רבי ישראל טויב ממאדזשיץ ז"ל - י”ג כסליו תרפ”א

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

רבי ישראל טויב ממאדזשיץ ז"ל - י”ג כסליו תרפ”א

פאוסט דורך מירון »

דער ערשטער מאדזשיצער רבי, רבי ישראל טויב איז געווען א זוהן פון רבי שמואל אלי' אדמו"ר מזוואלין וואס ער איז געווען א זוהן פון דעם צדיק קדוש רבי יחזקאל'ע פון קאזשמיר. ער איז געבוירן געווארן בשנת תר"ט. ער האט מחבר געווען ספר: דברי ישראל, אישי ישראל על הגדה של פסח.

דער מאדזיצער רבי'ס דרך אין עבודת השם איז געווען דורך 'עבודת הנגינה', ווי מען זאגט יו"ט ביי אין די שמונה עשרה ביי מוסף, "והשב (א לשון פון תשובה, דורך די) כהנים לעבודתם ולויים לדוכנם, לשירם ולזמרם, והשב ישראל לנויהם". ער האט מחזיר בתשובה געווען אידן מיט זיין ווארימע נגינה, מקרב געווען אידן נענטער לאבינו שבשמים און איינגערענגט אהבה צו תורה און מעשים טובים. ער האט געזאגט אז ער ווען א איד זינגט, דערקענט דעם מהות פון דעם איד, וואו ער האלט מיט זיין יראת שמים און צו ער ער איז חכם אדער נישט!

מעשה: ווען דער מאדזיצער רבי, רבי ישראל האט איבערגענומען די רביסטווע פון זיין טאטן רבי שמואל מזוואלין האבן זיך די עלטערע חסידים שווער געקענט צוגעוויינען צום נייעם אינגען רבין. איינע פון די עלטערע חסידים האט אפילו געפרעגט רבי ישראל, פארוואס ביי זיין טאטן ווען זיי פלעגן קומען צו אים האבן זיי געפילט ווי זיי זענען זיך עפעס קונה און ביי אים פילן זיי גארנישט? האט דער צדיק געענטפערט: אין די תורה שטייט (שמות מ, כ), ויקח ויתן את העדת וכו' – אזוי ווי מ'קומט נעמען, אזויפיל באקומט מען, ביים טאטן ז"ל זענט איר געקומען מיט כלים קונה צו זיין, האט איר טאקע זוכה געווען דערצו. ביי מיר זענט איר געקומען אויספראבירן, האט איר גארנישט געפילט.

מדבריו הקדושים: שטייט אין פסוק אין פרשת בחוקותי (ויקרא כו, ו), ונתתי שלום בארץ ושכבתם ואין מחריד וכו. ושכבתם גייט ארויף אויף די צדיקים לאחר מעו"ש, ווי עס שטייט אין פסוק (ישעי נז, ב) שלום ינוח על משכבותם. ווער האט די זכיה צו ליגן בשלום? נאר צדיקים. אבער אפילו די צדיקים ליגן נישט רואיג אויב עס גייט נישט גוט פאר אידן, ווי עס ווערט געברענגט אין מסכת ברכות (סד.), "צדיקים אין להם מנוחה לא בעולם הזה ולא בעולם הבא". בפרט ווען עס קומט יומא דהלולא און אידן קומען שרייען און בעטן פאר ישועות.

בענטשט די תורה א ברכה, ואכלתם לחמכם לשובע, ד"מ אז אידן וועלן האבן פרנסה דעמאלס וועט זיין ונתתי שלום בארץ, עס וועט זיין רואיגקייט פאר די צדיקים, וינוחי בשלום על משכבותם.

