חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
לכבוד חול המועד וועל איך דא ארויסגיין מגדרי און פאויסטן עטליכע שיינע אטרעקשין'ס אין אריזאנע צו גיין חול המועד האלטן.
לאמיר אנהייבן מיט די שענסטע וואסערפאל אין די וועלט וואס געפינט זיך פארשטיפט אין אריזאנע,
אנצוקומען אהין דארף מען זיך רעגעסטרירן מער פון א יאר פאראויס, אויב ווילט איר דארט באזוכן סוכות תשפ"ז הבעל"ט, דאן רעגיסטריר דיך יעצט,
די וואסערפאל געפינט זיך אין א גאר פארשטיפטע איזאלירטע געגענט אינטן די גראנד קעניאן, גאר ווייט פון די באקאנטע גרענד קעניאן וויזיטינג צענטער
מען קומט דארט אן מיט א אייזל און מען דארף איבערשלאפן אויפן וועג,
צו איבערשלאפן איז צוגעשטעלט אין די מערסט איזאלירטע דערפל אין גאנץ אמעריקא, צווישן די נעיטיוו אמעריקאנע גויים,
אויך קען מען אנקומען מיט א העליקאפטער,
די פרייז איז $455 אדער $655 פאר די העליקאפטער רייד,
די אייזל רייד איז פילפאכיג שענער און מיר אינטרעסאנט, אבער איז נאר געמאכט פאר אזא איינער וואס האט ליב צו טרעוולן ווי א בעקפעקער.
פאר מער אינפארמאציע פון זייער וועבזייטל קליקט די לינק
https://www.thecanyon.com/havasupai-fal ... 0transport

- פיילס
-
- IMG-20251009-WA0005.jpg (339.53 KiB) געזען געווארן 1347 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אויב איך מעג פרעגן א פאני קשיא...
פארוואס שטעלט מען זיך דאווענען חוה''מ און 8:00? קיין איין צענטראלער חסידישער מנין אין סיי וועלכע חסידיש'ער געגענט שטעלט זיך נישט אזוי פרי.
אויך יום טוב אום 9:30 איז פרי.
כ'זאג נישט אז מ'טאר זיך נישט שטעלן דאווענען פרי, אבער ס'איז פארט אינטערסאנט.

איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איך וויל באמת פאויסטן נאך שיינע אטרעקשין'ס פון אריזאנע אבער עס קומט יעצט פאר גרויסע נייעס פאר קאסא גראנדע, דערפאר וועלן מיר עס איבערלאזן פאר א אנדערע טאג חול המועד.
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
ברוכים הבאים בשם ה'
יעצט חול המועד סוכות קומט פאר א גרויסע דורכברוך פאר די שפרידעלדיגן יישוב קאסא גראנדע אריזאנע.
ווען דעם אלעם באקאנטן עסקן, שריפטשטעלער און קול מבשר רעדנער הר"ר שמעון הכהן ראלניצקי הי"ו, שטעלט זיך יעצט נאכאמאל ארויס פאר כלל ישראל להורות להם הדרך, נעמענדיג דעם גרויסע שריט (טריט) אויפהייבענדיג זיך מיט זיין משפחה געבענטשטע קינדער אויפן פליגער זיך אריבערציען צום נייע שפרידעלדיגן ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע יע"א,
ער און זיין שריט זענען א לייכט טורעם פאר פיהל וועלעכע קוקן ארויס ווען זיי קענען באקומען די שטארקייט צו טוהן די זעלבע פאר זיך, זיך אליין בעסער שטעלן אויף די פיס אין א רואיגע געשמאקע נייע ישוב, און די זעלבע צייט זיין א וועג ווייזער פאר די עתיד פון טויזענטער אידישע קינדער וועלעכע וועלן בס"ד איין טאג וואוינען אין דעם הערליכע יישוב.
זאל דער באשעפער געבן פאר רבי שמעון ראלניצקי אז די נייע ישוב זאל אים קעגן קומען מיט א גוט מזל און מיט סיעתא דשמיא. אמן

- IMG-20251009-WA0064.jpg (433 KiB) געזען געווארן 1265 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
וואס איז נייעס.. עטליעסט גייט ער וואוינען אין א סווינג סטעיט...ישוב החדש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 6:59 pm ברוכים הבאים בשם ה'
יעצט חול המועד סוכות קומט פאר א גרויסע דורכברוך פאר די שפרידעלדיגן יישוב קאסא גראנדע אריזאנע.
