בלאט 1 פון 2
לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:55 pm
דורך נקודות טובות
די סימבאל פון די יום טוב חנוכה איז אן קיין ספק די פיוט ''מעוז צור''. פון אינג ביז אלט קענען אלע דעם ניגון, אפילו גאר קליינע קינדער זינגען דאס ביי זייערע חנוכה מסיבות אין חדר. די פיוט ווערט געזינגען בכל תפוצות ישראל ביי אונז אשכנזים, און ווי אויך ביי אחינו בני ישראל הספרדים.
די מקור פונעם פיוט איז נישט באקאנט, נאר דאס ווייסן מיר אז די ראשי תיבות פון די ערשטע פינף בתים איז ''מרדכי''. וואס דאס מאכט קלאר אז א איד מיטן נאמען מרדכי איז דער מחבר דערפון, אבער פונקטלעך ווער איז נישט באקאנט.
דער חוות יאיר ברענגט אז דער מהר''ם מרוטנבורג פלעגט דאס זינגען חנוכה, און אזוי אויך אין לקט יושר שרייבט ער אז דער תרומת הדשן פלעגט דאס זינגען.
עס זענען דא וואס זאגן אז די פיוט קומט נאך מזמן בית שני, און דאס איז דער טעם אז דער פיוט איז אנגענומען ביי די ספרדים פונקט ווי די אשכנזים. די פראבלעם מיט די השערה איז, אז פונעם ערשטען בית איז קלאר משמע אז די בית המקדש איז שוין נישט געשטאנען בזמן המחבר.
עס זענען דא וואס ווילן דאס צושרייבן צו די באקאנטע ''מרדכי'' ר' מרדכי בן ר' הלל וואס איז געווען א תלמיד פון מהר''ם מרוטנבורג. און די סיבה דערצו איז וויבאלד עס זענען דא עטליכע פיוטים פון ר' מרדכי בן ר' הלל וואס ער האט אויסגעשטעלט די בתים על סדר מרדכי. ווי אויך זענען דא אנדערע וואס ווילן דאס צושרייבן צו ר' מרדכי בן יצחק דער מחבן הפיוט מה יפית ומה נעמת וואס א טייל זינגען שבת. אבער ווי געזאגט איז נישטא קיין שום מקור וואס טראגט צום מחבר.
דער פיוט איז א הודאה להשי''ת אויף דעם וואס ער האט אונז אויסגעלייזט פון אלע גזירות אנגעהויבען מיט רעות שבעה נפשי וואו ער רעדט פון גלות מצרים, דערנאך דביר קדשו איבער גלות בבל. כרות קומת ברוש אזי די גזירת המן הרשע. און שפעטער יונים נקבצו עלי, אויף די נס חנוכה.
די זעקסטער בית חשוף זרוע קדשיך איז נישט אריינגעדריקט אין די אלטע סידורים וואס דאס האט אויפגעברענגט השערות אויב דאס איז טאקע פונעם זעלבען מחבר, אדער איז א שטיקעל וואס איז צוגעלייגט געווארן שפעטער. אזוי ווי מיר זעהען אז עטליכע מחברים האבן צוגעלייגט בתים צו דעם פיוט (די מערסט באקאנטער פון די איז דאס וואס די רמ''א האט צוגעלייגט) אדער איז דער בית יא פונעם מחבר זעלבסט נאר איז ארויסגענומען געווארן דורכ'ן צענזור.
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:55 pm
דורך נקודות טובות
אויב איך וועל האבן מער צייט וועל איך בעזר השם אביסעל מאריך זיין, אבער אין עתי בידי. ואתכם הסליחה.
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:12 pm
דורך וואוילער
יישר כח פאר'ן אריינברענגען די חנוכה לופט!
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:13 pm
דורך וואוילער
האסט אויך די מקור פון די אנגענומענע וועלטס טאן וואס מ'נוצט אויף מעוז צור?
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:47 pm
דורך נקודות טובות
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:13 pm
האסט אויך די מקור פון די אנגענומענע וועלטס טאן וואס מ'נוצט אויף מעוז צור?
אויב איך האב די מקור? איז עס דען א שאלה?
דאס איז א קלויסטער ניגון פון די נוצרים פון פונקט פינף הונדערט יאר צוריק, און דאס האט קאמפאזירט א דייטשער גלח!
דא האט איר א לינק צו דעם ניגון, הער אויס די ריקארדירונג דארט. עס איז אביסעל אנדערש.
