בלאט 1 פון 2

זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולה, רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 02, 2023 11:04 pm
דורך על פי תורה
(דיסקלעימער: איך האלט זיך נישט פאר דער גרויסער חוקר הדורות, איך וועל נאר ברענגן וואס איך האב געטראפן עד שידי מגעת, און אדרבא זאלן די בני ברק'ער ניקס אריינקומען מיט מער אינפארמאציע)

ר' ישראל איז געבוירן אין פראנקרייך אין שנת תשמ''ה לפ''ק צו א שטיקל רבנ'יש ספרדי'שע משפחה, זיין זיידע איז געווען ר' אליהו שניאור ראש ישיבת 'אור יוסף'. אין יאר תשנ''ה האבן זיין עלטערן עולה געווען קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין קרית ספר, די אלע וואס קענען אים פון אלץ קינד אין קרית ספר דערציילן איבער זיין אויסטערלישע התמדה מאז ומקדם, ער פלעגט משים זיין לילות כימים אויף א פארצייטישן אופן, און דאס אליינס האט געהויבן ברעמען ביי אלע צוקוקער'ס.
אלץ בחור האבן שוין תלמידי חכמים אין זיין סביבה געוואוסט צו זאגן אז דעם קליינעם מתמיד'ל קען מען פרעגן סיי וואס און סיי וואו, און מען האט אנגעהויבן שמועסן אויף אים אז ער איז 'סאמטינג ספעשיל' ווי מען רופט עס....
אין ישיבה קטנה האט ער געלערנט אין 'קול תורה', ער האט אביסל גע'שמ'ט דארט אלץ עילוי, אבער גארנישט איז נישט צוגעקומען צו זיין נאמען וואס ער האט זיך ערוועבט אין ישיבה גדולה...
נאך 'קול תורה' איז ער געגאנגען לערנען אין ''ישיבת מיר בראכפעלד', ער האט ממשיך געווען דארט מיט זיין התמדה, אבער דארט איז שוין געשען א שטיקל אויפרייס... ער איז אומאפאציעל פארוואנדלט געווארן אין א שואל ומשיב, פשוט וויבאלד פון צופרי ביז ביינאכט זענען געשטאנען בחורים און געפרעגט שאלות פון דעם עילוי'שן בחור'ל... עס האט נישט צולאנג געדויערט ביז ער איז עמטליך געווארן 'די זאך' אין ישיבה....

ביי די 23 האט ער חתונה געהאט און געווארן אן איידעם ביי הרב בנשתי שליט''א ר''מ בישיבת אור גאון.
א תקופה נאך די חתונה האבן עטליכע פארמעגליכע בעל בתים אים גענומען אויף קעסט, און אים אנגעהויבן אפאציעל אויסצוהאלטן פון א' ביז ת' ער זאל קענען לערנען אן קיין דאגות.
ער האט דאן אנגעהויבן צו שרייבן ספרים, און זינט דאן האט ער שוין ארויסגעגעבן קרוב צו 20 הפלא'דיגע חיבורים ווי עס פאסט זיך פאר אזא בקי בכל התורה כולו.
במשך די יארן האט ער אנגעקניפט א נאנטן קשר מיט הגה''צ ר' איטשע מאיר מארגנשטערן שליט''א וועלעכע איז אויך באקאנט אלץ א געוואלדיגע בקי בתורה, מעגליך דערפאר איז ר' איטשע מאיר אזא הייסע חסיד פון הרב שניאור, וכמים פנים לפנים איז הרב שניאור א הייסע חסיד פון הגה''צ ר' איטשע מאיר שליט''א.

