויסצושטעלן ספין'ס און שמועות פורחות איבער אונז. מיר זוכן נישט קיינעם צו טשעפען, און מיר האפן אז קיינער וועט אונז נישט טשעפען. אדרבה, מיר זענען דא צו העלפן יעדן און ארבעטן מיט יעדן בע"ה, טראץ די שווערע כוחות און שעות וואס דאס קאסט.

מיר האבן חברי הנהלה פון סאטמאר און פון סאטמאר, פון באבוב און פון באבוב45, און פון בעלזא. אויב איז דא נאך א קהילה וואס וויל דא האבן א פארטרעטערשאפט, קען ער זיך ווענדן צו אונז.

און לאמיר זיין זייער קלאר: כאטש מ'גייט דא ערלויבן צו שמועסן יעדע אויסגעהאלטענע זאך נארמאל און ערוואקסן, מען צילט דוקא נישט צו זיין איבערגעטריבן הייקל צו יעדע טריגער, פארט גייט דא בע"ה נישט זיין קיין מקום הפקר, נאר פארקערט! דאס ערלויבן צו רעדן אלעס וואס מ'רעדט אין ביהמ"ד ביים לחיים, קומט מיט א פרייז פון "ארויסלאזן יעדן מעמבער וואס שטעלט זיך ארויס אלס אומפאסיג" פאר אזא מקום.

איך האף אז ס'איז גענוג קלאר, און אויב וועט אויספעלן מער קלארקייט, אדרבה, מ'זעמיר דא מיט אונזער ציבור עד הסוף בעזר ה'.

ב"ה דער התחלה איז פיל בעסער ווי געראכטן, און ס'איז נאר אן אנהייב. ובשם ה' נעשה ונצליח!
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 268

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך world champion »

זייער קלאר שכח!

לאמיר נאר טאקע האפן אז עס וועט זיין אזוי.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
קאטשקע
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:10 pm
x 6

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך קאטשקע »

זייער קלאר!
שכח מנהלים פאר די שווערע ארבעט
הכנה דרבה
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 112
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:10 pm
x 129

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך הכנה דרבה »

מיינט דאס אז ס'דא א לימיט וויפיל ניק'ס מ'וועט אננעמען?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 703
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 1033

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

WOW

הערליך, איידל, קלאר, כה לחי!
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 122
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 129

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך בינת הלב »

זייער שיין!
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
שוואכע מעשיות
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:13 am

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך שוואכע מעשיות »

זייער זייער שטארק! איך קוק ארויס פארן סוקסעס פונעם פלאטפארמע! און איך וועל פרובירן מיין בעסט צו ביישטייערן קוואליטעט סחורה! בעזהשי״ת.

אויב מעג איך צולייגן, איינע פון די שטארקע מעקן/צענזור פראבלעמען איז די שלייער פון באהאלטנקייט אונטער דעם, דא איז א פלאץ וואו די דאזיגע וועבזייטל קאן זיך גאר שטארק ארויפארבעטן, ד״ה אויב איינער שרייבט עפעס וואס איז נישט קלאר ווי דער טאג אז עס וואלט נישט געדארפט שרייבן, זאל ער באקומען א טריקענע מודעה: אייער תגובה ״[געמעקטע תגובה תוכן]״ איז געמעקט געווארן צוליב [סיבה למחיקה]. מיט דאנק אויפן פארשטענדעניש, ההנהלה.
פראקטיש
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:02 pm
x 1

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך פראקטיש »

זייער קלאר.

העמיר עס מאניטערן צו זעהן וואס איך גלייך מער און בעיקר וואס ס'שטעלט פאר מיינע פרינציפן ביהדות.
בלייב געזונט
פרישער באניצער
פאוסטס: 81
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:44 pm
x 65

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך בלייב געזונט »

שוואכע מעשיות האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:51 pm זייער זייער שטארק! איך קוק ארויס פארן סוקסעס פונעם פלאטפארמע! און איך וועל פרובירן מיין בעסט צו ביישטייערן קוואליטעט סחורה! בעזהשי״ת.