ווען דעם אלעם באקאנטן עסקן, שריפטשטעלער און קול מבשר רעדנער הר"ר שמעון הכהן ראלניצקי הי"ו, שטעלט זיך יעצט נאכאמאל ארויס פאר כלל ישראל להורות להם הדרך, נעמענדיג דעם גרויסע שריט (טריט) אויפהייבענדיג זיך מיט זיין משפחה געבענטשטע קינדער אויפן פליגער זיך אריבערציען צום נייע שפרידעלדיגן ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע יע"א,
ער און זיין שריט זענען א לייכט טורעם פאר פיהל וועלעכע קוקן ארויס ווען זיי קענען באקומען די שטארקייט צו טוהן די זעלבע פאר זיך, זיך אליין בעסער שטעלן אויף די פיס אין א רואיגע געשמאקע נייע ישוב, און די זעלבע צייט זיין א וועג ווייזער פאר די עתיד פון טויזענטער אידישע קינדער וועלעכע וועלן בס"ד איין טאג וואוינען אין דעם הערליכע יישוב.
זאל דער באשעפער געבן פאר רבי שמעון ראלניצקי אז די נייע ישוב זאל אים קעגן קומען מיט א גוט מזל און מיט סיעתא דשמיא. אמן
-
דיאמאנט סוחר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 76
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 6:42 pm
- x 66
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
so DEM are getting another voteשוהם האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 7:00 pmוואס איז נייעס.. עטליעסט גייט ער וואוינען אין א סווינג סטעיט...ישוב החדש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 09, 2025 6:59 pm ברוכים הבאים בשם ה'
יעצט חול המועד סוכות קומט פאר א גרויסע דורכברוך פאר די שפרידעלדיגן יישוב קאסא גראנדע אריזאנע.
ווען דעם אלעם באקאנטן עסקן, שריפטשטעלער און קול מבשר רעדנער הר"ר שמעון הכהן ראלניצקי הי"ו, שטעלט זיך יעצט נאכאמאל ארויס פאר כלל ישראל להורות להם הדרך, נעמענדיג דעם גרויסע שריט (טריט) אויפהייבענדיג זיך מיט זיין משפחה געבענטשטע קינדער אויפן פליגער זיך אריבערציען צום נייע שפרידעלדיגן ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע יע"א,
ער און זיין שריט זענען א לייכט טורעם פאר פיהל וועלעכע קוקן ארויס ווען זיי קענען באקומען די שטארקייט צו טוהן די זעלבע פאר זיך, זיך אליין בעסער שטעלן אויף די פיס אין א רואיגע געשמאקע נייע ישוב, און די זעלבע צייט זיין א וועג ווייזער פאר די עתיד פון טויזענטער אידישע קינדער וועלעכע וועלן בס"ד איין טאג וואוינען אין דעם הערליכע יישוב.
זאל דער באשעפער געבן פאר רבי שמעון ראלניצקי אז די נייע ישוב זאל אים קעגן קומען מיט א גוט מזל און מיט סיעתא דשמיא. אמן
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איי עם סארי
עס איז עקעלדיג די נארישע העיט דא
עס איז א מאסיבע דערגרייכונג אז אזא פובליג פיגער האט דארטן געמאופט

מזל טוב העסקן הגדול רבי שמעון און מזל טוב קאסע גראנדע צי אזא כח
ממנו יראו וכן יעשו!
אריזאנע האט א עתיד!
די שאלה ווא לאנג עס וועט נעמען אבער לדעתי וועט איין טאג זיין דארט טויזנטער אידישע משפחות, משיח זאל פריער קומען
א רעכטע סטעיט
א רואיגע סיטי
א געשמאקע לעבן
דירות ביליג ווי בארשט און רייך ווי קרח
שכר לימוד כמעט אומזיסט
ביזנעס אפערטאנעטיס לרחצה ווען פיניקס איז די 5טע גרעסטע ביזנעס פלאץ אין אמעריקא
פון די געזינטסטע לופט מער פון רוב וועלט אויפן כדור העולם העלפט פאר אטעמען אויסשלאגן און ארטירייטעס און עלערגיעס און כל שכן אז עס העלפט געזינטע זאלן בלייבן געזינט

א הערליכע געגענט זיצט ארום אנדערטהאלבן / צוויי שעה פון פינעקס און צוויי מיט אהאלב שעה פון קאסא גראנדע, מענטשן רופן די געגענט סעדאנע Sedona, א קליין שטעטעלע אינאיינעם מיט די דערנעבענדיגע שטעטעלך זיצן אינעם "רעד ראק סטעיט פארק", וואס געפינט זיך אויף א שטח פון ארום צוואנציג קוואדראט (סקוויר) מייל פון רויטע זאמד געמישט מיט שטיינער אויף גאר הויעכע בערג מיט ספעציעלע פארעמעס.
