בלאט 40 פון 43

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 9:18 am
דורך להגדיל הטראסק
נעכטן געשיקט פאר איינער פון אונזערע ידידים דא
איך ווייס נישט ווי אזוי עס האט זיך אויסגעלאזט אבער קודם האט עטס.

בס"ד

די וואכעדיגע סדרה שטייט וועגן די מכות איז

נס פורים היתה בפסח, איתא במפרשים דר' יהודה הי'ה נות'ן בה'ם ס"ת המן, ומובא בשם הרב מפונט שהמן קידש אשתו זרש בא' מהעשר מכות, ממילא נראה באיזה מכה

~ דם – אינו משום שאשה אינה קדושת ד"מים רק קדושת הגוף

~ צפרדע – אינו משום דאיתא במדרש רבה תני רבי עקיבא אומר צפרדע אחת היתה והיא השריצה ומלאה את ארץ מצרים עכ"פ ואין דבר שבערוה פחות משנים

~ כנים – אינו משום חרם דרבינו גרשום שלא להוציא לעז (לייז) על הגט ומקיש הויה ליציאה, א"נ משום דצריך לקדשה בשוה פרוטה און בחנם באקומט מען כינים...

~ ואם אינו עד כאן נילך לבסוף, מכת בכורות אינו משום דבכור הוה קדשים קלים כדאיתא בפרק איזהו מקומן ואיתה במס' קידושין נב ע"ב המקדש בחלקו בין קדשי קדשים בין קדשים קלים אינה מקודשת ~חושך – אינו משום דאסור לקדש אשה עד שיראנה

~ארבה – אינו משום דהמשנה אומר דאשה נקנית בשלש דרכים – ולא בארבע~ ברד היה רק בחוץ ולא בבית, ובקידושין יב ע"ב דרב מנגיד אמאן דמקדש בשוקא

~ שחין – אינו אומר רש"י בפרשת תזריע נולד חצי גריס בשחין וחצי גריס במכוה לא ידנו כגריס – נמצא דשחין הוא רק חצי ואין אשה מתקדשת לחצאין.

~דבר – אינו משום דאשה אינה נקנית בקנין חזקה, ואיתה בהגדה דביד חזקה זו הדבר.

~אלא מאי קידשה בערוב – דאיתה בקידושין דף ו' ע"ב למטה אמר רבא תן מנה לפלוני ואקדש לך מקודשת מדין ערב... – און דעריבער זענען ארויסגעקומען פון דעם זיווג אזעלכע חיות...


אז מען רעדט פון די עשרת בני המן

1. למה עשרת בני המן אין איין אטעם? ווייל אריבערצוגיין 10 נבילות – דארף מען האלטן דעם אטעם...

2. אז מען רעדט פון נבילה

3. מה טעם של טילעפ? – משום יפשוט נבילה שבשוק ואל תצטרך לבריות – ווער א רבי און אזוי מאך געלט, ומהאי טעמא של פשוט נבילה הם לוקחים קיעלע תפילין בייטלעך... והיום מצאו מי שחציו וועלוועט וחציו שעל האר, והסביר אז ער ארבעט נאר א האלבע טאג...

4. און אז מען רעדט פון די תפילין בייטלעך

1. הבחורים קנו לר' מאיר צוויבל תפילין בייטל של עור עם שער – אמר שלזה מרמז הפסוק "וגם מקנינו ילך עמנו כי ממנו נקח לעבוד את ה'..."

2. אז מען רעדט פון ר' מאיר צוויבל איז ער אמאל געווען אויף א ברית פון אן אייניקל, ער האט געוויינט מיט טרערן, ווען מען האט אים געפרעגט דערויף האט ער געזאגט אז "מען שניידט צוויבל"...

5. אז מען רעדט פון צוויבל דערמאנט עס מיר א מעשה ווען א קינד האט געפרעגט זיין טאטע טאטי! וואס מיינט שפחה חרופה? טאטע: לאמיר זעהן, שפחה איז טייטש א דינסט, חרופה איז טייטש שארף, וואסערע שארפע זאך דינסט מען? צוויבל!

