די מצה בעקרייען האלטען שוין טיף אינמיטן די עבודה, ווי באקאנט האבן פאר בערך 15 יאר צוריק א טייל קהלות אנגעהויבען צו נעמען זייערע ווייץ פאר מצות פון אריזאנא א פלאץ וואס רענגט נישט, אנדערע האבן מערער געווען אויף דעם מיט פארשידענע טענות,
איז אינטעסאנט צו עפענען א טעמע איבער דעם
די היסטאריע פון ווי מען האט גענומען ווייץ פאר מצות פאר'ן קריג און נאכן קריג דא אין אמעריקא און אין אר''י
וואס זענען געווען די פראבלעמען פון די היזיגע ווייץ?
וואס איז די אויסטערף און די אויפטועהן פון די אריזאנע ווייץ?
וואס זענען די טענות פון די מערערים און די תשובות אויף דעם?