די בערג זענען גאר הויעך גרייכענדיג איבער זיבן טויזענט פיס (העכער פון מאוינט וואשינגטאן אין ניו העמפשיר).
די ריזיגע שטיינער און בערג שטעלן מיט זיך פארעמעס וואס באגייסטערט יעדעם וואס באזוכט די געגענט, די קאלירן און פארעמעס שטעלן צוזאם א גייסט אנגעפילט מיט ענערגיע, אזש די געגענט ווערט באטיטולט אלץ די פלאץ וואס גיבט די מערסטע ענערגיע פארן מענטש וואס געפינט זיך דארט.
די געגענט איז נישט אויסגעשטעלט ווי א פארק וואס קאסט געלט, נאר די שטעטליך לויפן דורך די הערליכע געגענט.
אזוי אויך זענען דא פילע טרעילס פאר אומזינסט, אבער אויב ווילסטו פארקן די קאר אין איינע פון די צוגעשטעלטע פארקינג לאקאציעס ביי די פארק'ס וועט עס קאסטן א פארקינג פי, און געוויסע פארק'ס ווי ביי די וואסערפאלן וכדו' קאסט א ענטערענס פי.
אזוי אויך זענען דא ספעציעלע טורס מיט זשיפ'ס אדער עי טי ווי'ס וואס פירן מענטשן צו לאקאציעס וואס מען קען שווער אנקומען מיט די קאר,
אזוי אויך איז דא בייק רענטעלס און נאך - *זייט געווארענט;* די טרעילס זענען זייער ריזיקעליש און מסוכן, אבער אנדערש פון ניו יארק וועלן די רענטעלס נישט ווארענען אז עס איז אויף דיין אייגענע ריסק געבענדיג די געפיל כאילו עס איז פארזיכערט ווען באמת איז עס גאר שטארק מסוכן.
מען קען פארברענגן אין די געגענט פאר עטליכע וואכן און נישט זאט ווערן פון אלע נפלאות הבורא, יעדע פערטל מייל וואס מען פארט זעט אויס אינגאנצן אנדערש פון די פריערדיגע פלאץ מיט נייע חידושים אין די בריאה, אבער מען קען אויך פארן א באזוך פאר איין טאג און אהיימקומען צופרידן.

- IMG-20251009-WA0058.jpg (269.35 KiB) געזען געווארן 1114 מאל
-
- IMG-20251009-WA0059.jpg (393.19 KiB) געזען געווארן 1114 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
דו ווילסט נאכמאכן רבי שמעון ראלניצקי און נאך צענדליגע צופרידענע תושבים אין דעם נייע הערליכע יישוב קאסא גראנדע אריזאנע?
יעצט ווען עס איז זמן שמחתנו זייט אייך משמח מיט'ן אין שמחה כהתרת ספקות, און גייט ארויס פון דעם ספק, אפשר וועסטו נאך איינמאל האבן א אייגענע הויז צו א ודאי וועסטו האבן א אייגענע דאך איבערן קאפ, פון א ספק צו קענען צאלן שכר לימוד צו א פאזיטיווע ודאי וועסטו קענען דעקן די שכר לימוד פון דיינע קינדער,
צו מאכן גרינגער די החלטה, פאויסט איך דא עטליכע פון די געלונגענע עד'ס וואס קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע האט ארויסגעשטעלט דאס יאר דיר צו איינלאדענען צו קומען וואוינען ביי אונז.
זעה אין די עד'ס עטליכע פון די פילע אידישע סערוויסעס וואס דער מייסד היישוב הרב יהושע רובין האט שוין צוגעשטעלט ביז אהער ועוד ידו נטויה בס"ד.
זעהט אז עס איז דא א ליסטע פון סערוויסעס וואס זענען "אודאי" שוין דא, אין יעצט איז עס דיין דעסיזשען צו וועלן "די לעבן וואס דו ווילסט פאר די פרייז וואס דו קענסט!"