6. און געדינסטע צוויבל קומט מיט אייערשפייז! ווי אזוי זאגט מען אייערשפייז אויף לשון קודש? – אכילתכם...

7. און נישט יעדע ווארט איז אזוי גרינג צו ענטפערן... דו קענסט מיר זאגן וואס טייטש קול מלחמה במחנה?... (א שטימע פון קאמפף אין לאגער...)

8. און נישט יעדע ווארט איז מעגליך צו טייטשן

9. ראש הקהל שבא לרבו לבקש הסכמה על ספרו החדש חידוש בעולם התורה "זוהר הקדוש באידיש" וביקש הסכמה, הרב טריי להסבירו שזוהר הקדוש קען מען נישט איבערטייטשן אויף אידיש, כיון שלא הבין אמר לו הרב שיבא למחר ויתן הסכמה, ויהי ממחרת והרב נתן לו הסכמה עיין בו וכן כתוב "צו די הויעכקייט עהרע די לערער דער וואוילטעטיגער דער שטארקער האמער די מיטלסטע זויל פון אונזער רעדנערישער הויז, רעכטער זויל, הייליגער ליכט, שארף און באקאנט אסאך, רייסט אויס בערג און צומאלט זיי א איינער אין דעם אנדערן מיט מיינונג ,וואוילטעטיגער און אפגעשיידטער ווי דער האר שמעון גרינשטיין שליט"א וכו'" הראש הקהל תמה על לשונות כאלו ושאל מהרב ע"ז, ענה הרב "איצט פארשטייט איר שוין אז נישט אלעס איז געמאכט איבערצוטייטשן אויף אידיש?....

10.

11. דארף מען קענען רעדן, און מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן צו א ווייב! חתן! איך קען א איד וואס ער האט שוין נישט גערעדט צו זיין ווייב גאנצע 4 טעג!!! – ווייל זי האט אים נישט געלאזט אויסרעדן...

12. אבער איך האב אן עצה דערויף! יש לי אפאראט להשתיק הנשים! בדוק ומנוסה! זאל איך עס ברענגען? ביסט זיכער? וואס עס איז?! א שופר...

1) און אז מען רעדט פון שופר

2) הרב מיארמע פתח ואמר בעת אז שופר איז דאך "חכמה ואינה מלאכה," איז אזוי "ואינה מלאכה" איז דאך פשוט, ווייל אויב די רבי'שע קינדער קענען עס, מוז זיין אז עס איז נישט קיין מלאכה, ווייל אלמלי עס וואלט געווען אן ארבייט, וואלטן זיי קיינער עס נישט געקענט. אבער וואספארא חכמה איז דאס? זאגט ער, נישט דאס וואס די וועלט זאגט אז שטיל מאכען די פרויען א האלבע שעה דאס איז די חכמה, ניין די חכמה איז זאגט ער, און איך גיי עס זאגן שטיל ווייל איך וויל נישט די פרויען זאלען עס הערן, די חכמה איז אז מען קליגט זיי איבער אז זיי מוזען הערן שופר בלאזען, אינדערצייט ווען עס איז א מצות עשה שהזמן גרמא און זיי זענען נאך שטיל...

3) און אז מען רעדט פון די פרויען, ווייסן מיר אז בזכות נשים צדקניות נגאלו אבותינו, און דער פשוטער הסבר דערפון איז ווייל זיי האבן גורם געווען אז די קישוי השיעובוד זאל משלים זיין, ... זאל דער אייבערשטער העלפן אז עס זאל זיין א גרויסע קישוי השיעובוד, פירן א גרויסע ווערטשאפט מיט לעכטיגע אידישע קינדער און אייניקלעך ביז מיר וועלן זוכה זיין צו הערן דעם שופר של משיח בב"א!