מימרא: העולם נוהג לומר שעולם הנגינה על יד עולם התשובה, ואני אומר שעולם הנגינה הוא עולם התשובה, שדרך הניגון אפשר להגיע לדביקות ה' ולתשובה.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

Re: רבי ישראל טויב מאדזשיץ ז"ל - י”ג כסליו תרפ”א

פאוסט דורך מירון »

דער אוהל
פיילס
אוהל.JPG
אוהל.JPG (32.47 KiB) געזען געווארן 173 מאל
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

Re: רבי ישראל טויב ממאדזשיץ ז"ל - י”ג כסליו תרפ”א

פאוסט דורך מירון »

ווען מען רעדט פון "נגינה" און "מודזשיץ" קומט זאפארט ארויף די ענין פון "אזכרה," דער ניגון מפורסם מיט צוויי און דרייסיג פעלער וואס איז פארפאסט געווארן דורך
הגה"ק רבי ישראל זי"ע, בעל דברי ישראל און ערשטער מנהיג "לבית מודזשיץ. די היסטאריע פונעם ניגון איז אזוי באקאנט, ווייל דער צדיק האט דאס פארפאסט אויפ'ן אפעראציע טיש אין בערלין, בשעת מען האט אים ל"ע אמפוטירט א פוס צוליב א "גענגרין" אינפעקציע אלס רעזולטאט פון דייעביטיס.

דער צדיק וקדוש האט געזאגט מען זאל אים נישט איינשלעפן בשעת די אפעראציע, ווייל ער וועט זיך פארטאן אין נגינה און דאס וועט אים פארטייבן די אומבאשרייבליכע יסורים. ווען דער צדיק האט געזען פון פענסטער די שיינע גאסן פון בערלין, האט עס מעורר געווען וואס מען זאגט אין פיוט "ד' ד'" ביי נעילה, "אזכרה אלקים ואהמי', בראותי כל עיר על תילה בנוי' ועיר האלקים מושפלת עד שאול תחתי'." און דערויף האט ער געמאכט דעם ניגון הידוע.

דער ניגון קומט מיט א "הקדמה" וואס איז זייער שווער נאכצוזינגען, שווערער ווי דער ניגון אליינס, און זיין זון הגה"ק רבי שאול ידידי' אלעזר זי"ע האט געזאגט אז זיין טאטע האט דאס אזוי געמאכט צו לייגן א "שלאס" אויפ'ן ניגון, בלשונו הק', אז "קאליקעס (אומערליכע מנגנים) זאלן נישט קומען און עס זינגען."

די געשיכטע פון די אפעראציע איז געווען, אז דער הייליגער בעל דברי ישראל האט געליטן לאנגע יארן אויף "צוקער." אמאל ווען דאקטוירים זענען אים געקומען באזוכן האבן זיי באמערקט צייכנס אויף די פוס אז עס נעמט זיך פוילן ל"ע און מען דארף עס אמפוטירן צו ראטעווען דאס לעבן. זיי האבן אים געהייסן פארן קיין בערלין צו די גוטע דאקטוירים, און דארט האט מען טאקע געמאכט די אפעראציע, און דעמאלט האט ער פארפאסט דעם ניגון.

וויבאלד עס איז געווען מלחמה צייט, האט דער צדיק נישט געקענט ארויספארן פון בערלין און דארט געבליבן במשך 2 יאר. נאכער איז ער צוריק געפארן קיין פוילן, און זיך באזעצט אין שטאט ראדום. ארום אכט יאר שפעטער האבן דאקטוירים פריש געטראפן די סימפטאמען אויף די אנדערע פוס, און ער איז געווארן קיין ווארשא צו אמפוטירן די צווייטע פוס. ליידער אבער איז געווארן קאמפליקאציעס און צוויי טעג נאך די אפעראציע איז דער צדיק נסתלק געווארן דארט אין ווארשא.

(ק/פ פון המספיק גאזעט)
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 689
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 1991

Re: רבי ישראל טויב ממאדזשיץ ז"ל - י”ג כסליו תרפ”א

פאוסט דורך מירון »

אן אנגעבליכע בילד פונעם מאדזיצער רבי - רבי ישראל ז"ל
פיילס
103744.png
103744.png (113.24 KiB) געזען געווארן 147 מאל
שרייב פאוסט