בלאט 1 פון 1
קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 7:34 pm
דורך דער תהלים איד
לעצטנס האב איך א מוטשעניש מיט "עקזימא" אויף געוויסע הויטן.
דער גרעסטער טייל פון די מוטשעניש, איז די רוחניות'דיגע מוטשעניש... בנוגע שבת קודש. יעדע ריר ממש אויף אזא הויט, און אודאי א קראץ, רייסט אראפ הויט. איך בין זייער נישט קלאר וויפיל ס'איז יא אדער נישט מותר, און איך וואלט געבעטן אויב דא איז דא ווער עס קען קלאר מאכן, אפילו נאר מיט צוצייכענען מראי מקומות צו תשובות אין דעם ענין.
מצד אחד איז עס זיכער א דבר שאין מתכוון. מ'וויל נישט רייסן די הויט, נאר עס קראצט. מצד שני איז עס אבער לכאורה ממש א פסיק רישא. איז שייך דא א היתר פון מתעסק? ועוד כמה וכמה צדדי שאלות.
איך געדענק כהאב אפאר יאר צוריק געזען א תשובה פון רבי מענדל זילבער שליט"א בנוגע מאכן די פיאות שבת, וואו ער איז מברר די זאך מיט פארשידענע צדדים און קומט ארויס להיתר. אזא סארט קלארע תשובה וואלט איך געזוכט אויף דעם ענין.
ייש"כ.
Re: קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:29 pm
דורך חכם
און וואס איז מיט קראצן די פיס שבת?
Re: קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 1:59 am
דורך טשיינע קלאזעט
שבת אפילו ע"ה אינו משקר
ושקר אין לו רגליים...
הרב תהלים, וואו קען איך טרעפן די תשובה פון ר' מענדל זילבער?
Re: קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:05 pm
דורך דער תהלים איד
טשיינע קלאזעט האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 1:59 am
הרב תהלים, וואו קען איך טרעפן די תשובה פון ר' מענדל זילבער?
גיי געדענק... כהאב עס מסתמא געזען אזא 10 יאר צוריק, אולי אין א קובץ, אבער איך מיין אז אין א מאזני צדק.
Re: קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 2:05 pm
דורך דער תהלים איד
חכם האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 8:29 pm
און וואס איז מיט קראצן די פיס שבת?
לכאורה די זעלבע שאלה, כאטש ס'איז אפשר ווייניגער פסיק רישא (עכ"פ אויב רעכנט מען יעדע קראץ פאר זיך).
Re: קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:02 pm
דורך נקודות טובות
@דער תהלים איד וואס איז דיין שאלה. הויט וואס קומט אראפ ווען מען קראצט, משום גוזז. אדער אויב עס הויבט אן בלוטען, ומשום חובל?
Re: קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:36 pm
דורך דער תהלים איד
ביידע. אבער בעיקר גוזז. חובל איז גרינגער אכט צו געבן.
Re: קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 9:51 am
דורך יום טוב
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 19, 2023 7:34 pm
לעצטנס האב איך א מוטשעניש מיט "עקזימא" אויף געוויסע הויטן.
דער גרעסטער טייל פון די מוטשעניש, איז די רוחניות'דיגע מוטשעניש... בנוגע שבת קודש. יעדע ריר ממש אויף אזא הויט, און אודאי א קראץ, רייסט אראפ הויט. איך בין זייער נישט קלאר וויפיל ס'איז יא אדער נישט מותר, און איך וואלט געבעטן אויב דא איז דא ווער עס קען קלאר מאכן, אפילו נאר מיט צוצייכענען מראי מקומות צו תשובות אין דעם ענין.
מצד אחד איז עס זיכער א דבר שאין מתכוון. מ'וויל נישט רייסן די הויט, נאר עס קראצט. מצד שני איז עס אבער לכאורה ממש א פסיק רישא. איז שייך דא א היתר פון מתעסק? ועוד כמה וכמה צדדי שאלות.
איך געדענק כהאב אפאר יאר צוריק געזען א תשובה פון רבי מענדל זילבער שליט"א בנוגע מאכן די פיאות שבת, וואו ער איז מברר די זאך מיט פארשידענע צדדים און קומט ארויס להיתר. אזא סארט קלארע תשובה וואלט איך געזוכט אויף דעם ענין.
ייש"כ.