פארבינדט אייך היינט צום אפיס פון די ועד העיר וואס וועט אייך העלפן מיט וואס אימער איר ווילט אדער דארפט וויסן.
יעצט ווען עס איז זמן שמחתנו זייט אייך משמח מיט'ן אין שמחה כהתרת ספקות, און גייט ארויס פון דעם ספק, אפשר וועסטו נאך איינמאל האבן א אייגענע הויז צו א ודאי וועסטו האבן א אייגענע דאך איבערן קאפ, פון א ספק צו קענען צאלן שכר לימוד צו א פאזיטיווע ודאי וועסטו קענען דעקן די שכר לימוד פון דיינע קינדער,
צו מאכן גרינגער די החלטה, פאויסט איך דא עטליכע פון די געלונגענע עד'ס וואס קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע האט ארויסגעשטעלט דאס יאר דיר צו איינלאדענען צו קומען וואוינען ביי אונז.
זעה אין די עד'ס עטליכע פון די פילע אידישע סערוויסעס וואס דער מייסד היישוב הרב יהושע רובין האט שוין צוגעשטעלט ביז אהער ועוד ידו נטויה בס"ד.
זעהט אז עס איז דא א ליסטע פון סערוויסעס וואס זענען "אודאי" שוין דא, אין יעצט איז עס דיין דעסיזשען צו וועלן "די לעבן וואס דו ווילסט פאר די פרייז וואס דו קענסט!"
פארבינדט אייך היינט צום אפיס פון די ועד העיר וואס וועט אייך העלפן מיט וואס אימער איר ווילט אדער דארפט וויסן.
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
-
דיאמאנט סוחר
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 76
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 6:42 pm
- x 66
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
דריטע אין די סעריע פון חול המועד האלטן אין אריזאנע;
איינע פון די שענסטע פלעצער וואס דער באשעפער האט באשאפן אין זיין וועלט איז די ענטעלאפ קעניאן,
ענטעלאפ קעניאן געפינט זיך אין פעיזש, א שטעטל וואס געפינט זיך גאנץ אויבן אריזאנע.
(פעיזש דארף א ארטיקל פאר זיך, זייענדיג א קליין שטעטעלע מיט גאר אסאך העכסט אינטרעסאנטע דעסטינאציעס צו באזוכן)
ענטעלאפ קעניאן האט אסאך אפצווייגן עס איז דא די אפער ענטעלאפ קעניאן, עס איז דא די לאויער ענטעלאפ קעניאן, אזוי אויך האט עס נאך עטליכע נעמען, און עס שפרייט זיך אויס צו עטליכע זייטן פון די שטאט, און יעדע איינע האט אין זיך אייגענארטיקייטן, אפילו אויב האסטו באזוכט איינע פון זיי, וועט די אנדערע זיין פול מיט חידושים.
די ענטעלאפ קעניאן'ס זענען אזעלעכע שמאלע לאנגע אפענע היילן, איינגעקריצט אין די ערד מיט אויסנאם הערליכע שניצערייען און קאלירן אינעווייניג אין די שטיינער פון די קריצן. די קאלירן טוישן זיך לויט די שעות אין די טאג געוואנדן פון וועלעכע זייט די זון שיינט.
צו באזוכן די ענטעלאפ קעניאן מוז מען גיין מיט א טורגייד וואס פירט די מענטשן אינעווייניג די לעכער אין די ערד צווישן די הערליכע הויעכע שניצערייען.
גאר אינטרעסאנט איז ווען די זון שטראלן שיינען אריין אינעווייניג די שלענגלעך אין די ערד ווי מען שפאצירט, גיבט די שטראלן די אויסקוק ווי מען שפאצירט צווישן וואסערפאלן, אבער נישט פון וואסער נאר פון שטראלן.
אויסער די שלענגלעך אויף די טריקעניש ציט זיך די קעניאן אויך אריין אין די ארטיגע לעיק פאויעל, ווי מען פארט מיט א קליין שיפל אויפן וואסער צווישן די הערליכע שטיינערנע שניצערייען פונעם באשעפער'ס באשאף.