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 9:50 am
דורך להגדיל הטראסק
1. אחר אכילת טעג קאשע חצי שנה שאל את הבאלעבאסטע איזה ברכה מברכין על קאשע? אל תמיהתה אמאי נזכרת אחר חצי שנה ענה משום שעל פירות שגידולו מן העץ מברכין בורא פרי העץ, על פירות שגידולם מן האדמה בורא פרי האדמה ומה מברכין על שגידולו מן הנא"ז?...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 9:51 am
דורך להגדיל הטראסק
1. מי שגנב במקוה וענה "יענעמס א חפץ איז דאך מוקצה, ואני אריינגעשטעקט מיין האנט בטעות לכיס חברי ונזכרתי ההלכה שבשב"ק אם נגע בטעות בדבר מוקצה יכול להצניעו כ"ז שהחפץ בידו וכך עשיתי...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:03 am
דורך להגדיל הטראסק
1. זכרנו ימים מקדם, שהיה 2 טווינטאוערס, און איין סאטמאר...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:04 am
דורך להגדיל הטראסק
1. מי שהתאונן לפני רבו שיש לו נשמה פגומה!!! דנין אותי בכל לילה למשך 7 שעה, נגמר הדין ופוטרים אותי, אחר ג' פסיעות, קוראין אותי בחזרה ודנין אותי לעוד ג' שעות... – הרב ענה שמיד שיצא הדין זכאי ושולחין בחזרה נשמתך, הדין אם נגמר לזכות אין חוזרין, ואתה יכול להתגבר כארי'...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:11 am
דורך להגדיל הטראסק
180) סגולה: פאר $180 40 תלמידי חכמים יאמרו פרק שירה בהזאא עם החיות...
181) סגולה: פאר 360 גייט א פרוי אין מאה שערים גיין אנגעטון בצניעות למענך,
182) סגולה: למען 360 ארבעים תלמידי חכמים יאכלו למענך שליו על קברות התאוה...
183) סגולה: שמנין תלמידי חכמים יאכלו בשר שנתבשל שליש על קבר של בן דרוסאי...
184) סגולה: און עס איז נאך דא אן אופענינג פאר איינעם צו טרעפן די פלאץ אין בני ברק ווי עס איז פארגעקומען די מעשה פון הגדה, (מעשה בר' אליעזר ור' טרפון) און א מנין אינגעלייט וועלן פראווען דעם סדר און מזכיר זיין אייער נאמען (פסח)
185) סגולה: ווי אויך וועלן א מנין אינגעלייט ארויפגיין צום קבר פונעם מגיד און זאגן פון הא לחמא עניא ביז גאל ישראל...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:12 am
דורך להגדיל הטראסק
1. ידוע שמי שחוש א' הערט אויף ארבעטן ווערן געשטארקט די אנדערע חושים, ומי שזכרונו סטאפט ארבעטן, ווערט בעסער די כח החידוש, יעדע זאך וואס ער זאגט איבער 20 מאל, אבער יעדעס מאל איז עס ביי אים א חידוש...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:28 am
דורך להגדיל הטראסק
1. שלום בית כמו מתן תורה כן אמרו חז"ל וביום חתונתו זה מתן תורה, ביי מתן תורה האט מען באקומען קרוינען!!! (אולי זה רמז לרעגן שטריימל? ווייל עס איז געווען צווי קרוינען?) ולענינינו שלום בית ג"כ קודם מסכימים בהתלהבות "נעשה ונשמע!" ואח"כ כפה עליהם הר כגיגית שם תהא קבורתכם...
און אויב ווילסטו וויסן ווי אזוי דער הר כגיגית האט אויסגעקוקט, דאן באטראכט א חתנ'ס שטריימל היינט צוטאגס...
אויב משיח וועט זיך נאך אביסל פארזוימען ווער ווייסט וואו דער הר כגיגית וועט זיך נאך צוואקסן...
(האסט שוין אמאל באטראכט נידריגע נייע געביגלטע בעקישע, מיט א פראכטפולע שטריימל גרויס ווי א מאיעסטעטישע קרעטשניפער קוגל, די שפיצן בעזימען די דאך... און ערגעץ דארט אינצווישן איז באהאלטן א קליין צארט בא'חנ'טע קעפעלע פון אונזער זיסער חתן... נעבעך)
{נא} וענין השטריימל משום כל השורה בלא אשה שורה בלא תורה, והשטריימל זכר למתן תורה! – ווי אזוי? עס דערמאנט דעם כפה עליהם הר כגיגית...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:37 am
דורך להגדיל הטראסק
683) חתן שבאמצע חתונתו בין שאר קיבל דרשה געשאנק מא' ענוועלאופ ובתוכו שני טיקעטס לאיזה האטעל לשלשה ימים, תמה ולא נזכר מי שנתנו, למעשה הלך, בחזירתו מצא ביתו נגנב מכל ווערדפולע חפצים, ועל השולחן צעטל בזה הלשון "יעצט ווייסטו שוין ווער עס האט דיך געגעבן די טיקעטס???

