בלאט 400 פון 601
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:54 am
דורך מיילעך פריילעך
מינומים פינף זענען אומגעקומען אין א מדנ"י באמבעדירונג די נאכט אין די על-מאוואסי געגענט אין חאן יונס.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:56 am
דורך מיילעך פריילעך
מדנ"י באמבעדירונג האט געצילט צוויי הייזער פון TV דזשערנאליסטן אין חאן יונס.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:57 am
דורך מסתמא
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:49 am
IMG_20240809_104902_459.jpg
וואס? ווען? וואו?
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:59 am
דורך מיילעך פריילעך
מדנ"י מיליטער האט באמבעדירט רעזידעשאל בילדונדס אין די געגענט עטיא-על-שאאב אין לבנון.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 11:05 am
דורך הימל
מסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:57 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:49 am
IMG_20240809_104902_459.jpg
וואס? ווען? וואו?
כ'האב מורא ער ווייסט אויך נישט...
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 11:06 am
דורך מיילעך פריילעך
הימל האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 09, 2024 11:05 am

איך האב אים שוין געענטפערט אין אישי.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 11:06 am
דורך מיילעך פריילעך
די מדינת ישראל מיליטער האט אראפגעווארפן צעטליך אין עזה וואס שטייט אז פאר סיי וועלכע אינפארמאציע איר האט איבער חאמאס אדער אירע פירערס שרעקט אייך נישט און קומט זאגן איר וועט פיין באלוינט ווערן און מיר פארזיכערן אייך מיט פולע זיכערהייַט.
כדאי מענטשן זאלן עס אויפהייבן איז געווען צוגעקלעבט א פעקל ציגארעטלעך.

פון עזה ווערט באריכטעט אז די מדינת ישראל קרעפטן האבן אויפגעשטעלט א קרעין מיט קאמערעס און אטאמאטישע מאשין געווער אין כאן יוניס.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 11:07 am
דורך מיילעך פריילעך
עס ווערט אויפגעדעקט אז אויף איינע פון די טעלעפאן קאמיוניקאציע געביידעס אין טעהראן איז געפונען געווארן צוגעטשעפעט אן אפאראט וואס האט געהאט די פונקטליכע קאמיוניקאציע ווי האנייה'ס טעלעפאן געפינט זיך און אזוי האט מען געוויסט פונקטליך ווי ער ער האלט זיך אויף.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 11:07 am
דורך מיילעך פריילעך
מיכאל סמארה הי"ד וואס איז שווער פארוואונדעט געווארן לעצטע אפאר טאג צוריק פון א חיזבאלא דראון אין נהריה איז אומגעקומען.
יהא זכרו ברוך.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 11:07 am
דורך מיילעך פריילעך
נאכוואס עס איז באקאנט געווארן אז איינע פון די ארעסטירטע סאלדאטן פון די שדה תימן באזע איז א דרוז האבן די דרוזן געמאלדן אז זיי שלוסן זיך אן מיט די קעגנערשאפט דערצו.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 11:08 am
דורך מיילעך פריילעך
א ראקעט איז געפאלן אין קרית שמונה נישטא קיין באריכטן איבער געשעדיגטע ב"ה.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 12:28 pm
דורך מיילעך פריילעך
בריעיקינג:
רוסלאנד האט געמאלדן פאר זייערע לופטפעלדער נישט צו לאזן עראפלאנען פארן העכער ארץ ישראל פון היינט 1:00 ביינאכט ביז 7:00 א"י צייט.
ס'דא גרויסע שאנסן אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 12:29 pm
דורך מיילעך פריילעך
די פירער פון חאמאס אין לבנון איז עלעמנירט געווארן אין א געצילטע אטענטאט אויף זיין קאר.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 1:04 pm
דורך אנדערער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 09, 2024 11:06 am
די מדינת ישראל מיליטער האט אראפגעווארפן צעטליך אין עזה וואס שטייט אז פאר סיי וועלכע אינפארמאציע איר האט איבער חאמאס אדער אירע פירערס שרעקט אייך נישט און קומט זאגן איר וועט פיין באלוינט ווערן און מיר פארזיכערן אייך מיט פולע זיכערהייַט.
כדאי מענטשן זאלן עס אויפהייבן איז געווען צוגעקלעבט א פעקל ציגארעטלעך.
זיי ווייסן נישט אז סמאוקינג קילס?
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 2:41 pm
דורך שאינו יודע לשאול
הימל האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 09, 2024 11:05 am
מסתמא האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:57 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 09, 2024 10:49 am
IMG_20240809_104902_459.jpg
וואס? ווען? וואו?
כ'האב מורא ער ווייסט אויך נישט...
עפעס א פאלעסטינע טשענעל האט ער זיך איינגעהאנדלט... די לעצטע פאר טעג הערן נישט אויף שטארבן דזשורנאליסטן...
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 2:59 pm
דורך שאינו יודע לשאול
צוויי איראנער זענען געווארן אנגעקלאגט דורך אמעריקע פאר זייער ראלע אין שמוגלען חלקים פון מיסילס צו די הוטיס.