- IMG-20251009-WA0061.jpg (79.64 KiB) געזען געווארן 1030 מאל
-
- IMG-20251009-WA0062.jpg (187.47 KiB) געזען געווארן 1030 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
מענטשן האבן אסאך געפרעגט צו עס רעגנט אין קאסא גראנדע אין סוכות,
דער עולם אין קאסא גראנדע בויען נישט קיין שלאק אויף זייערע סוכות, ווייל אפילו וואס סוכות איז ביים סוף פון די רעגן סעזאן אין אריזאנע, דאך מאכט זיך כמעט נישט קיין רעגן אין קאסא גראנדע אין סוכות, אפילו ווען עס רעגענט אין אנדערע געגענטער אין אריזאנע וועט אין קאסא גראנדע אביסל טראפן און נישט מער, גאר זעלטן וועט זיך אראפלאזן א שלאק רעגן אויף קאסא גראנדע אין סוכות,
למשל נעכטן נאכט איז דער רב שליט"א הרב רבי חיים שלמה בערגער אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע געווען אין די פינעקס - סקאטסדעיל געגענט, ווי מען האט אים גערופן צו די לאקאלע מסיבת סוכות צו אויפטרעטן, ביי הגאון רבי גבריאל גץ ר"י דפינעקס און אהבת תורה בנשיאות הרב אריאל שושן שליט"א, און ווי נאר ער איז ארויס פון דארט האט זיך אראפגעלאזט אזא שווערע שלאק רעגן, אז די אינסטאנצן האבן געמוזט אפשפארן די גרויסע פינעקס עירפארט.
אבער די זעלבע צייט איז אין קאסא גראנדע געווען פארוואלקענט אבער מער ווי געציילטע טראפן רעגן דא אין דארט איז נישט געווען, די רעגן איז געווען אזוי שוואך אז מען האט אפילו נישט געמעגט עסן חוץ לסוכה,
דער רב שליט"א ביים אויפטרעטן ביי די שמחת בית השואבה פון קהילת אהבת תורה סקאטסדעיל ביים סיום אין די סוכה פון הגר"ג גץ ר"י דפינעקס

איינער פון די חשוב'ע צענדליגער געסט אויף סוכות האט איבערגעלאזט אין אן אובער א בינטל שליסלען צו וועלכן ס'איז געווען באהאפטן א תפילת הדרך. דער דרייווער האט אפגעשטעלט א איד און געבעטן מען זאל עס מפרסם זיין.
האפן מיר באלד ממשיך צו זיין מיט שיינע אפדעיטס פון יום טוב סוכות אין קאסא גראנדע, אטרעקשין'ס און נאך. אבער לאמיר ערשט לאזן אביסל דעם השבת אבידה פאויסט זיין אויפן אויבנאן.

- IMG-20251012-WA0009.jpg (259.92 KiB) געזען געווארן 792 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 244
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 768
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
איך האב הנאה פון ר שמעון ער האט גערעדט ווי גוט צו ארויסמופען און עס געטון נישט ווי אנדערע אויף קול מבשר וואס רעדן יארן פון מופן און בלייבן וואוינען און מאנסי
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
דער יום-טוב סוכות איז אריבער אין קאסא-גראנדע אויף א הערליכע פארנעם, כאטש וואס כמעט האלב תושבי קאסא-גראנדע זענען אוועקגעפארן אויף יום-טוב צוליב שמחות, אדער געפארן צו די עלטערן אדער צום רבי'ן, אויסנוצנדיג דעם זמן שמחתנו צו האלטן קשר מיט די משפחה אין ניו-יארק.
אזוי אויך זענען דעם סוכות געקומען ווייניגער פרעמדע געסט ווי אין א געווענליכע יאר, דאך זענען געקומען עלטערן און שוויגער-עלטערן פון די קאסא-גראנדע איינוואוינער. אזוי אויך זענען כמדי שנה בשנה געקומען עטליכע געסט וועלכע האבן געקויפט וואקאציע הייזער אין קאסא-גראנדע און ניצן אויס די געלעגנהייט צו קומען ווען מען קען זיך ארויסכאפן פון ניו-יארק. אויך איז געווען דא א גאסט, וועלכער איז געקומען זיך אומקוקן און באטראכטן צי ער זאל מאכן קאסא-גראנדע פאר זיין צוקונפטיגע וואוינארט.
