
בצל הקודש

סאטמאר, מהר"א
=שבת קודש פרשת כי תבא=
ארום 8:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר חנני' גאלדבערגער שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פארן חסידישן סעמינאר אין ירושלים עטה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אהרן אייזען הי"ו - ירושלים.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' שלמה הערש בר"א עקשטיין שליט"א - מו"ץ.
מנוחה ושמחה: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון יש אם למקרא או למסורת.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ליפא ברייער הי"ו - מאנסי.
ברכת המזון: הר"ר בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' מרדכי דוב מ'האראנסטייפל זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם פרייטאג כ"ב אלול.
קה רבון עלם: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן אייזען הי"ו.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:45.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יחזקאל געלבשטיין שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף זאב מויקאפף הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו.
לוי: החתן יואל ב"ר אברהם עזרא אפפעלדארפער הי"ו.
שלישי: החתן אהרן ב"ר יואל זילבערשטיין הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן יחזקאל שרגא ב"ר חנני' גאלדבערגער הי"ו - באווארפען.
הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' אפרים אליעזר שטערן הי"ו.
ר' נחמי' ווערצבערגער הי"ו.
ר' יואל ברמ"צ גאלדמאן הי"ו.
ר' משה ברח"א יאקאב הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
אחרון: החתן יקותיאל מנשה ב"ר יוסף לעווי הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו.
גלילה: ר' בנימין יחזקאל שרגא ווייס הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר ישראל מאיר טייטלבוים שליט"א - אב"ד קאלבאסאב מאנסי.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' אשר זעליג גרינבערג הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער צו ביהמ"ד ציעשנוב ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים שמחת הקידושא רבא פון אן אייניקל פון גיסו הגה"צ אב"ד קהלתינו הק' מאנטריאל שליט"א, בת הנולד אצל הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א - אב"ד ציעשנוב ק"י,
דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות אין פיש און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פארן זיידן אב"ד ציעשנוב ק"י, און פארן עלטער זיידן הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א - אבד"ק ציעשנוב, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים מיט די חשובע רבנים שליט"א, מען האט פארענדיגט ארום 1:15.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר יוסף לעווי הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יעקב ברז"ל גליק הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' אברהם עזרא אפפעלדארפער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש גאלדבערגער הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און ארויסגעברענגט אז כדי צו קענען זוכה זיין צו תשובה שלימה פעלט זיך קודם אויס אז דער מענטש זאל מאכן די התחלה, אפילו נאר א קליינע תשובה א 'פתח כחודו של מחט' און נאר דעמאלטס קען מען זוכה זיין אז הקב"ה זאל עפענען די 'פתחו של אולם' און די תשובה זאל נתקבל ווערן בשלימות,
און דער רבי האט שטארק מעורר געווען אז עס איז שוין אריבער א האלבע חודש און מיט אביסל התבונונות זעט מען אז מען האלט נאך ביי גארנישט מען האט נאכנישט אנגעהויבן תשובה צו טוהן, דארף מען מרבה זיין בתפילה ותחנונים און איינרייסן אז מען זאל זוכה זיין צו באקומען א התעורורות תשובה און עפענען א פתח כחודו של מחט און נאכדעם וועט מען שוין זוכה זיין אז הקב"ה וועט עפענען די פתח כפתחו של אולם און מקבל זיין די תשובה בשלימות.
ידיד נפש: הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן יואל ב"ר אברהם עזרא אפפעלדארפער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' מנחם זאב מאקעבעצקי הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:30.
נאך הבדלה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יוסף יאקאב ע"ה.
ארום 12:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת קידושין דורך די הונדערטער תלמידי 'כתה מכינה לישיבה' מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים,
מען האט פארגעזינגען חרוזים, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ארויסברענגענדיג מיט התרגשות איבער די גרויסקייט פונעם מעמד ווי אזויפיל הונדערטער בחורים זענען מסיים מסכת קידושין, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר די חשוב'ע עלטערן און זיידעס און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א זמירות ברך משה,
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
=זונטאג נצו"י=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק נפתלי מאנן הי"ו.
ב"ר ישעי' ווערצבערגער הי"ו.
ב"ר אהרן יודא לעבאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה אינאיינעם מיטן מנהל שליט"א אפנעמען ברכת הקודש לרגל דאס אפרייזן די וואך למקומות הקדושים אין אייראפע,
דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און דערנאך זענען די בחורים אריבער ווי דער רבי האט פארטיילט שליח מצוה געלט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פיפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
זמני כניסה איז געווען פון 6:10 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו און הרה"ח ר' יצחק אייזיק קרויס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו און הרה"ח ר' מיכאל משה ברילל הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:00 אזייגער, און מעריב ארום 12:30.
~

~