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:38 am
דורך להגדיל הטראסק
1. מי שכתב מכתב לחבירו לר' ראובן 'ז"ל' – עיין במהרש"א קידושין שיכולים לאמר זכרונו לברכה על חי
– כתב מכתב בחזרה ר' שמעון ימ"ש – עיין בתשובות הרב דאמפ שיכולים לאמר ימ"ש על חי...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 10:45 am
דורך להגדיל הטראסק
9. ווען מען שעמט זיך ווען נישט צו זאגן דעם אמת וואלט מען ווען געמאכט א בית הוראה מעניו ווי פאלגענד: איר האט גערופן בית הוראה דן דינינו, פאר אסור דרוקט איינס, פאר מותר דרוקט 2, פאר כשר דרוקט 3 פאר פסול דרוקט 4 פאר זכאי דרוקט 5 פאר חייב דרוקט 6 וכו'
10.

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 11:11 am
דורך להגדיל הטראסק
1. סגולה בחודש אלול לזכור לומר לדוד ה' אורי? – צו בלייבן ביז נאך עלינו...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2025 11:13 am
דורך להגדיל הטראסק
221) גימפל: בא ביתה אכל סאפער במהירות ועד 15 מינוט היה כבר בדלת.
שרה: דו מיינסט אז עס איז דא א שלום זכר? מען עסט מען טרונקט און מען גייט???
גימפל: ניין, כ'האב געמיינט אז עס איז א טיי אווענט, מען עסט מען טרונקט און מען געבט געלט און מען גייט...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג יאנואר 26, 2025 1:59 pm
דורך להגדיל הטראסק
545) נכנס לרעסטאראנט:
איך וויל נישט קיין געפרעגלטע מאכלים, איך וויל נישט קיין זאלץ, איך וויל נישט קיין טרענספעט, וואס קען איך באשטעלן?
קעלנער: א טעקסי....(אהיים)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 12:18 pm
דורך להגדיל הטראסק
שפאצירט זיץ הרה"ח ר' גימפל אויף די עלטערע יארן אין פארק זיך אויסלופטערן, ער האט שוין לאנג רעטייערט, און צווישן איין שיעור אין די אנדערע גייט ער באזוכן אין די שטאטישע פארק... אינמיטן באמערקט ער זיין באליבטע באנק! ער זעצט זיך אראפ, און לאנט זיך באקוועם אן, די אויגן הייבן זיך אן צו פארמאכן און ער הייבט אן צו אריינזינקן אין א געשמאקע דרימעלע... ווען זיין אלטער חבר גרונם קומט צו צו אים און וועקט אים אויף...

גרונם: גימפל! איך האב פאר דיר נישט די בעסטע נייעס...
גימפל: אקעי, כאטש זיץ איך אז איך זאל נישט אומפאלן, וואס איז די נישט בעסטע נייעס?
גרונם: האסט גוט געזאגט! טאקע דאס איז די נישט גוטע נייעס!
גימפל: וואס הייסט?
גרונם: פאר 15 מינוט צוריק האט מען געפעינט די באנק...

גענומען פון אייוועלט

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 2:16 pm
דורך דעת קדשי
שמועות פורחות אז הנגיד ר' יואל לאנדא האט געקויפט 10 דאזן אייער מיט קעש!.....