יעצט אביסל צו זיין בקיאות:
דער גאון איז א א בקי בכל התורה כולו.
היות דער אויסדריק ווערט אפט ארויפגעשמירט געווארן אויף תלמידי חכמים וועלעכע קענען טאקע 'אסאך' אדער 'גאר אסאך' אבער נישט באמת באמת כל התורה כולו, דארף אויסגעשמועסט ווערן די פשוט'ע פאקטן.
דער איד איז ביכולת נאכצוזאגן אויפן לשון סיי וואספארא שטיקל אין תורה, נביאים, כתובים, בבלי, ירושלמי, מדרש, זהר, ראשונים, אחרונים, כל ספרי מוסר, כל ספרי חסידות.
דא ענדיגט זיך נישט די מעשה.....
ער איז אויך ביכולת צו נעמען א נאמען פון א מענטש, אדער א געוויסע נושא, אדער א געוויסע ווארט, אדער א געוויסע גמטריא פון א ווארט, און אויסרעכענען פונקטלעך וויפיל מאל דאס ווערט דערמאנט אין די אויבדערמאנטע ליסטע... זייט געווארנט אז צימאל קען ער אויסרעכענען בערך 300 מראי מקומות אין איין שאס....
און ווי לאנג נעמט אים פון ווען מען פרעגט אים עפעס ביז ער הייבט אן אויסצורעכענען די מראי מקומות דערויף? בערך 8 סקונדעס.....

אט האט איר אביסל קליפ'ס פון דעם לעבדיגן אוצר החכמה, דער וואונדער פון דורי דורות!

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 02, 2023 11:18 pm
דורך המברך יתברך
וויאזוי קען מען דאס באווייזן?

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 02, 2023 11:48 pm
דורך וואוילער
כ'וויל אזוי שטארק נישט זיין נעגעטיוו, נאכדערצו אויף א זאך וואס כ'האס 0 אינפארמאציע, אבער כ'וועל שרייבן מיינע געפילן פון קוקן די קליפס אפאר מינוט.

זיצט דער תלמיד חכם, מיט אן אנגעשטעלטן קעמערע און מ'גייט פערפורמען א באזוך פון א גאון צו א בחור פאר די בר מצוה.
ביי ביידע פון די צוויי וואס איך האב יעצט געקוקט, קומט מען אריין און מ'מאכט א ברכה הויעך און קלאר ״שחלק מחכמתו״, נאכדעם קומט די אפעציעלע שלום עליכם.

די בחור באקומט עטליכע פעטש, און ר' יצחק מאיר מאגנשטערן בלייבט שטיין (און דער תלמיד חכם זיצט) פאר א לענגערע צייט, האקט אים די הענט כאילו ער איז זיין עלטערער מנהל.

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 02, 2023 11:54 pm
דורך על פי תורה
וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 02, 2023 11:48 pm כ'וויל אזוי שטארק נישט זיין נעגעטיוו, נאכדערצו אויף א זאך וואס כ'האס 0 אינפארמאציע, אבער כ'וועל שרייבן מיינע געפילן פון קוקן די קליפס אפאר מינוט.

מ'דארף פארשטיין אז ווען א ברוקלינער אונגארישער איד קוקט די קליפס זעט עס אפשר אויס מאדנע, אבער לאמיר געדענקן אז דא רעדט מען פון א ריכטיגער ספרדי פון בני ברק, וואס ביי זיי איז די מעטעליטי אינגאנצן אנדערש, ממילא איז נישט שייך צו פרעגן קיין קשיות (עכ''פ אויף דן צו זיין בלויז פון א קליפ)...

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 02, 2023 11:54 pm
דורך וואוילער
על פי תורה האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 02, 2023 11:54 pm
וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 02, 2023 11:48 pm כ'וויל אזוי שטארק נישט זיין נעגעטיוו, נאכדערצו אויף א זאך וואס כ'האס 0 אינפארמאציע, אבער כ'וועל שרייבן מיינע געפילן פון קוקן די קליפס אפאר מינוט.

