חמשה עשר בשבט ומקורו
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 7:35 pm
אונז וואקסן אויף מיט דעם יום טוב חמשה עשר בשבט, פון קליינווייז אן לערנט מען איבער דעם טאג חמשה עשר בשבט, יעדער ווייסט צו זאגן אז דאס איז "ראש השנה לאילנות". אזוי שטייט דאך אין דער משנה.
לאמיר אביסל דורכטון דער נושא זען וואס מיינט דאס חמשה עשר בשבט.
די משנה אין מסכת ראש השנה (א, א) זאגט 'באחד בשבט ראש השנה לאילן כדברי בית שמאי. בית הלל אומרים, בחמשה עשר בו'. דאס טייטש בית שמאי האלט אז ראש השנה לאילן איז א' שבט און בית הלל האלט אז עס איז ט"ו שבט.
וואס איז דאס די ראש השנה לאילן וואס די משנה רעדט?
עס איז דא גאר אסאך הלכות אנבלאגט ביימער, אסאך פון זיי זענען תלוי אין 'יארן', לדוגמא עס איז דא די הלכה פון ערלה און נטע רבעי, אז די ערשטע דריי יאר פון א בוים טאר מען נישט עסן איר פירות, און דערנאך אין דער פערטער יאר ברויך מען ארויף טראגן די פירות קיין ירושלים און זיי דארט עסן. די הלכות זענען געוואנדן אין דער טאג וואס מען האט איינגעזייט דער בוים, דהיינו פון דער טאג וואס מען האט איינגעזייט דער בוים ביז דריי יאר נאכדעם דעם זעלבן טאג טאר מען נישט עסן די פירות.
פארהאן הלכות וואס זענען תלוי אין דער יאר, אבער נישט אין דער טאג וואס מען האט איינגעזייט דעם בוים. לדוגמא בנוגע ביכורים, ווען רעכנט מען די נייע יאר אז מען זאל דארפן ברענגן אויף דער בוים ביכורים. אזוי אויך ביי מעשר ראשון איז די הלכה אז מען טאר מען נישט תורם זיין פירות פון איין יאר אויף פירות פון א צווייטען יאר נאר תורם זיין פון פירות פון דעם יאר אויף פירות פון דעם יאר.
דאס זעלבע בנוגע מעשר שני און מעשר עני וואס יעדע יאר איז מען תורם פאר אן אנדערע.
ווען הייבט זיך אן די יאר און ווען ענדיגט זיך עס, אויף דעם ארויף איז די מחלוקת פון בית שמאי און בית הלל, בית שמאי האלט א' שבט און בית הלל האלט חמשה עשר בשבט. דאס איז דער "ראש השנה לאילנות" וואס מיר אלע ווייסן.
דאס איז איינמאל קלאר אז דער משנה מיינט נישט צו זאגן אז חמשה עשר בשבט איז דער יום הדין פאר די ביימער, אזוי ווי מען זעט אין א משנה נאכדעם (שם א, ב) שטייט: 'בארבעה פרקים העולם נדון וכו', בעצרת על פירות האילן' - שבועות איז מען דן די פירות פון די ביימער.
אזוי אויך דער רמב"ם (תרומות פ"ה הלכה יא) רופט אן חמשה עשר בשבט "ראש השנה למעשרות האילן".
שטעלט זיך די שאלה אויב אזוי פארוואס מאכן מיר א גאנצע עסק חמשה עשר בשבט? מען דאווענט פאר גוטע פירות, פאר א גוטע אתרוג, מען עסט פירות.
אין חז"ל און אזוי אויך שפעטער אין תקופת הגאונים טרעפט מען נישט דערמאנט דער טאג חמשה עשר בשבט אלץ א יום טוב אדער א טאג פון שמחה. דער ערשטע מקור צו דעם איז דער צוויי קרובות (אדער קרובץ ווי מיר אשכנזים רופן דאס) לחמשה עשר בשבט וואס רבי יהודה ברבי הלל הלוי האט מחבר געווען - נישט קלאר אין וועלכע תקופה פונקטליך ער האט געלעבט אבער זיכער איבער טויזנט יאר צוריק - וואס מען האט געטראפן אין דער קהיר'ער גניזה.
זיי זענען ענדליך צו דער קרובץ וואס אונז זאגן פורים, עס איז אפאר שורות פאר יעדער סוף ברכה.
בלתי מוגה, המשך יבוא בעז"ה