ווען מען טייטשט איבער די ווערטער אויף ענגליש כאפט א גרויל נאכדעם צו זינגען דעם ניגון אויף מעוז צור... אבער שוין.
עס זענען דא צו טרעפן הונדערטער ריקארדירונגען פון דעם פארשאלטענעם ניגון ווי גוים עובדי עבודה זרה זינגען עס נאך היינט...
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 10:47 pm
דורך בערל דער פייפער
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:47 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:13 pm
האסט אויך די מקור פון די אנגענומענע וועלטס טאן וואס מ'נוצט אויף מעוז צור?
אויב איך האב די מקור? איז עס דען א שאלה?
דאס איז א קלויסטער ניגון פון די נוצרים פון פונקט פינף הונדערט יאר צוריק, און דאס האט קאמפאזירט א דייטשער גלח!
דא האט איר א לינק צו דעם ניגון, הער אויס די ריקארדירונג דארט. עס איז אביסעל אנדערש.
ווען מען טייטשט איבער די ווערטער אויף ענגליש כאפט א גרויל נאכדעם צו זינגען דעם ניגון אויף מעוז צור... אבער שוין.
עס זענען דא צו טרעפן הונדערטער ריקארדירונגען פון דעם פארשאלטענעם ניגון ווי גוים עובדי עבודה זרה זינגען עס נאך היינט...
ווער האט דאס אריין געברענגט?
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:05 pm
דורך המברך יתברך
א ווילדע השערה: אזויווי דאס אינגווארג האט למעשה געזינגען דאס טריפה-לידל (פונקט ווי היינט: איני מיני, לאנדאן ברידזשעס, עי. בי. סי. די. וכדומה) און מ'האט עס נישט געקענט אפשטעלן, האט מען געדארפט ארויפלייגן דערויף א אידישע געזאנג, כדי אז מ'זאל כאטש נישט זינגען די טריפה'נע ווערטער.
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:01 am
דורך בן מלך
המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:05 pm
א ווילדע השערה: אזויווי דאס אינגווארג האט למעשה געזינגען דאס טריפה-לידל (פונקט ווי היינט: איני מיני, לאנדאן ברידזשעס, עי. בי. סי. די. וכדומה) און מ'האט עס נישט געקענט אפשטעלן, האט מען געדארפט ארויפלייגן דערויף א אידישע געזאנג, כדי אז מ'זאל כאטש נישט זינגען די טריפה'נע ווערטער.
האסט אמאל געהערט די ניגון וואס די הייליגע ריבניצער פלעגט זינגען אויף מעוז ציר? עס האט א ענליכע ׳חנוכה ניגון׳ שמעק. אזא ניגון וואס גייט טיף ארויסצושלעפן און ראטעווען. די הייליגע חתם ספר האט אויך געמאכט א ניגון מיט עטוואס ענליכע טענער.
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:07 am
דורך צווייטער
בן מלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:01 am
המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:05 pm
א ווילדע השערה: אזויווי דאס אינגווארג האט למעשה געזינגען דאס טריפה-לידל (פונקט ווי היינט: איני מיני, לאנדאן ברידזשעס, עי. בי. סי. די. וכדומה) און מ'האט עס נישט געקענט אפשטעלן, האט מען געדארפט ארויפלייגן דערויף א אידישע געזאנג, כדי אז מ'זאל כאטש נישט זינגען די טריפה'נע ווערטער.
האסט אמאל געהערט די ניגון וואס די הייליגע ריבניצער פלעגט זינגען אויף מעוז ציר? עס האט א ענליכע ׳חנוכה ניגון׳ שמעק. אזא ניגון וואס גייט טיף ארויסצושלעפן און ראטעווען. די הייליגע חתם ספר האט אויך געמאכט א ניגון מיט עטוואס ענליכע טענער.
אפשר טיילסטו מיט מיט אונז דעם ריבניצער ניגון
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:08 am
דורך קלונימוס
המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:05 pm
א ווילדע השערה: אזויווי דאס אינגווארג האט למעשה געזינגען דאס טריפה-לידל (פונקט ווי היינט: איני מיני, לאנדאן ברידזשעס, עי. בי. סי. די. וכדומה) און מ'האט עס נישט געקענט אפשטעלן, האט מען געדארפט ארויפלייגן דערויף א אידישע געזאנג, כדי אז מ'זאל כאטש נישט זינגען די טריפה'נע ווערטער.