די ערשטע טעג סוכות איז דער ביהמ"ד געווען אנגעפילט מקצה אל קצה, הר"ר שמואל מרדכי פישל מחשובי עסקנים בית סקווירא האט אויפגענומען דעם יום טוב מיט'ן דאווענען די ערשטע יום-טוב'דיגע מעריב ביים עמוד מיט'ן סקווערער טעם. שחרית און הלל די ערשטע טאג האט פארגעדאוונט דער הערליכער בעל תפילה הר"ר יעקב אליהו גענוד הי"ו וועלכער איז זיין פינפטע סוכות אין קאסא-גראנדע כ"י, הושענות האט פארגעזאגט דער מרא דאתרא דינובער רבי שליט"א, צו מוסף האט מען ב"ה געהאט פיר כהנים וואס האבן געדוכנ'ט.
מוצאי שבת אושפיזא דיוסף איז פארגעקומען א טיש פונעם מרא דאתרא דינובער רבי שליט"א אין סוכה פונעם רב הרב חיים שלמה בערגער שליט"א, אינאיינעם מיט א שמחת בית השואבה פאר די קהילה. די מעמד האט אויך געדינט אלס אן אפיציעלער "קבלת פנים" פאר הר"ר שמעון ראלניצקי הי"ו וועלכער האט זיך קובע געווען מקום מושבו ביי אונז אין קאסא-גראנדע דעם חול המועד סוכות.
די שמחת בית השואבה איז געווארן הערליך צוגעשטעלט דורך תושבי קאסא-גראנדע, און בהשתתפות קהל רב, אזש עס איז נישט געווען פלאץ צו אקאמאדירן יעדן און עטליכע האבן געלאזט די פלאץ פאר אנדערע, מיטהאלטנדיג דעם מעמד פונעם טיר אריין צום סוכה.
ביים מעמד האט דער מרא דאתרא ארומגערעדט מענייני דיומא פון סוכות. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער רב שליט"א, וועלכער האט באגריסט דעם חשוב'ן גאסט הר"ר שמעון ראלניצקי און ארויסגעברענגט וואספארא גרויסע שריט ער טוט פאר כלל ישראל

- IMG-20251012-WA0049~2.jpg (191.99 KiB) געזען געווארן 653 מאל
-
- IMG-20251012-WA0056.jpg (177.8 KiB) געזען געווארן 653 מאל
-
- IMG-20251012-WA0051.jpg (248.44 KiB) געזען געווארן 653 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אדמו"ר מדינוב שליט"א מרא דאתרא ד'קאסא גראנדע אריזאנע ביי נענועים און הושענות איינע פון די טעג חול המועד ביים צווייטער מניין.
- פיילס
-
- IMG-20251013-WA0002.jpg (353.93 KiB) געזען געווארן 569 מאל
-
- IMG-20251013-WA0004.jpg (186.27 KiB) געזען געווארן 569 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
א גוט וואך און א גוט ווינטער פון די ווארימערע קאסא גראנדע צו אונזערע ברידער אין די קאלטע ניו יארק.
ברוך השם יום טוב איז אריבער גאר געהויבן און מען ארבייט אויף א באריכט, פאר אונזערע פריינד וואס ליינען און אינטרעסירן זיך וואס טוט זיך אין דעם נייע שפרידעלדיגן ישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע, מיר האפן צו האבן די באריכט גרייט וואס שנעלער.
חול המועד האב איך אויסגעלאזט א קורצע באריכט, די אנקום פון הר"ר שמעון ראלניצקי צו קאסא גראנדע, איך יעצט באקומען עטליכע שיינע קליפס פון די ספעציעלע קינדער קבלת פנים,
דאנערשטאג נאכט א' דחול המועד סוכות האבן תושבי קאסא-גראנדע זיך צוזאמגענומען אין דער סוכה פון ר' משה סורקיס, וואו ס'איז פארגעקומען א קורצע קבלת פנים פאר הר"ר שמעון ראלניצקי הי"ו וועלכער האט קוים געלאנדעט און אנגעקומען צו קאסא-גראנדע הערשט ארום עלף אזייגער ביינאכט.
דער עולם איז געקומען מקבל פנים זיין ר' שמעון מיט די משפחה, וואו זיי האבן געגעסן א פיינע נאכטמאל און זיך באקאנט געמאכט מיט די משפחות פון די תושבים.
דער אפיציעלער "קבלת פנים" איז געווען מוצאי שבת ביים גרויסארטיגן שמחת בית השואבה.