זיצט דער תלמיד חכם, מיט אן אנגעשטעלטן קעמערע און מ'גייט פערפורמען א באזוך פון א גאון צו א בחור פאר די בר מצוה.
ביי ביידע פון די צוויי וואס איך האב יעצט געקוקט, קומט מען אריין און מ'מאכט א ברכה הויעך און קלאר ״שחלק מחכמתו״, נאכדעם קומט די אפעציעלע שלום עליכם.

די בחור באקומט עטליכע פעטש, און ר' יצחק מאיר מאגנשטערן בלייבט שטיין (און דער תלמיד חכם זיצט) פאר א לענגערע צייט, האקט אים די הענט כאילו ער איז זיין עלטערער מנהל.
מ'דארף פארשטיין אז ווען א ברוקלינער אונגארישער איד קוקט די קליפס זעט עס אפשר אויס מאדנע, אבער לאמיר געדענקן אז דא רעדט מען פון א ריכטיגער ספרדי פון בני ברק, וואס ביי זיי איז די מעטעליטי אינגאנצן אנדערש, ממילא איז נישט שייך צו פרעגן קיין קשיות (עכ''פ אויף דן צו זיין בלויז פון א קליפ)...
ריכטיג

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 1:24 am
דורך על פי תורה
די גרעסטע פלא איז אז די וועלט ווייסט נישט דערפון...
דער איז דאך ממש א איינשטיין!
וויאזוי קען זיין אז די וועלט שאקעלט נאכנישט מיט אים?

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 8:36 am
דורך רואה חשבונות
על פי תורה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 1:24 am די גרעסטע פלא איז אז די וועלט ווייסט נישט דערפון...
דער איז דאך ממש א איינשטיין!
וויאזוי קען זיין אז די וועלט שאקעלט נאכנישט מיט אים?
אין די היינטיגע וועלט ארבעט אלעס מיט PR אן קיין PR און פראפאגאנדע איז גארנישט דא.

מ'קען היינט צוטאגס נעמען א פראדוקט אדער א מענטש וואס איז ווערט זילטש און מאכן פון עס זאך.

אזוי קען מען האבן א מענטש מיט די בעסטע כשרונות אדער די בעסטע פראדוקט און איז ס'איז נישט גוט גע'מארקעט און קיינער וועט נישט וויסן פון דעם.

אבער מיר זעט אויס מיט די אלע קליפס, אז א PR קאמפאני ארבעט שוין דערויף.

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:26 am
דורך טיר
איך האב געקוקט אביסל וואס זעט מיר אויס אינטרעסאנט איז אז הילכות כבוד תלמיד חכם האט ער נאכנישט געלערענט ס'זעט מיר נישט אויס אז שטעלט זיך אויף פאר א תלמיד חכם ער לאט אים שטיין וואס באותו זמן זיצט ער ביז ער בעט זיך ווי א גנב צו ער קען זיצן זאגט ער זיכער. סגעפלט מיר נישט

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:27 am
דורך טיר
זאג מיר נישט אז ס'האט צו טון מיט א ספרדישע מיטאלעטיט די ספרדים קענען זייער גוט מכבד זיין מענטשן. כבוד הרב

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:50 am
דורך על פי תורה
קצי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:27 am זאג מיר נישט אז ס'האט צו טון מיט א ספרדישע מיטאלעטיט די ספרדים קענען זייער גוט מכבד זיין מענטשן. כבוד הרב
הער צו, איך בין נישט זיין חסיד, און איך האב נישט קיין שום שייכות צו אים, דאך זאגט מיין געפיל אז א איד וואס האט זיך מייגע געווען בתורה יומם ולילה מעג מען דן זיין לכף זכות, מעגליך אז ער האט אזא עילוי'שער מח און ער כאפט פשוט נישט וואס גייט פאר ארום אים, אדער עפעס אזוי, אבער סתם אפ'פסל'ן אזא ת''ח בלויז פון הערות אויף קליפ'ס וואלט איך נישט געטון.