מענין לענין שלא באותו ענין.
דער י-ה ריבון האט ר׳ ישראל נגארה געמאכט אויף א באקאנטע אראבישע ניגון בימיו. אלע זיינע ניגונים אין זיין ספר זמירות ישראל שרייבט ער פארדעם וועלכע פאפולערער לחן צו נוצן דערויף. כמדומני אז כהיום אין אתנו יודע די ניגונים.
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:14 am
דורך בן מלך
צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:07 am
בן מלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:01 am
המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:05 pm
א ווילדע השערה: אזויווי דאס אינגווארג האט למעשה געזינגען דאס טריפה-לידל (פונקט ווי היינט: איני מיני, לאנדאן ברידזשעס, עי. בי. סי. די. וכדומה) און מ'האט עס נישט געקענט אפשטעלן, האט מען געדארפט ארויפלייגן דערויף א אידישע געזאנג, כדי אז מ'זאל כאטש נישט זינגען די טריפה'נע ווערטער.
האסט אמאל געהערט די ניגון וואס די הייליגע ריבניצער פלעגט זינגען אויף מעוז ציר? עס האט א ענליכע ׳חנוכה ניגון׳ שמעק. אזא ניגון וואס גייט טיף ארויסצושלעפן און ראטעווען. די הייליגע חתם ספר האט אויך געמאכט א ניגון מיט עטוואס ענליכע טענער.
אפשר טיילסטו מיט מיט אונז דעם ריבניצער ניגון
איך ווייס נישט ווי עס צו טרעפן, זושא שמעלצער האט א רעקארדירונג דערפון אויף זיין מעשיות סידי אויפן ריבניצער זי״ע
ס ׳איז נישט ממש די זעלבע טענער אבער אזאנע סארט פרעמדע תנועות, אויב איך מעג עס אזוי אנרופן.
די אויסדרוק אז ״עס גייט טיף אראפ״ (בבחינת למטה מעשרה) האב איך אליין געהערט פון א אדם גדול. איך טראכט אפשר אז די וועלט באקאנטע מעוז ציר האט אויך מיט דעם.
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:19 am
דורך קלונימוס
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:55 pm
עס זענען דא וואס זאגן אז די פיוט קומט נאך מזמן בית שני, און דאס איז דער טעם אז דער פיוט איז אנגענומען ביי די ספרדים פונקט ווי די אשכנזים. די פראבלעם מיט די השערה איז, אז פונעם ערשטען בית איז קלאר משמע אז די בית המקדש איז שוין נישט געשטאנען בזמן המחבר.
שירים בזמן בית שני האבן נישט געהאט קיין חרוזים און קיין משקל...
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:01 am
דורך שמח
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:47 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:13 pm
האסט אויך די מקור פון די אנגענומענע וועלטס טאן וואס מ'נוצט אויף מעוז צור?
אויב איך האב די מקור? איז עס דען א שאלה?
דאס איז א קלויסטער ניגון פון די נוצרים פון פונקט פינף הונדערט יאר צוריק, און דאס האט קאמפאזירט א דייטשער גלח!
דא האט איר א לינק צו דעם ניגון, הער אויס די ריקארדירונג דארט. עס איז אביסעל אנדערש.
ווען מען טייטשט איבער די ווערטער אויף ענגליש כאפט א גרויל נאכדעם צו זינגען דעם ניגון אויף מעוז צור... אבער שוין.
עס זענען דא צו טרעפן הונדערטער ריקארדירונגען פון דעם פארשאלטענעם ניגון ווי גוים עובדי עבודה זרה זינגען עס נאך היינט...
ברוך שכוונתי, איך האב אלץ געשפירט א שלעכטע טעם אין דער ניגון, מאנכע האבן געוואלט זאגן אז עס גאר פארקערט די מעשה אז די גוים האבן עס גענומען פון אידן, מיר האט עס אבער נישט געשמעקט....
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:27 am
דורך מאטאווירט
מיר א חידוש! דאס הייסט אז איך זינג אויף מעוז צור א טמא'נע קלויסטער ניגון? אזוי מיט די נאסע פאות נאך די מקוה?
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:34 am
דורך וואוילער
יא יא, כ'האב געפרעגט פאר א סיבה...