גם אני בחלומי איך מוטשע זיך שוין לאנג מיט דעם פראבלעם, עצה טובה קמ"ל זיכער צו מאכן פון דאנערשטאג צו לייגן קריעם אזוי אז שבת זאל די זאך זיין רואיגער
בכלל איז דא נאך א שטארקע פראבלעם מיט דעם איבער חציצה בנטילת ידיים
Re: קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 2:33 pm
דורך נקודות טובות
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:36 pm
ביידע. אבער בעיקר גוזז. חובל איז גרינגער אכט צו געבן.
איז עס א פסיק רישא אז ביים קראצען וועט אראפקומען הויט? דהיינו מיט איין קראץ וועט זיכער אראפקומען הויט, אדער עס פעלט אויס צו קראצען אפאר מאל כדי די הויט זאל זיך שיילען? ווי אויך איז עס א צער ווען מען קראצט עס נישט, אדער סתם אומבאקוועם כדוגמת מעסקיטא בייט?
Re: קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 2:39 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
א נקודה וואס קעןם אפשר זיין בייהילפיג. אין שו"ע שטייט אז מען מעג אראפקראצן א גליד שעל המכה. עס הייסט נישט גוזז. פארוואס טאקע? האב איך געזען ברענגען בשם דעם קצות השולחן אז דער טעם איז ווייל עס גייט ממילא אליינס אראפפאלן, וכל העומד ליגזז כגזוז דמי.
אולי איז די עקזימע אינעם זעלבן דרגא. נישט צו פסק'ען למעשה נאר א נקודה למחשבה צו די הלכה.
Re: קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:25 pm
דורך וואוילער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 2:39 pm
א נקודה וואס קעןם אפשר זיין בייהילפיג. אין שו"ע שטייט אז מען מעג אראפקראצן א גליד שעל המכה. עס הייסט נישט גוזז. פארוואס טאקע? האב איך געזען ברענגען בשם דעם קצות השולחן אז דער טעם איז ווייל עס גייט ממילא אליינס אראפפאלן, וכל העומד ליגזז כגזוז דמי.
אולי איז די עקזימע אינעם זעלבן דרגא. נישט צו פסק'ען למעשה נאר א נקודה למחשבה צו די הלכה.
זייער אינטערעסאנט!
כ'האב אייביג געוואוסט אז מ'טאר נישט אראפנעמען די פארטריקענטע שטיקל פון א מכה.
Re: קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:40 pm
דורך נקודות טובות
וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:25 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 2:39 pm
א נקודה וואס קעןם אפשר זיין בייהילפיג. אין שו"ע שטייט אז מען מעג אראפקראצן א גליד שעל המכה. עס הייסט נישט גוזז. פארוואס טאקע? האב איך געזען ברענגען בשם דעם קצות השולחן אז דער טעם איז ווייל עס גייט ממילא אליינס אראפפאלן, וכל העומד ליגזז כגזוז דמי.
אולי איז די עקזימע אינעם זעלבן דרגא. נישט צו פסק'ען למעשה נאר א נקודה למחשבה צו די הלכה.
זייער אינטערעסאנט!
כ'האב אייביג געוואוסט אז מ'טאר נישט אראפנעמען די פארטריקענטע שטיקל פון א מכה.
פארשטייט זיך נאר אויב איז עס נישט פסיק רישא אז ס'גייט קומען בלוט, און אויך נאר אויב עס קומט נישט מיט א שטיקעל פון די עכטע הויט.
------------------
@Azoi Tzi Zugen איך קען נישט פונקטלעך די מציאות פון עקזימע, אבער אויב איז דאס פארטריקענטע הויט איז עס כלל נישט פשוט, און זיכער נישט דומה צו גלדי המכה.
Re: קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:42 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
זעה דא אין קצות השולחן קל"ו סעיף י"ד. און די הערה אין בדי השולחן אות כ"ב. למעשה איז טאקע שווער צו זאגן אז עקזימע הייסט ווי א גליד, און נישט ווי עור שנפרש רובו. אבער עור שנפרש רובו איז אויך דא א היתר במקום צער.
Re: קראצן עקזימע אום שבת?
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:43 pm
דורך נקודות טובות
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:42 pm
זעה דא אין קצות השולחן קל"ו סעיף י"ד. און די הערה אין בדי השולחן אות כ"ב. למעשה איז טאקע שווער צו זאגן אז עקזימע הייסט ווי א גליד, און נישט ווי עור שנפרש רובו. אבער עור שנפרש רובו איז אויך דא א היתר במקום צער.
אמת עס איז דא א היתר, אבער די היתר ווערט שוין אביסעל פארווישט אין מחבר אליינס אז מען דארף מחמיר זיין סיי צו רש"י און סיי צו רבינו תם.