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 11:59 am
דורך טיר
על פי תורה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:50 am
קצי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:27 am זאג מיר נישט אז ס'האט צו טון מיט א ספרדישע מיטאלעטיט די ספרדים קענען זייער גוט מכבד זיין מענטשן. כבוד הרב
הער צו, איך בין נישט זיין חסיד, און איך האב נישט קיין שום שייכות צו אים, דאך זאגט מיין געפיל אז א איד וואס האט זיך מייגע געווען בתורה יומם ולילה מעג מען דן זיין לכף זכות, מעגליך אז ער האט אזא עילוי'שער מח און ער כאפט פשוט נישט וואס גייט פאר ארום אים, אדער עפעס אזוי, אבער סתם אפ'פסל'ן אזא ת''ח בלויז פון הערות אויף קליפ'ס וואלט איך נישט געטון.
איך האב אים נישט אפגעפסלט איך האב נאר געזאגט אז די גרויסע עילוי דארפן לערנען הילכות כבוד תלמיד חכם. אין פאר די PR חברה זאג איך זיי ביטע נישט פארשפרייטן דאס ווייל ס'זעט נישט אויס גוט

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 12:01 pm
דורך טיר
אויך ווי ער רעדט מיט הרב גענוק פון לוח בעתו רעדט ער נישט כבודיג הגם ער מסתם 40 יאר עלטער פון אים

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 12:23 pm
דורך צווייטער
קצי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:26 am איך האב געקוקט אביסל וואס זעט מיר אויס אינטרעסאנט איז אז הילכות כבוד תלמיד חכם האט ער נאכנישט געלערענט ס'זעט מיר נישט אויס אז שטעלט זיך אויף פאר א תלמיד חכם ער לאט אים שטיין וואס באותו זמן זיצט ער ביז ער בעט זיך ווי א גנב צו ער קען זיצן זאגט ער זיכער. סגעפלט מיר נישט
אהא, און דאס וואס איר שרייבט דא אויף א פאבליק פארום שטימט יא מיט הל' כיבוד תלמיד חכם?

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 12:28 pm
דורך טיר
צווייטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 12:23 pm
קצי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:26 am איך האב געקוקט אביסל וואס זעט מיר אויס אינטרעסאנט איז אז הילכות כבוד תלמיד חכם האט ער נאכנישט געלערענט ס'זעט מיר נישט אויס אז שטעלט זיך אויף פאר א תלמיד חכם ער לאט אים שטיין וואס באותו זמן זיצט ער ביז ער בעט זיך ווי א גנב צו ער קען זיצן זאגט ער זיכער. סגעפלט מיר נישט
אהא, און דאס וואס איר שרייבט דא אויף א פאבליק פארום שטימט יא מיט הל' כיבוד תלמיד חכם?
ווען מ'וועט מאכן פון מיר קליפס ווי א גרויסע צדיק איך בין דעמאלטס זאלסטו פרעגן די קשיא אויף מיר

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 1:55 pm
דורך על פי תורה
קצי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 12:28 pm
צווייטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 12:23 pm
קצי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 10:26 am איך האב געקוקט אביסל וואס זעט מיר אויס אינטרעסאנט איז אז הילכות כבוד תלמיד חכם האט ער נאכנישט געלערענט ס'זעט מיר נישט אויס אז שטעלט זיך אויף פאר א תלמיד חכם ער לאט אים שטיין וואס באותו זמן זיצט ער ביז ער בעט זיך ווי א גנב צו ער קען זיצן זאגט ער זיכער. סגעפלט מיר נישט
אהא, און דאס וואס איר שרייבט דא אויף א פאבליק פארום שטימט יא מיט הל' כיבוד תלמיד חכם?
ווען מ'וועט מאכן פון מיר קליפס ווי א גרויסע צדיק איך בין דעמאלטס זאלסטו פרעגן די קשיא אויף מיר
אקעי, דעי נושא האמיר שוין דורכגעשמועסט. יעצט לאמיר אפשר פאוקעסירן אויף די תוכן פון די קליפ'ס וואס דאס קען זיין באמת אינטערעסאנט צו ארומרעדן, א שאד צו בלייבן שטעקן ביי דעי פרט...

