בלאט 1 פון 1

חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:08 pm
דורך וואוילער
ס'דא עטליכע וועגן וויאזוי מ'גייט אנגעטוהן ביים חנוכה ליכט צינדן, ביי אונז חסידים איז אין די לעצטערע יארן מער פארשפרייט זיך צו אנטוהן בגדי שבת.
ביטע קומט אריין מיט אייער מנהג, און אויב דיין טאטע האט אויך אזוי געטוהן.

ווער ס'קען צולייגן אביסל טעם און היסטאריע.

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:12 pm
דורך ענותן
א גאנצע וואך מיט שטריימל בעקיטשע (נאך די מקוה), פרייטאג נאכמיטאג ביים פלג/שקיעה מיט א הוט (פאר די מקוה נאך)
(ווערטל..)

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:19 pm
דורך דאפלטער
הוט און רעקל,

היסטאריע? מיין פאטער זז"ג טוט אזוי...

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:24 pm
דורך world champion
קוטשמע

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:37 pm
דורך וואוילער
הוט און בעקיטשע.

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:13 pm
דורך וואסאפשט
world champion האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 2:24 pm קוטשמע
מיין טאטע ווען ער פלעגט גיין מיט א קוטשמע איז עס געבליבן צום צינדן
אבער היינט וואס זייער ווינציג גייען דערמיט גייט ער שוין אויך נישט
:o

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:23 pm
דורך דער תהלים איד
איך פלעג גיין ווי מיין טאטע א הוט און בעקיטשע, היי יאר האב איך 'משנה געווען' צוריק צו מיינע עלטער זיידעס... און איך גיי מיט א שטריימל.

מיין טאטע'ס טאטע איז געגאנגען בראשית שנותיו מיט א שטריימל ווייל זיין טאטע (מיין עלטער זיידע) איז אזוי געגאנגען. שפעטער האט ער אויפגעהערט צוליב וואס רביה"ק מסאטמאר איז נישט געגאנגען און ער האט נישט געוואלט טון מער ווי דעם רבין, איז ער געגאנגען א בעקיטשע מיט א הוט.

מיין מאמעס טאטע פלעגט אויך גיין א שטריימל.

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:23 pm
דורך דער פאטעטע מייסטער
ביי אונז גייט מען מיטן היט און רעקל כ'וואלט אבער זייער געוואלט גיין שטריימל בעקיטשע כ'האלט אז ס'געבט אסאך צו צום מצב אבער אזוי ווי מיין טאטע גייט נישט אזוי וויל איך נישט משנה זיין
כ'וויל אבער פארשטיין דעי וואס גייען מיטן היט און בעקיטשע
וואס פאר א מין מנהג איז דאס?? אפשר זאל מען גיין מיטן שטריימל און רעקל גאר?!?!?

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 7:46 pm
דורך נאכנישט
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:23 pm ביי אונז גייט מען מיטן היט און רעקל כ'וואלט אבער זייער געוואלט גיין שטריימל בעקיטשע כ'האלט אז ס'געבט אסאך צו צום מצב אבער אזוי ווי מיין טאטע גייט נישט אזוי וויל איך נישט משנה זיין
כ'וויל אבער פארשטיין דעי וואס גייען מיטן היט און בעקיטשע
וואס פאר א מין מנהג איז דאס?? אפשר זאל מען גיין מיטן שטריימל און רעקל גאר?!?!?
ווייס איך נישט אויב דעס הייסט אפילו א שיני

איך גיי שטריימל/בעקיטשע (ווייל איך גלייך אזוי)

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:19 pm
דורך טובי' שרייבער
מיין טאטע גייט מיט א הוט און בעקיטשע גיי איך אויך....