אין די בילדער זעהט מען דער רב שליט"א אין א ווארימע שמועס מיט ידידו רבי שמעון, און ווי דער עולם נעמט אויף רבי שמעון ביים אנקומען, אויך זעהט מען הרב משה אברהם ברוין ביים פארזינגן ביים פארברענג.
לינק צו קליפס פון די קינדער ביים חול המועד פארברענג ווארטענדיג אויף משפחת ראלניצקי https://drive.google.com/drive/folders/ ... _5o7RDMWk9

- IMG-20251015-WA0018.jpg (342.82 KiB) געזען געווארן 479 מאל
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
-
זאנוויל ראזענבערג
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 262
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
- x 656
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
שמעון ראלניצקי אין קאסע גראנדע. וואסענאייעס. wow
-
וויענער חסיד
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 244
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
- Location: boro park
- x 768
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
קאסא גראנדא קען שוין עפענען אן אייגענע מאגאזין זיי האבן די אמאליגע בעל הבית פון מאמענט ר יהושיע רובין[ווער עס ווייסט ווייסט] און כלל ישראלס 2 בעסטע שרייבער ר שמעון ראלניצקי און ר חיים שלמה בערגער
-
וכן נוהגין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 210
- זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
- x 705
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
טראץ די אויסערגעווענליכע רעגענדיגע וועטער האבן תושבי קאסא גראנדע געפראוועט א געשמאקע סוכות, מען האט טאקע נישט געקענט חול המועד האלטן ביי די פילע נאטורן מיט וואס אריזאנע איז געבענטשט, נאר מען האט גענומען די קינדער צו לאקאלע פארק'ס מיט רייד'ס וכדו'.
עס איז אינטרעסאנט צו ברענגן קליפס ווי ר' יצחק גרין ווייזט ווי שנעל און איידל עס זענען ביי די רייד'ס אין אריזאנע.

אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
וואף, שוין לאנג נישטא געווען, לאמיר געבן א שנעלע לויף אריבער אויף די זאכן וואס איך האב ארויפגעלייגט אויף אנדערע פלאטפארמעס די לעצטע צוויי חדשים, איך וועל מיר משתדל זיין עס זאל נאר זיין זאכן וואס איז נאך אינטרעסאנט (דאס הייסט נישט קיין זמנים פון יום טוב וכדומה).
- - -
קורצע שיעור הארט פאר מעריב פונעם רב שליט"א - ליל ששי פרשת ראה תשפ"ה - קאסא גראנדע אריזאנע.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
וועכנטליכע שיעור הלכה פון הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים, זונטאג נאך שחרית אין בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע - פרשת שופטים תשפ"ה/ראש חודש אלול.
שיעור בנושא צוויי טעג ראש חודש, איז דא א חילוק להלכה צווישן די צוויי טעג? וואס טוט מען אויב מען האט פארגעסן יעלה ויבוא די ערשטע טאג ביי מנחה? ועוד.
שיעור בנושא צוויי טעג ראש חודש, איז דא א חילוק להלכה צווישן די צוויי טעג? וואס טוט מען אויב מען האט פארגעסן יעלה ויבוא די ערשטע טאג ביי מנחה? ועוד.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
אינטרעסאנט אז דאס יאר איז דאס געווארן א שטארקע מדובר דא אויפן וועלטל ענד ביאנד, אפשר טאקע קומט דער קרעדיט פאר @עקביא פארן ברענגן בילדער און ווידיאוס דערפון, אדער איז טאקע דער יאר געווען שטערקער פון אנדערע יארן, ווייסעך נישט, און אויך א יישר כח פאר @שמואלזסבה פארן ארויפלייגן א הערליכע בילד ביי עקביא'ס באזע פון די שטויב שטורעם איבער קאסא גראנדע.
קודם איבער די נאמען, א שטויב שטורעם אין אריזאנע ווערט גערופן א 'האבוב' (Haboob), און דאס איז אביסל אנדערש ווי די באוואוסטע בילדער פון קינדווייז אן פונעם מדבר אדער וואס מען זעהט אמאל פון די סאהארא מדבר אדער כינעזע שטעט וואס דאן איז דאס א זאמד שטורעם וואס איז בעצם שטערקער און מער שעדליך (אין די ענין פון צוברעכן אדער חרוב לייגן זאכן).