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:49 pm
דורך אביסל טיפער
איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע זאך, דאס קומט פון יגעת התורה פון התמדת התורה?

ער האט א געוויסע זאך מוט וואס ער איז געבוירן אז זיין מוח ליינט איין מאל א זאך און סבלייבט איינגעקריצט פאר אייביג, עס איז פארהן נאך אזאנע מענטשען סיי ביי די יודן און סיי ביי די גוים, עס איז דא גענוג קראנקע קינדער/בחורים וואס קענען דיך זאגען ווארט ביי ווארט פון זאכען וואס זיי האבען געזען, ער האט עס מיט א נעקסט לעוועל און מן הסתם איז ער אויך געזונט,
איך און די וויפיל מאל אונז גייען חזרן גיימער נישט געדענקן ווען בעלזע רבי האט געזאגט די תורה און ווען די שאלה איז געשיקט געווארן פאר די שואל,

סך הכל:
יעדע רגע וואס ער לערענט באקומט ער שכר, און יעדע רגע וואס די לערענסט באקומסטו שכר,

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 3:22 pm
דורך וואוילער
אביסל טיפער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:49 pm איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע זאך, דאס קומט פון יגעת התורה פון התמדת התורה?

געווענליך די מענטשן נוצן עס נישט אויס פאר תורה, עס קומט אים קרעדיט פאר'ן עס נוצן ריכטיג.

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 4:36 pm

א שיינע הסבר, מעגליך עס איז אמת, אבער דאך נישט קיין באשטעטיגטע פאקט וואס איר ווייסט

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 5:02 pm
דורך Who knows

קענסטו דען נישט זאגן ענליך אויף אנדערע גדולי עולם?

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 8:49 pm
דורך אביסל טיפער
על פי תורה האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 4:36 pm
אביסל טיפער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:49 pm איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע זאך, דאס קומט פון יגעת התורה פון התמדת התורה?

ער האט א געוויסע זאך מוט וואס ער איז געבוירן אז זיין מוח ליינט איין מאל א זאך און סבלייבט איינגעקריצט פאר אייביג, עס איז פארהן נאך אזאנע מענטשען סיי ביי די יודן און סיי ביי די גוים, עס איז דא גענוג קראנקע קינדער/בחורים וואס קענען דיך זאגען ווארט ביי ווארט פון זאכען וואס זיי האבען געזען, ער האט עס מיט א נעקסט לעוועל און מן הסתם איז ער אויך געזונט,
איך און די וויפיל מאל אונז גייען חזרן גיימער נישט געדענקן ווען בעלזע רבי האט געזאגט די תורה און ווען די שאלה איז געשיקט געווארן פאר די שואל,

סך הכל:
יעדע רגע וואס ער לערענט באקומט ער שכר, און יעדע רגע וואס די לערענסט באקומסטו שכר,
א שיינע הסבר, מעגליך עס איז אמת, אבער דאך נישט קיין באשטעטיגטע פאקט וואס איר ווייסט
א מענטשעס מח איז נישט געמאכט צו קענען געדענקען אויפן לשון וואס ער זעהט אפילו נאך טויזענט מאל חזר'ן, און איך מיין אז סאיז פשוט אז אונזער צול ביים לערנען איז נישט אז מען זאל קענען אויף אויסעווענדיג די לשון.

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:03 pm
דורך אביסל טיפער
וואוילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 3:22 pm
אביסל טיפער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:49 pm איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע זאך, דאס קומט פון יגעת התורה פון התמדת התורה?