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:10 pm
דורך דער תהלים איד
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:23 pm כ'וויל אבער פארשטיין דעי וואס גייען מיטן היט און בעקיטשע
וואס פאר א מין מנהג איז דאס?? אפשר זאל מען גיין מיטן שטריימל און רעקל גאר?!?!?
כהאב אמאל געהערט פון איינעם אז דער ענין איז אז די חנוכה לעכט דארף אריינשיינען די אורות אין די 'וואכנדיגע' טעג, ממילא גייט מען דוקא נישט אינגאנצן שבת'דיג.

כ'ווייס צו ער האט עס געזאגט מידיעה אז דאס איז דער טעם, אדער מהשערה.

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:07 pm
דורך איד
טובי' שרייבער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:19 pm מיין טאטע גייט מיט א הוט און בעקיטשע גיי איך אויך....
ג''א

מיין טאטע גייט אזוי ווייל זיין טאטע איז אזוי געגאנגען גיי איך אויך אזוי

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 9:11 am
דורך דער פאטעטע מייסטער
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:10 pm
דער פאטעטע מייסטער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 5:23 pm כ'וויל אבער פארשטיין דעי וואס גייען מיטן היט און בעקיטשע
וואס פאר א מין מנהג איז דאס?? אפשר זאל מען גיין מיטן שטריימל און רעקל גאר?!?!?
כהאב אמאל געהערט פון איינעם אז דער ענין איז אז די חנוכה לעכט דארף אריינשיינען די אורות אין די 'וואכנדיגע' טעג, ממילא גייט מען דוקא נישט אינגאנצן שבת'דיג.

כ'ווייס צו ער האט עס געזאגט מידיעה אז דאס איז דער טעם, אדער מהשערה.
👍👍👍

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 9:59 am
דורך וואוילער
די פראבלעם איז אז איך פארשטיי אויך נישט די הוט און בעקיטשע, נאר איך טויש נישט כדי מיינע קינדער זאלן נישט זאגן אז זייער טאטע האט געטוישט (אזויווי איך זאג אויף מיין טאטע).

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 10:01 am
דורך וואוילער
קען זיין אז היות די חסידים אמאהל זענען אלעמאל געגאנגען מיט א בעקיטשע, אזויווי די רבי'שע היינט, און אונז גייען אזוי נאר לכבוד שבת ויום טוב אדער שמחות, איז פאסיג דאס צו אנטוהן פאר אזא מצוה, אבער די שטריימל איז שוין אן אנדערע זאך, דאס איז שוין ממש בגד שבת.

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 10:37 pm
דורך מאטאווירט
שטריימל און בעקיטשע.

נישט געוואוסט ס’דא ווער ס’גייט ווייסע זאקן אויך

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 9:56 am
דורך בן חיים
עס איז דא וואס גייען מיט הוט און רעקל אבער מען טוט אן א נייע הוט ביים צינדען

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:33 am
דורך אנדערער
בן חיים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 9:56 am עס איז דא וואס גייען מיט הוט און רעקל אבער מען טוט אן א נייע הוט ביים צינדען
קויפן יעדע יאר א נייע?

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 2:04 pm
דורך וואוילער
אנדערער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:33 am
בן חיים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 9:56 am עס איז דא וואס גייען מיט הוט און רעקל אבער מען טוט אן א נייע הוט ביים צינדען
קויפן יעדע יאר א נייע?
לכאורה מיינט ער צו זאגן מער א שענערע הוט וואס ער נוצט אויף שמחות.

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 3:08 pm
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 2:04 pm
אנדערער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:33 am
בן חיים האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 9:56 am עס איז דא וואס גייען מיט הוט און רעקל אבער מען טוט אן א נייע הוט ביים צינדען
קויפן יעדע יאר א נייע?
לכאורה מיינט ער צו זאגן מער א שענערע הוט וואס ער נוצט אויף שמחות.
אה

Re: חנוכה לעכט לבוש (אנקעטע)

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 6:33 pm
דורך שרייב מיין קינד
לאמיר הערן פון די צוויי וואס גייען מיט ווייסע זאקן