ס'איז נישט אזוי פשוט, במציאות איז אמעריקע שוין עכט געווען אין קריג מיט דייטשלאנד, נאך איידער דעצעמבער 7 אויך. אמעריקע האט געשיקט וואפן קיין ענגלאנד זינט מערץ 1941, און צו רוסלאנד זונט יוני, אמעריקאנע שיפן האבן געטראגן די געווער, און אמעריקאנער קריגסשיפן האבן געהיטן די געווער, אמעריקאנער און דייטשער שיפן האבן שוין געהאט פייער אויסטוישינגען, און אפילו געזינקען איינעם דעם אנדערעס שיפן. ס'איז געווען און אומדערקלערטע מלחמה צעווישען אמעריקע און דייטשלאנד.העלדיש האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 31, 2023 5:55 pmנישט אז דייטשלאנד האט נישט געווילט קריג מיט אמעריקא. דער פאריקטער היטלער האט געווילט איינעמען אמעריקא אויך, טא, זיין ציל איז דאך געווען צו אויפשטעלן דעם טויזענט יאריגן רייך וועלכע זאל הערשן איבער אלעמען. נאר וואס יא, ער האט ס''ה געהאלטן אז אויף דערוויל לוינט זיך אים נאכנישט צו אריינגיין אין קריג מיט אמעריקא. ער האט צו ערשט געוואלט פארטיג ווערן מיט רוסלאנד און ענגלאנד.ניקל האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 31, 2023 5:28 pm אמעריקאנער ריספאנד
עס איז געווארן צופרי און וואשינגטאן, די אמעריקאנער גייסט איז געווען דערשלאגן, האט די אמעריקאנער פרעזידענט רוזוועלט פארלאנגט פון קאנגרעס אז ער וויל דערקלערן קריג אנטקעגן יאפאן, וואס ווי פארשטענדליך האט עס די אמעריקאנער קאנגרעס גלייך נאכגעגעבן פארן פרעזידענט, און יענעם אינדערפרי האט די אמעריקאנער רעגירונג אפיציעל דערקלערן קריג אנטקעגן יאפאן.
די זון איז נאך נישט אינטערגעגאנגען און די ענגלענדער האבן זיך צוגעשטעלט ווען עס האט נאכגעפאלגט ענגלאנד, און זיי האבן דערקלערט אז זיי שטייען אויף די אמעריקאנער זייט און דיזיך מיטגעשטעלט מיט די אמעריקאנער מלחמה אנטקעגן יאפאן.
מיט 3 טעג שפעטער דעצעמבער 11 האט דייטשלאנד צוזאמען מיט איטאליע דערקלערט קריג קעגן אמעריקע, אלץ חלק פון זייער אליאנץ מיט יאפאן.
אויך דעם טאג פון דעצעמבער 11 ווען דייטשלאנד און איטאליע האבן דערקלערט קריג אנטקעגן אמעריקע האט זיך באמת אנגעהויבן די וועלט מלחמה ווען אויף אלע קאנטינענטן פון אונזער פלאנעט זענען געווען און מלחמה!!
עכט איז היטלער ימ"ש געווען גערעגט אויף יאפאן, צוליב וואס יאפאן האט נישט מיטגעטיילט מיט אים זייערע פלענער וואס זיי פלאנען צו טוען און זיי האבן זיך נישט גערעכנט מיט אים, נאר געטון וואס האט זיי געשמעקט, וויבאלד באמת איז היטלער געווען גאר שטארק אנטקעגן אזא זאך צו אטאקירן אמעריקע, וויבאלד ער האט געהאלטן אז ביז ווילאנג די אמעריקאנער מיליטער האלט זיך נייטראל און שטיל, און מישט זיך נישט אריין און די מלחמה, האט ער א גרויסן שאנס ארויסצוגיין זיגער פון די מלחמה דארט,
די מצב איז דעמאלסט געווען גאר גוט פאר דייטשלאנד ווייל ענגלאנד'ס כוח איז געווען דעמאלטס צוקלאפט, און ענגלאנד איז נישט געווען בכלל גרייט פאר א מלחמה מיט דייטשלאנד, און איך ורק מיט א פאראייניגטע כוח פון ענגלאנד צוזאמען מיט אמעריקע וואלטן זיי געקענט עפענען א מערב פראנט אנטקעגן דייטשלאנד.
און דאס איז די סיבה פארוואס באמת איז ער געווען אנגעווייטאגט אויף יאפאן פארן אים נישט הערן, און נישט דורכרעדן מיט אים, וואס דאס האט אריינגעשלעפט די אמעריקאנער מיליטער אינעם קריג.
די יאפאנעזער האבן אבער געהאט זייערע אייגענע אגענדעס אויפן ארענע, און זיי האבן געלאכט פון דייטשלאנד,
זייער ציל איז געווען צו דערלאנגן א מנה אחת כפיים פאר די אמעריקאנער מיליטער, וואס מיט דעם האבן זיי געחלומט און געהאפט אז זיי גייען מיט א שנעלקייט יעצט מארשירן צו א גאר שטארקע זיג...
אבער רבות מחשבות בלב איש אבער עצת השם הוא תקום, א מענטש טראכט און גאט לאכט, ער האט אנדערש געוואלט, און פון דארט און ווייטער האט די רעדל זיך געגעבן א דריי, די אמעריקאנער מיליטער זענען אריינגעקומען אינעם קריג פול פארס, זיי האבן דערלאנגט גאר ביטערע קלעפ פאר די פיינט, ווי עס האט זיך גענדיגט מיט א גאר ביטערע מפלה פון די צינדערס פון די בלוטיגסטע מלחמה איבער די וועלט
כן יאבדו כל אוביך השם
קוקנדיג אויף צוריק איז ער לכאורה געווען גערעכט מיט זיינע חשבונות. אויב וואלט אמעריקא נישט געווארן פארמישט אינעם קריג איז שטארק מעגליך אז ער וואלט באוויזן זיך צו שטארקן אויפן רוס, צוליב דעם וואס ער וואלט געקענט אהינשיקן פיל מער סאלדאטן און מוניציאן. שפעטער איינמאל דאס וואלט פאסירט וואלט ער זיך געקענט פון פריש מאביליזירן און גיין אין קריג מיט אמעריקא...
באמת האט היטלער קיינמאל דערקלערט קריג איידער אנפאנגען א מלחמה, בלויז קעגן אמעריקע האט ער דערקלערט קריג, וויבאלד ער האט נישט פאקטיש געקענט אריינדרינגען קיין אמעריקע אדער אמעריקאנע שטחים, האט ער געמוזט ערקלערען קריג.