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 3:13 pm
דורך להגדיל הטראסק
7) יאנקעלע: טאטי! ווי אזוי שפירט זיך צו זיין דער טאטע פון דאס בעסטע קינד אויף די וועלט?
טאטע: איך ווייס נישט, פרעג זיידי...

גענומען פון אייוועלט

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 4:01 pm
דורך שטענדיגרייט
א זינגער האט זיך אמאל אינמיטן זינגען אנגערופן צו די שפילער, ארויף א האלבע,

די שפילער נאכן הערן וויאזוי די זינגער זינגט האט עם צוריק געזאגט, אראפ אינגאנצן...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 4:43 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. בפעטמאנס רעסטוראנט זענען זיי אויפגעקומען מיט אן איידיע – אנשטאט זוכן בחור'לעך צו מאכן סיומים אגאנצן טאג פון די ניין טעג, וועט מען טיילן אנגעטרויטענע שניצל...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 4:58 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. שטריימל כמו אשה – קאסט טייער, זיצט אויפן קאפ, און טוט גארנישט אגאנצע וואך...(שלום בית כמו, נשים)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 5:11 pm
דורך להגדיל הטראסק
1. שלשה סטארס של שיך נפתחו איינס נעבן אנדערן א' כתב שם הסטאר "שטארקע שיך" וסלאגאנו בשו טובה ומוצלחת ב' כתב שמו "בעסטע שיך" וסלאגאנו "אין לך אדם שאין לו שו" הג' התיישב וכתב על פתחו "מעין ענטרענס"...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 5:14 pm
דורך להגדיל הטראסק
48) פסח ביים סדר, טאטע: יאנקעלע! וועלכע פון די ארבעה בנים ביסטו?
יאנקעלע: טאטי! פאר 2 וואכן צוריק האבן מיר געלערנט ביי אבות ובנים ארבעה אבות נזיקין און איך האב דיר נישט געפרעגט וועלכע פון די אבות דו ביסט...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 27, 2025 5:17 pm
דורך להגדיל הטראסק
50) מען איז ענדליך דערגאנגען וואס איז דער סוד וואס ליגט אין קאוקע קאולע! פאטעיטע און אייער! – ווייל אויב איז עס כשר לפסח וואס קען דארט ליגן אויב נישט דאס...?

קרעדיט, אמ מלאך

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 9:51 am
דורך להגדיל הטראסק
1. איינער האט געזאגט אז ער גייט זיך פארשטעלן פורים ווי א פרוי – ווען מען האט אים פורים געטראפן מיט זיינע געווענליכע בגדים האט ער גענטפערט "כהאב נישט וואס אנצוטון..."

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 28, 2025 10:06 am
דורך להגדיל הטראסק
1. 4 אידן קומען אריין אין פעטמאנס רעסטאראנט, באשטעלן א סעודת שלמה בשעתו, וויין ברוינפן געפרעגלט געבאקן געסמאוקט, סמודיס און אייזקריעם,
ביים ענדיגן ברענגט זיי דער גויאישער סארווירער דעם פעטן 500 דאלערדיגן ביל,
זיי נעמען עס "אקעי!" זיי בענטשן געמיטלעך, און דער ערשטער וואקט ארויס, דער גוי קוקט אים אן קרום...
דער צווייטער נעמט זיין מאנטל און פשוט ער וואקט ארויס! דער גוי הייבט אן צו ווערן כעסיג,
דער דריטער הייבט אויף זיין פאון און וואקט ארויס כאילו לא היה... דער גוי נעמט ארויס זיין פאון און וויל שוין דייעלן 911!
דער פערטער הייבט זיך אויף און וואקט ארויס, ממש פאר די טיר נעמט ער ארויס א 500 דאלער'דיגע טשעק, און געבט עס מיט א גראדקייט באגלייט מיט א בלויע צוקנייטשטע אלס טיפ... רופט זיך אן דער גוי "איך ווייס נישט אויב די אידן האבן גע'הרג'עט יאשקע, אבער דאס איז זיכער אז די נשמה האבן זיי אים ארויסגענומען...(ניטל)