אויב מעג איך צולייגן, איינע פון די שטארקע מעקן/צענזור פראבלעמען איז די שלייער פון באהאלטנקייט אונטער דעם, דא איז א פלאץ וואו די דאזיגע וועבזייטל קאן זיך גאר שטארק ארויפארבעטן, ד״ה אויב איינער שרייבט עפעס וואס איז נישט קלאר ווי דער טאג אז עס וואלט נישט געדארפט שרייבן, זאל ער באקומען א טריקענע מודעה: אייער תגובה ״[געמעקטע תגובה תוכן]״ איז געמעקט געווארן צוליב [סיבה למחיקה]. מיט דאנק אויפן פארשטענדעניש, ההנהלה.
לייק. נאדיר א גרינע!
אוועיטער
א קלער
מנהל המערכת
פאוסטס: 289
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 4:51 pm
x 93

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך א קלער »

שוואכע מעשיות האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:51 pm זייער זייער שטארק! איך קוק ארויס פארן סוקסעס פונעם פלאטפארמע! און איך וועל פרובירן מיין בעסט צו ביישטייערן קוואליטעט סחורה! בעזהשי״ת.

אויב מעג איך צולייגן, איינע פון די שטארקע מעקן/צענזור פראבלעמען איז די שלייער פון באהאלטנקייט אונטער דעם, דא איז א פלאץ וואו די דאזיגע וועבזייטל קאן זיך גאר שטארק ארויפארבעטן, ד״ה אויב איינער שרייבט עפעס וואס איז נישט קלאר ווי דער טאג אז עס וואלט נישט געדארפט שרייבן, זאל ער באקומען א טריקענע מודעה: אייער תגובה ״[געמעקטע תגובה תוכן]״ איז געמעקט געווארן צוליב [סיבה למחיקה]. מיט דאנק אויפן פארשטענדעניש, ההנהלה.
מען פראבירט
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
בן שמחה
פרישער באניצער
פאוסטס: 52
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 3:23 pm
x 67

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך בן שמחה »

זייער שיין, די עיקר חיסרון און חלל ביי די גרעסטע היימישע סייט איז טאקע דאס נישט קענען אויסשמועסן נארמאלע זאכן וואס האבן צוויי צדדים.
איך ווייס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 188
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:26 pm
x 191

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך איך ווייס »

הייסט אז מען גייט ווארפן ניקס איבער תגובות? נאר אזוי קען אזא מהלך גיין.
והיתם נקיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
x 33

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך והיתם נקיים »

שוואכע מעשיות האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:51 pm זייער זייער שטארק! איך קוק ארויס פארן סוקסעס פונעם פלאטפארמע! און איך וועל פרובירן מיין בעסט צו ביישטייערן קוואליטעט סחורה! בעזהשי״ת.

אויב מעג איך צולייגן, איינע פון די שטארקע מעקן/צענזור פראבלעמען איז די שלייער פון באהאלטנקייט אונטער דעם, דא איז א פלאץ וואו די דאזיגע וועבזייטל קאן זיך גאר שטארק ארויפארבעטן, ד״ה אויב איינער שרייבט עפעס וואס איז נישט קלאר ווי דער טאג אז עס וואלט נישט געדארפט שרייבן, זאל ער באקומען א טריקענע מודעה: אייער תגובה ״[געמעקטע תגובה תוכן]״ איז געמעקט געווארן צוליב [סיבה למחיקה]. מיט דאנק אויפן פארשטענדעניש, ההנהלה.
איך האלט אז מ'זאל עס שרייבן אין פובליק.

מעורר זיין אין פובליק אז עפעס איז פראבלעמאטיש און דארף פארראכטן ווערן, און אויב מ'הארכט נישט זאל א פארשטייער פון די הנהלה האלטן אינפארמירט די שרייבער/ליינער פונעם טעמע וויאזוי מ'האט עס ווייטער באהאנדלט.
אוועיטער
ר' דן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 138
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:11 pm
x 30

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך ר' דן »

א גרויסן שכח @yidtish פארן אויסקלארן.
ר' דן איז נישט אפיליעטירט מיט גרעי עריע פון אייוועלט
והיתם נקיים
פרישער באניצער
פאוסטס: 50
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:52 pm
x 33

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך והיתם נקיים »

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 8:07 pm זייער קלאר.