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 8:32 am
דורך תינוק הבורח
קלונימוס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:08 am
המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:05 pm
א ווילדע השערה: אזויווי דאס אינגווארג האט למעשה געזינגען דאס טריפה-לידל (פונקט ווי היינט: איני מיני, לאנדאן ברידזשעס, עי. בי. סי. די. וכדומה) און מ'האט עס נישט געקענט אפשטעלן, האט מען געדארפט ארויפלייגן דערויף א אידישע געזאנג, כדי אז מ'זאל כאטש נישט זינגען די טריפה'נע ווערטער.
מענין לענין שלא באותו ענין.
דער י-ה ריבון האט ר׳ ישראל נגארה געמאכט אויף א באקאנטע אראבישע ניגון בימיו. אלע זיינע ניגונים אין זיין ספר זמירות ישראל שרייבט ער פארדעם וועלכע פאפולערער לחן צו נוצן דערויף. כמדומני אז כהיום אין אתנו יודע די ניגונים.
עס איז נישט ממש א צושטעל, ווייל ער האט גענוצט פאלקס לידער אזוי ווי ר' יום טוב עהרליך, נישט קלויסטער ניגונים.
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:28 am
דורך בן מלך
מאטאווירט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:27 am
מיר א חידוש! דאס הייסט אז איך זינג אויף מעוז צור א טמא'נע קלויסטער ניגון? אזוי מיט די נאסע פאות נאך די מקוה?
צוזאמען מיט נאך צענדליגע טויזנטער אידן.
צייט צו גלייבן אין השגחה פרטית.
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:42 am
דורך בן מלך
צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:07 am
בן מלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:01 am
המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:05 pm
א ווילדע השערה: אזויווי דאס אינגווארג האט למעשה געזינגען דאס טריפה-לידל (פונקט ווי היינט: איני מיני, לאנדאן ברידזשעס, עי. בי. סי. די. וכדומה) און מ'האט עס נישט געקענט אפשטעלן, האט מען געדארפט ארויפלייגן דערויף א אידישע געזאנג, כדי אז מ'זאל כאטש נישט זינגען די טריפה'נע ווערטער.
האסט אמאל געהערט די ניגון וואס די הייליגע ריבניצער פלעגט זינגען אויף מעוז ציר? עס האט א ענליכע ׳חנוכה ניגון׳ שמעק. אזא ניגון וואס גייט טיף ארויסצושלעפן און ראטעווען. די הייליגע חתם ספר האט אויך געמאכט א ניגון מיט עטוואס ענליכע טענער.
אפשר טיילסטו מיט מיט אונז דעם ריבניצער ניגון
געטראפן
ברצוני לשתף אתכם ברצועה: Track 02
https://jewishmusic.page.link/j3N5
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:50 am
דורך dev
שמח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:01 am
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:47 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 3:13 pm
האסט אויך די מקור פון די אנגענומענע וועלטס טאן וואס מ'נוצט אויף מעוז צור?
אויב איך האב די מקור? איז עס דען א שאלה?
דאס איז א קלויסטער ניגון פון די נוצרים פון פונקט פינף הונדערט יאר צוריק, און דאס האט קאמפאזירט א דייטשער גלח!
דא האט איר א לינק צו דעם ניגון, הער אויס די ריקארדירונג דארט. עס איז אביסעל אנדערש.
ווען מען טייטשט איבער די ווערטער אויף ענגליש כאפט א גרויל נאכדעם צו זינגען דעם ניגון אויף מעוז צור... אבער שוין.
עס זענען דא צו טרעפן הונדערטער ריקארדירונגען פון דעם פארשאלטענעם ניגון ווי גוים עובדי עבודה זרה זינגען עס נאך היינט...
ברוך שכוונתי, איך האב אלץ געשפירט א שלעכטע טעם אין דער ניגון, מאנכע האבן געוואלט זאגן אז עס גאר פארקערט די מעשה אז די גוים האבן עס גענומען פון אידן, מיר האט עס אבער נישט געשמעקט....