א שטויב שטורעם פאסירט אין אריזאנע אין די סוף זומער חדשים, וואס ווערט גערופן אין אריזאנע די מאנסון סעזאן ווען עס קען זיך אראפלאזן שווערע רעגנ'ס און טאנדערשטורעמעס, די וועג וויאזוי א שטויב שטורעם אקלאמירט זיך איז ווען די ערד איז זייער טריקן און הייס, און עס קומט צו גיין א שטורעם (געווענטליך פון רעגן) וואס האט אביסל קעלטערע לופט (ענדליך צו א קאלד פראנט ביי א שניי שטורעם אין ניו יארק) וואס זעצט שטערקער אראפ אויף די ערד און ווען די ווינט בלאזט דאן הייבט עס אויף אסאך שטויב פון די ערד (נישט די שווערער זאמד, נאר שטויב) און עס קען עס ארויפשלעפן צו הונדערטער אדער אמאל טויזענטער פיס אין דער לופט, און היות עס קומט מיט א שטארקע שטורעם פון דערונטער פארמירט עס א גרויסע וואנט וואס פארט אריבער אויפן האריזאנט ביז ווילאנג עס פאלט צוביסלעך אראפ, דער שטויב וואנט לויפט אין פארנט פונעם שטורעם און דערנאך קומט אן דער ארגינעלע שטורעם וואס ברענגט געווענטליך א שטארקע רעגן (מאנסון) אבער אמאל קומט דער רעגן בכלל נישט אן, היות עס האט זיך אוועקגעדרייט אדער איז צופאלן אויפן וועג.
אזא שטויב וואנט זאל אריבערגיין געדויערט נישט צו לאנג, מאקסימום 20/30 מינוט, אבער דער שטורעם אין אלגעמיין קען נעמען לענגער, א געווענטליכע מאנסון שטורעם נעמט אבער נישט מער ווי א שעה צוויי.
עס איז נישט עפעס וואס טוישט צו סאך אין די טאג טעגליכע לעבן, עס פאסירט עטליכע מאל אין די יעצטיגע וואכן, אלעמאל איז עס שפעט נאכמיטאג (נעכטן איז עס טאקע געווען ממש פאר מנחה) עס גייט אריבער זייער זייער שנעל און לאזט נישט עכט איבער קיין שאדן, בשעת מעשה איז כמעט אוממעגליך צו דרייוון אדער שפאצירן אויפן גאס, און אויב איז מען אויפן הייוועי דארף מען זיך שנעל אפשטעלן אויפן זייט היות מען קען כמעט נישט זעהן די נעקסטע פיס פון די קאר און עס קען טאקע פאסירן עקסידענטן וכדומה, אבער דאס איז נאר ווען די וואנט גייט ממש אריבער (וואס ווי געזאגט איז דאס ממש עטליכע מינוט), עס ברענגט אסאך מאל אויך אראפ א שיכט פון שטויב אויף אלעס ארום, אבער ווי געזאגט געווענדליך רעגנט פעסט גלייך דערנאך במילא שווענקט עס סייווי אפ אלעס וואס עס האט איבערגעלאזט.
די איינציגסטע זאך וואס איז וויכטיג צו נעמען אין באטראכט איז פאר מענטשן וואס קומען קיין אריזאנע פאר געזונט (עקזימא/אסטמא) קען דאס זיין זייער שעדליך, און דערפאר איז טאקע יעצט נישט די בעסטע צייט דערפאר, און אויב זענען זיי יא דא אין אזא מצב זאלן זיי טאקע מאכן זיכער פאר דעם און נאכדעם צו זיין אינעווייניג פאר א שיין שטיק צייט ביז ווילאנג עס איז אינגאנצן אריבער.
פאר סיי וועלכע אינפארמאציע אדער הילף און אלעס איבער 'קאסא גראנדע אריזאנע', פארבינדט אייך אין טישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803 מיר וועלן זיך פרייען אייך צו העלפן.
-
אלע צוזאמען
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 326
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 10:00 pm
- Location: קאסא גראנדע אריזאנע
- x 769
Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע
וועכנטליכע שיעור הלכה פון הרה"ג ר' אברהם ראבינאוויץ שליט"א אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע, זונטאג נאך שחרית אין בית המדרש קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע - פרשת כי תצא/ז' אלול תשפ"ה.
ערשטע שיעור אין די הלכות פון ראש השנה, תקיעת שופר, יוצא זיין פונעם בעל תוקע, ברכות התקיעות ועוד.