העמיר עס מאניטערן צו זעהן וואס איך גלייך מער און בעיקר וואס ס'שטעלט פאר מיינע פרינציפן ביהדות.
וויאזוי גייט די מאניטירונגס פראסעס? האלט אונז אפדעיטעד.
אוועיטער
אויטענטיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 22
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:09 pm
x 2

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך אויטענטיש »

קליפ און קלאר!
יישר כחכם.
בשם השם נעשה ונצליח
👍
פריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 28
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 9:12 am
x 5

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך פריש »

קליפ און קלאר!
אוועיטער
זייער גוט
פרישער באניצער
פאוסטס: 35
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:42 pm
x 6

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך זייער גוט »

זייער שיין און קלאר ארויס געברענגט!

איך קוק ארויס אויף די שטארקע סוקסעס אויף די סייט
דו, ביסט זייער גוט!!!
מטות
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:55 am
x 23

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך מטות »

זייער קלאר
גאר געשמאק
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:38 pm
x 1

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך גאר געשמאק »

זאל דער אייבישטער העלפן אז סזאל נאר ארויסקומען א כבוד שמים
שמוליק
פרישער באניצער
פאוסטס: 48
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 7:43 am
x 5

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך שמוליק »

גאר געשמאק האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 11:46 am זאל דער אייבישטער העלפן אז סזאל נאר ארויסקומען א כבוד שמים
יאפ, קאמפעטישען איז אייביג גוט
גאר געשמאק
ניי צום טיש
פאוסטס: 13
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:38 pm
x 1

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך גאר געשמאק »

שמוליק האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 11:48 am
גאר געשמאק האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 11:46 am זאל דער אייבישטער העלפן אז סזאל נאר ארויסקומען א כבוד שמים
יאפ, קאמפעטישען איז אייביג גוט
יא יא :lol: :lol: :lol:
פריש פון פריש
פרישער באניצער
פאוסטס: 27
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:11 pm
x 1

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך פריש פון פריש »

זייער קלאר יישר כח
אוועיטער
דזשארדזש וואשינגטאן
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:23 am
x 50

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך דזשארדזש וואשינגטאן »

yidtish האט געשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 7:09 pm שלום עליכם טייערע חברים, און טויזנטער ליינער.

און לאמיר זיין זייער קלאר: כאטש מ'גייט דא ערלויבן צו שמועסן יעדע אויסגעהאלטענע זאך נארמאל און ערוואקסן, מען צילט דוקא נישט צו זיין איבערגעטריבן הייקל צו יעדע טריגער, פארט גייט דא בע"ה נישט זיין קיין מקום הפקר, נאר פארקערט! דאס ערלויבן צו רעדן אלעס וואס מ'רעדט אין ביהמ"ד ביים לחיים, קומט מיט א פרייז פון "ארויסלאזן יעדן מעמבער וואס שטעלט זיך ארויס אלס אומפאסיג" פאר אזא מקום.

איך האף אז ס'איז גענוג קלאר, און אויב וועט אויספעלן מער קלארקייט, אדרבה, מ'זעמיר דא מיט אונזער ציבור עד הסוף בעזר ה'.

ב"ה דער התחלה איז פיל בעסער ווי געראכטן, און ס'איז נאר אן אנהייב. ובשם ה' נעשה ונצליח!
איך מיין אבער אז ס'פעלט אביסל קלארקייט און וועלכע קופקע מ'שטייט, דהיינו ס'עט נעמען אביסל צייט צו זעהן וואס'ערע טאון (tone) מרעדט ביי אונזער לחיים'ס .
פאר די באקוועמליכקייט פון יעדער, ביטע נוצט ! ? , ; : " ' - . , ווי עס פעלט זיך אויס.
ירחמיאל מאניש
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:39 pm
x 29

Re: די מטרה פון אידטיש! קליפ און קלאר

פאוסט דורך ירחמיאל מאניש »

שכ"ח
א איד דארף אלעמאל זיין פרייליך
שרייב פאוסט