Re: שייטלען אמאל און היינט
געפאוסט: מאנטאג מערץ 31, 2025 1:09 pm
חסידי פשעווארסק אין אנטווערפען האבן דעם ערש"ק ערהאלטן אויף פאסט א פלאם פייערדיגע הארציגע מכתב קודש דורך כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, וואו דער רבי שליט"א איז מעורר און רופט דעם ציבור עדת צאן מרעיתו, ובפרט די בית יעקב אלו הנשים, זיך מחזק זיין בעניני צניעות וכיסוי הראש, באגלייט מיט גאר שטארקע יסודות'דיגע הדרכות און התחזקות אין דעם ענין.
דער מכתב קודש קומט אין נאכפאלג פון די שווערע טראגעדיעס וואס האט באטראפן די חברי הקהלה, מיט א יאר צוריק, ווען עטליכע יונגע פרויען זענען ל"ע פריצייטיג אוועקגעריסן געווארן, און ווי גוט געדענקט איז דער רבי שליט"א דאן איין שבת אין אן אויסנאם-שריט ארויף אויף די בימה און מעורר געווען דעם ציבור זיך מחזק צו זיין בעניני צניעות, און גערופן דעם ציבור צו נעמען קבלות טובות און אנזאגן אין שטוב זיך צו פארבעסערן אין די ענינים, והיה מחנינו קדוש, וועט דאס ברענגען שמירה והשגחה מן השמים שלא ישמע עוד שוד ושבר.
אין די נאכפאלגנדע תקופה איז געשאפן געווארן אן אויסטערלישע התעוררות בעניני צניעות, און אצינד איז דער רבי שליט"א געגאנגען מחיל אל חיל, אפשרייבנדיג פערזענליך בכתב יד קדשו וואו דער רבי ברענגט ארויס איבער די הארבקייט און חשיבות פן צניעות בכלל, און וועגן כיסוי הראש בפרט, און גאר הארציגע ברכות פאר די אלע וואס פאלגן די אנווייזונגען, די ספעציעלע הוראות און הלכות וואס ווערט דערביי איבערגעגעבן דורך הרבנים הגאונים שליט"א מרבני הקהלה, צווישן זיי די רבנים פונעם 'ועד הרוחני' דביהמ"ד פשעווארסק, וועם דער רבי האט געבעטן אפצושרייבן די קלארע הלכות מיט דעטאלירטע אנווייזונגען בנוגע די מצוה פון קאפ צודעק.
די רבנים שליט"א ברענגען ארויס אז וואויל איז דער חלק פון די אלע וואס גייען בכלל נישט קיין שייטל, און די וואס גייען יא, זאל עס אין יעדן פאל זיין ווי מער איידל, קורצער, און ווי מער מערקבאר אז ס'איז נישט קיין האר, און אויך נאר א 'סינטעטישע שייטל', און דאס אלעס ווערט מער אויסגעברייטערט מיט די פסקי הלכה ווי אזוי מ'מעג יא אדער נישט גיין.
אינעם פייערדיגן מכתב קודש ברענגט דער רבי שליט"א ארויס מיט ווייטאג איבער די גרויסע ירידה אין די חומות הצניעות אין אונזער דור, ספעציעל אינעם שרעקליכן מכשול פון אנטון די סארט שייטלען וואס זענען אסור לויט אלע פוסקים, אפילו לויט די מקילים, און דאס וואס טוען דאס אן זענען עובר אויפ'ן דת יהדות! און דעריבער לויט מיין פארלאנג ווערט פארעפנטליכט די פונקטליכע אנווייזנוגען, און אלעס וואס שטייט דארט געשריבן זענען גופי הלכות און דת משה וישראל, און נישט קיין חומרות והידורים.
דער רבי שליט"א שרייבט ווייטער: "כ'בעט פון טיפעניש פון הארץ, לייגט צו אייער הארץ צו די דאזיגע רייד, און שוינט אויף אייך און אייערע דורות, ווייל דער ענין פון צניעות איז זייער הארב און פארכטיג, כ"ק מיין טאטע זצוק"ל האט געזאגט אז ס'איז מעגליך אז דאס איז די סיבה פארוואס משיח איז נאכנישט דא. מדה טובה מרובה, פירט דער רבי אויס מיט ווארעמע ברכות פאר די אלע וואס זענען מחזק אין דעם ענין, געהאלפן צו ווערן מיט נחת דקדושה און אריכות ימים ושנים טוב און אלע גוטע השפעות. בחצרות