ער האט א געוויסע זאך מוט וואס ער איז געבוירן אז זיין מוח ליינט איין מאל א זאך און סבלייבט איינגעקריצט פאר אייביג, עס איז פארהן נאך אזאנע מענטשען סיי ביי די יודן און סיי ביי די גוים, עס איז דא גענוג קראנקע קינדער/בחורים וואס קענען דיך זאגען ווארט ביי ווארט פון זאכען וואס זיי האבען געזען, ער האט עס מיט א נעקסט לעוועל און מן הסתם איז ער אויך געזונט,
איך און די וויפיל מאל אונז גייען חזרן גיימער נישט געדענקן ווען בעלזע רבי האט געזאגט די תורה און ווען די שאלה איז געשיקט געווארן פאר די שואל,

סך הכל:
יעדע רגע וואס ער לערענט באקומט ער שכר, און יעדע רגע וואס די לערענסט באקומסטו שכר,
געווענליך די מענטשן נוצן עס נישט אויס פאר תורה, עס קומט אים קרעדיט פאר'ן עס נוצן ריכטיג.
100%
און אויב איז ער א מתמיד דארף מען זיך אפלערנען און אים ארויף קוקען,

אבער דאס אז ער געדענקט אלעס אויפן לשון איז א זאך מיט וואס ער איז געבוירן, פונקט ווי א בלינדער האט א אנדערע חוש מיט וואס ער איז שטארק,
און יא עס איז זייער אינטעריסאנט צו מיטהאלטען, אבער תלמוד חכם וועגן דעם איך מיין אז נישט

אז די האלסט אנדערש אדרבה קלאר עס אויס! (עיין באינטערשריפט שלי )

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 11:42 pm
דורך על פי תורה
אביסל טיפער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:03 pm

די פוינט איז איין זאך, צו קענען כל התורה כולו, האט ער דאס לכה''פ איין מאל געדארפט לערנען, ריכטיג? און דאס איז א מורא'דיגע גדלות! און דאס הייסט אן אמת'ער תלמיד חכם! צו ער וואלט דאס געקענט אויף דעם אופן אן דעם חוש צו אויף אן אנדערען אופן איז שוין א צווייטע שאלה, אבער אפילו דער חלק הלימוד אליין, איז שוין א גדלות!

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:34 am
דורך המברך יתברך
אביסל טיפער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:03 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 3:22 pm
אביסל טיפער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:49 pm איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע זאך, דאס קומט פון יגעת התורה פון התמדת התורה?

ער האט א געוויסע זאך מוט וואס ער איז געבוירן אז זיין מוח ליינט איין מאל א זאך און סבלייבט איינגעקריצט פאר אייביג, עס איז פארהן נאך אזאנע מענטשען סיי ביי די יודן און סיי ביי די גוים, עס איז דא גענוג קראנקע קינדער/בחורים וואס קענען דיך זאגען ווארט ביי ווארט פון זאכען וואס זיי האבען געזען, ער האט עס מיט א נעקסט לעוועל און מן הסתם איז ער אויך געזונט,
איך און די וויפיל מאל אונז גייען חזרן גיימער נישט געדענקן ווען בעלזע רבי האט געזאגט די תורה און ווען די שאלה איז געשיקט געווארן פאר די שואל,

סך הכל:
יעדע רגע וואס ער לערענט באקומט ער שכר, און יעדע רגע וואס די לערענסט באקומסטו שכר,
געווענליך די מענטשן נוצן עס נישט אויס פאר תורה, עס קומט אים קרעדיט פאר'ן עס נוצן ריכטיג.
100%
און אויב איז ער א מתמיד דארף מען זיך אפלערנען און אים ארויף קוקען,

אבער דאס אז ער געדענקט אלעס אויפן לשון איז א זאך מיט וואס ער איז געבוירן, פונקט ווי א בלינדער האט א אנדערע חוש מיט וואס ער איז שטארק,
און יא עס איז זייער אינטעריסאנט צו מיטהאלטען, אבער תלמוד חכם וועגן דעם איך מיין אז נישט

אז די האלסט אנדערש אדרבה קלאר עס אויס! (עיין באינטערשריפט שלי )
ס'איז א הלכה'דיגע שאלה, צי איך דארף מכבד זיין א תלמיד חכם פאר זיין תורה (און ס'איז נישט מיין ביזנעס וויפיל ער האט זיך יא אדער נישט געפאלגט דערפאר) אדער דארף איך אים מכבד זיין פאר זיין יגיעת התורה, נישט קיין חילוק אויב סוכ"ס קען ער יא אדער נישט.