סאיז דא א גרינגע סימן אויף א ניגון צו וויסן אויב דאס איז אידישע ניגון צו נישט, דהיינו, א אידישע ניגון וועט אייביג האבן תנועות וואס גייען אויף אראפ בהכנעה, סאיז שווער מסביר צו זיין מיטן פעדער, אבער מקען עס גרינג כאפן ווען די וועסט קוקן ביים סוף פון א אידישע פאל, דוק ותשכח,
משא"כ א גויאישע ניגון גייען
אלע תנועות גראד אדער אויף ארויף גארנישט גייט נישט אראפ, פול מיט גאווה,
יעצט, דעם מעוז צור גייט אויך אלעס גראד אדער אויף ארויף גארנישט גייט נישט אראפ, דאס איז די ערשטע ראי אז די ניגון איז נישט ממקור טהור,
ס'דא נאך א ליסטע פון אזאנע ניגינום וואס דרייען זיך ביי אונז אידן, לדוגמא די ניגון וואס מ'זינגט מיט די קינדער אויף אדון עולם גייט אויך אזוי, אלעס גראד אדער אויף ארויף,
(נישט דעי וואס מזינגט יו"כ ביינאכט די אנדערע..) איינער האט מיר לעצטענס געשיקט א קליפטשע ווי קינדער אין א גויאישע סקול זינגען דאס ביי א פלעי, ס'איז שרעקעדיג.....
ועוד יש דברים בו, סאיז א לאנגע שמועס
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:08 am
דורך שמח
dev האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:50 am

אפשר קענסטו אביסל מער מרחיב זיין (אין אן עקסטערע טעמע)
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:09 am
דורך שמח
בן מלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:42 am
צווייטער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:07 am
בן מלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:01 am
האסט אמאל געהערט די ניגון וואס די הייליגע ריבניצער פלעגט זינגען אויף מעוז ציר? עס האט א ענליכע ׳חנוכה ניגון׳ שמעק. אזא ניגון וואס גייט טיף ארויסצושלעפן און ראטעווען. די הייליגע חתם ספר האט אויך געמאכט א ניגון מיט עטוואס ענליכע טענער.
אפשר טיילסטו מיט מיט אונז דעם ריבניצער ניגון
געטראפן
ברצוני לשתף אתכם ברצועה: Track 02
https://jewishmusic.page.link/j3N5
עס עפענט נישט די עפפ ביי מיר, זאג מיר ביטע וואס צו זוכען צוציקומען דערצו.
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:14 pm
דורך בן מלך
שמח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 10:09 am
עס עפענט נישט די עפפ ביי מיר, זאג מיר ביטע וואס צו זוכען צוציקומען דערצו.
זושא שמעלצער > דער הייליגער ריבניצער ח״א < Track 2
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:14 pm
דורך נקודות טובות
מאטאווירט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:27 am
מיר א חידוש! דאס הייסט אז איך זינג אויף מעוז צור א טמא'נע קלויסטער ניגון? אזוי מיט די נאסע פאות נאך די מקוה?
יא! נאר וואס דען, אז די גאנצע וועלט טוט אזוי לאזט זיך זאגן אז יש דברים בגו... אזוי ווי @בן מלך שרייבט.
בן מלך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 9:28 am
צוזאמען מיט נאך צענדליגע טויזנטער אידן.
צייט צו גלייבן אין השגחה פרטית.
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:18 pm
דורך נקודות טובות
קלונימוס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:19 am
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:55 pm
עס זענען דא וואס זאגן אז די פיוט קומט נאך מזמן בית שני, און דאס איז דער טעם אז דער פיוט איז אנגענומען ביי די ספרדים פונקט ווי די אשכנזים. די פראבלעם מיט די השערה איז, אז פונעם ערשטען בית איז קלאר משמע אז די בית המקדש איז שוין נישט געשטאנען בזמן המחבר.
שירים בזמן בית שני האבן נישט געהאט קיין חרוזים און קיין משקל...
חרוזים אודאי יא!
אגב אויף וועלכע משקול גייט מעוז צור?
Re: לזמר עריצים - זמר מעוז צור לחנוכה
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:18 pm
דורך נקודות טובות
המברך יתברך האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 11:05 pm
א ווילדע השערה: אזויווי דאס אינגווארג האט למעשה געזינגען דאס טריפה-לידל (פונקט ווי היינט: איני מיני, לאנדאן ברידזשעס, עי. בי. סי. די. וכדומה) און מ'האט עס נישט געקענט אפשטעלן, האט מען געדארפט ארויפלייגן דערויף א אידישע געזאנג, כדי אז מ'זאל כאטש נישט זינגען די טריפה'נע ווערטער.
גארנישט קיין ווילדע השערות, עס איז נאך אסאך מער ווי איני מיני ניגונים. יום אידם קומט אלעמאל אויס ארום די ימי חנוכה...