- 3622741-46409792.png (128.07 KiB) געזען געווארן 465 מאל
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 3:30 pm
דורך Spa 42
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 09, 2024 12:28 pm
בריעיקינג:
רוסלאנד האט געמאלדן פאר זייערע לופטפעלדער נישט צו לאזן עראפלאנען פארן העכער ארץ ישראל פון היינט 1:00 ביינאכט ביז 7:00 א"י צייט.
ס'דא גרויסע שאנסן אז זיי ווייסן וואס זיי רעדן.
נישט נאר היינט נאכט, נאר אנגעהויבן פון היינט נאכט, לאזן זיי נישט לאנדן אין מדנ"י אין די נאכט שעות.
Russia has issued a NOTAM that prohibits flight departures from Russia to Israeli airports during the night-time hours between 2200 UTC and 0400 UTC as its ally, Iran, prepares to attack Israel. The restriction is in effect from August 9, 2024, until at least August 16, 2024, and may be extended further.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 4:09 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א פאליטיקא באריכט ווייסט צו זאגן בשם אמעריקאנע באאמטע אז איראן האט אפגעטרעטן פון זייערע פלענער פון דירעקט אטאקירן מדנ"י.
ווער ווייסט?...
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 09, 2024 7:42 pm
דורך Spa 42
פאלעסטינער האבן אויפגעשטעלט פראוויזארישע היימען נעבן די ביטש אין צענטראל עזה נאך וואס זייערע היימען זענען חרוב געגאנגען.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 10, 2024 9:33 pm
דורך Spa 42
א מאסיווער באמבעדירונג דורך מדנ"י אויף א סקול אין צענטראל עזה היינט אינדערפרי, האט איבערגעלאזט 19 טעראריסטן טויט.
אמעריקאנע ווייס פרעזידענט העריס, האט עס פארדאמט, נאך וואס די פאלעסטינע נייעס קוועלער זאגן אז נאך ארום 80 ציווילע זענען אויך אומגעקומען.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 10, 2024 9:45 pm
דורך Spa 42
די צה"ל האט פארארדענט איינוואוינער פון געוויסע געגענטער אין דרום עזה, צו פארלאזן דאס פלאץ צוליב וואס עס גייט ווערן באמבעדירט.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 10, 2024 10:11 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Spa 42 האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 10, 2024 9:33 pm
א מאסיווער באמבעדירונג דורך מדנ"י אויף א סקול אין צענטראל עזה היינט אינדערפרי, האט איבערגעלאזט 19 טעראריסטן טויט.
אמעריקאנע ווייס פרעזידענט העריס, האט עס פארדאמט, נאך וואס די פאלעסטינע נייעס קוועלער זאגן אז נאך ארום 80 ציווילע זענען אויך אומגעקומען.
די סצענע.

- c6a78010-56ff-11ef-aebc-6de4d31bf5cd.jpg.jpeg (34.61 KiB) געזען געווארן 697 מאל

- KZCPGPCJ6JP3VDQ3RMOYG3G6BA.jpg (144.33 KiB) געזען געווארן 697 מאל
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 10, 2024 11:26 pm
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 10, 2024 11:25 pm
Spa 42 האט געשריבן: ↑מוצש"ק אוגוסט 10, 2024 11:15 pm
א ליובאוויטשער בחור איז געווארן געשטאכן ל"ע דעם שבת 2 אזייגער פארטאגס, דורך א פארשוין וואס האט געשריגן פרי פאלעסטיין ַ
די בחור געפינט זיך אין שפיטאל.
די פאברעכער איז געכאפט און ארעסטירט געווארן.
די רוצח האט געפרעגט דעם בחור פארן שטעכן:
דו ווילסט שטארבן??
און דערנאך האט ער אנגעהויבן שטעכן.
Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - ברייטערע אנגעצויגנקייט אינעם ראיאן
געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 10, 2024 11:35 pm
דורך Spa 42
א ריהעב צענטער פאר דיסעיבעלט מענטשן אין צפון א"י איז געווארן געשעדיגט פון א כיזבאלא דראון.