בלאט 1 פון 1

שידוכים שידוכים...

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:19 pm
דורך יצחק
שידוכים שידוכים

אין א שטילע מינוט – איך קלער
חיים'ס שידוך – פארוואס אזוי שווער
בן שמונה עשר – צוריק איך זיך דערמאן
אלע שכנים זאגן – נעם 'הערמאן'

אבער הערמאן'ס זיידע איז נישט בכדי שיעשה
גע'האט א דין תורה מיט פעטער ליפא, א גאנצע מעשה
געלט איז נישט דא דארט, א דאללער א דיים
און זי איז דאך פון יענע פון 'דערהיים'

אפשר זיידנפעלד – אייניקל פון רבי פישעלע
אבער ער פון אנטווערפען, זי פון גאליציע
זיי זענען מסכים צו געבן זייער מיידל
אבער ביי אונז איז א חוב, א הוט אויפן שייטל

פארוואס נישט 'גראס' – מיין מאמע פרעגט
אדער 'העללער' – מיין טאטע ווערט גערעגט
פארגעס פון 'האפמאן' – פאר זיי ביסטו ביליג
פריי זיך אז 'קליין' פון לינדן איז וויליג

לייבוש, א נייע שדכן רופט טעגליך
בעסער פון 'גרינפעלד' איז נישט מעגליך
זיין שווער 'בראך' איז פארמעגליך
און די קרן איז אויסער געווענדליך

אבער מרת ווייס די אויבערשטע שכנ'טע
האט א מיינוג אויף יעדעם – א שלעכטע
זי רעדט לשון הרע, פעקלעך און צרות
א וואונדער מ'איז נאך אלץ אין גלות?

'היימפעלד', חני'ס רחל'עס ערשטע קלאס מורה
קליינע מיידלעך זאגן און רעדן, אויך מיר א תורה
וואס איז מיט 'מיללער' – פון אסתי'ס באנגעלעאו
נעה, ער איז צו פרום, ער גרילט נישט מארשמעלאו

'פריינד' פון לעיקוואוד קומט נישט אין בארטראכט
א ליטווישע שטאט, אלע הוטן צוקראכט
יעדע געשפרעך איז א חליפין מיט א קנין
וואו וועט ער טרעפן א חסידישע מנין

און אזוי גייט אריבער א חודש א יאר
נאנטע וואונדערען זיך ביז גאר
וואס גייט דא פאר???

Re: שידוכים שידוכים...

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:08 pm
דורך דער תהלים איד
:lol: :lol:

אדער בעסער געזאגט:

:oops: :oops:

אבער דו ביסט גוט און זאפטיג!

Re: שידוכים שידוכים...

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 5:49 pm
דורך בן תורה
יצחק קומט דא אן
און שרייט ווי א האן
איך זוך א שידוך וויכטיג
אבער איך ווייס נישט וואסערע סאיז ריכטיג

דערווייל הער ער מיינונגען אסאך
סקומט צו וויינען און צום לאך
יעדער האט א דעה
אפילו מומע לאה

הער אויף טראגן דאגות
לויף נישט ארום פרעגן פראגעס
דער מזווג זיווגים האט פון דיר נישט פארגעסן
מגייט שוין באלד צום לחיים אביסל לעקעך עסן

Re: שידוכים שידוכים...

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:30 pm
דורך וואסאפשט
@יצחק די קומסט אריין שטארק

Re: שידוכים שידוכים...

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 8:37 pm
דורך מאטאווירט
גוט געשריבן!

איך טריי צו כאפן פארוואס האסט געקליבן דוקא די נעמען, כאטש פאר מיין נאמען האסטו נישט צוגעטיילט עפעס א פלעק אויף די משפחה...

Re: שידוכים שידוכים...

געפאוסט: זונטאג יוני 23, 2024 9:06 pm
דורך מיילעך פריילעך
טוב מאוד..