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 9:37 am
דורך על פי תורה
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:34 am
אביסל טיפער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:03 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 3:22 pm

געווענליך די מענטשן נוצן עס נישט אויס פאר תורה, עס קומט אים קרעדיט פאר'ן עס נוצן ריכטיג.
100%
און אויב איז ער א מתמיד דארף מען זיך אפלערנען און אים ארויף קוקען,

אבער דאס אז ער געדענקט אלעס אויפן לשון איז א זאך מיט וואס ער איז געבוירן, פונקט ווי א בלינדער האט א אנדערע חוש מיט וואס ער איז שטארק,
און יא עס איז זייער אינטעריסאנט צו מיטהאלטען, אבער תלמוד חכם וועגן דעם איך מיין אז נישט

אז די האלסט אנדערש אדרבה קלאר עס אויס! (עיין באינטערשריפט שלי )
ס'איז א הלכה'דיגע שאלה, צי איך דארף מכבד זיין א תלמיד חכם פאר זיין תורה (און ס'איז נישט מיין ביזנעס וויפיל ער האט זיך יא אדער נישט געפאלגט דערפאר) אדער דארף איך אים מכבד זיין פאר זיין יגיעת התורה, נישט קיין חילוק אויב סוכ"ס קען ער יא אדער נישט.
וואס מיינסטו ארויסצוברענגן? דו האלטסט אז צו אדורכגיין כל התורה כולו לכה''פ איין מאל קומט נישט מיט יגיעה? קען זיין אז ער האט א ספעציעלן חוש עס צו קענען אויף אן אויסטערלישן אופן, אבער עס איז דא נאך עטליכע מפורסמים מיט ספעציעלע חושים פון געדענקן און דערווייל איז ער דער איינציגסטער אין דורי דורות וואס קען כל התורה כולו אויף דעם אופן, ווילסט מיר זאגן אז ער האט זיך נישט געפלאגט דערפאר?

Re: זעלטענער בקי נפלא בכל התורה כולו רבי ישראל שניאור שליט''א

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:48 am
דורך אנדערער
המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 2:34 am
אביסל טיפער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:03 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 3:22 pm

געווענליך די מענטשן נוצן עס נישט אויס פאר תורה, עס קומט אים קרעדיט פאר'ן עס נוצן ריכטיג.
100%
און אויב איז ער א מתמיד דארף מען זיך אפלערנען און אים ארויף קוקען,

אבער דאס אז ער געדענקט אלעס אויפן לשון איז א זאך מיט וואס ער איז געבוירן, פונקט ווי א בלינדער האט א אנדערע חוש מיט וואס ער איז שטארק,
און יא עס איז זייער אינטעריסאנט צו מיטהאלטען, אבער תלמוד חכם וועגן דעם איך מיין אז נישט

אז די האלסט אנדערש אדרבה קלאר עס אויס! (עיין באינטערשריפט שלי )
ס'איז א הלכה'דיגע שאלה, צי איך דארף מכבד זיין א תלמיד חכם פאר זיין תורה (און ס'איז נישט מיין ביזנעס וויפיל ער האט זיך יא אדער נישט געפאלגט דערפאר) אדער דארף איך אים מכבד זיין פאר זיין יגיעת התורה, נישט קיין חילוק אויב סוכ"ס קען ער יא אדער נישט.
מעגליך אז ביידע?