בלאט 385 פון 509

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:57 am
דורך פעיק ניוז
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 2:25 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 1:48 am
פליט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 11:07 pm די UN געבט דאס גרינע לייט פאר איראן צו אטאקירן מדינות ישראל.
מאכט נישט קיין סענס.
פארוואס נישט?

באמבאדירן אין יענעמס טעריטאריע איז א פארלעצונג פון די אינטערנאציאנאלע געזעצן, אלזא אויב האסטו פארלעצט די געזעץ קען די יו ען נישט זאגן אז יענער מעג נישט נקמה נעמען.
וואס??

איראן האט באמבאדירט חדשים צוריק אין מדינת ישראל טעאריטאריע. חיזבאלא באמבאדירט שוין מאנאטן אין מדינת ישראל טעריטאריע. חאמאס באמבאדירט שוין יאר אין מדינת ישראל טעאריטאריע. און וואס האט די יו.ען. צו זאגן דערויף? אדער אז מדינת ישראל באגייט מלחמה פארברעכנס אדער אז ביידע זייטן זאלן זיך בארואיגן.

געב מיר א ברעיק ביטע.

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 12:24 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פעיק ניוז האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:57 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 2:25 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 1:48 am

מאכט נישט קיין סענס.
פארוואס נישט?

באמבאדירן אין יענעמס טעריטאריע איז א פארלעצונג פון די אינטערנאציאנאלע געזעצן, אלזא אויב האסטו פארלעצט די געזעץ קען די יו ען נישט זאגן אז יענער מעג נישט נקמה נעמען.
וואס??

איראן האט באמבאדירט חדשים צוריק אין מדינת ישראל טעאריטאריע. חיזבאלא באמבאדירט שוין מאנאטן אין מדינת ישראל טעריטאריע. חאמאס באמבאדירט שוין יאר אין מדינת ישראל טעאריטאריע. און וואס האט די יו.ען. צו זאגן דערויף? אדער אז מדינת ישראל באגייט מלחמה פארברעכנס אדער אז ביידע זייטן זאלן זיך בארואיגן.

געב מיר א ברעיק ביטע.
באמבאדירן ציווילע איז אויך א מלחמה פארברעכן, און אויף דעם שרייט די יו. ען. אז מדנ"י זאל אויפהערן. און ווייל מ'מעג נקמה נעמען מיינט נישט אז ס'דארף ווערן א פולע מלחמה, שרייען זיי אז ביידע זייטן זאלן זיך בארואיגן.

כ'זאג נישט אז די יו. ען. איז נישט קאנטראלירט ביי אראבישע סענטימענטן, אבער אין דעם פאל וואלטן זיי לכאורה סייווי געלאזט איראן צוריקגעבן.

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 12:25 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיילעך פריילעך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 2:27 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 2:25 am
מיילעך פריילעך האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 1:48 am

מאכט נישט קיין סענס.
פארוואס נישט?

באמבאדירן אין יענעמס טעריטאריע איז א פארלעצונג פון די אינטערנאציאנאלע געזעצן, אלזא אויב האסטו פארלעצט די געזעץ קען די יו ען נישט זאגן אז יענער מעג נישט נקמה נעמען.
אבער געבן א גרינע ליכט?
זיי וואלטן געדארפט רופן פאר איינגעהאלטנקייט פון ביידע זיין...
ס'איז נישט קיין סתירה.

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 12:31 pm
דורך פעיק ניוז
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 12:24 pm
פעיק ניוז האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:57 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 2:25 am

פארוואס נישט?

באמבאדירן אין יענעמס טעריטאריע איז א פארלעצונג פון די אינטערנאציאנאלע געזעצן, אלזא אויב האסטו פארלעצט די געזעץ קען די יו ען נישט זאגן אז יענער מעג נישט נקמה נעמען.
וואס??

איראן האט באמבאדירט חדשים צוריק אין מדינת ישראל טעאריטאריע. חיזבאלא באמבאדירט שוין מאנאטן אין מדינת ישראל טעריטאריע. חאמאס באמבאדירט שוין יאר אין מדינת ישראל טעאריטאריע. און וואס האט די יו.ען. צו זאגן דערויף? אדער אז מדינת ישראל באגייט מלחמה פארברעכנס אדער אז ביידע זייטן זאלן זיך בארואיגן.

געב מיר א ברעיק ביטע.
באמבאדירן ציווילע איז אויך א מלחמה פארברעכן, און אויף דעם שרייט די יו. ען. אז מדנ"י זאל אויפהערן. און ווייל מ'מעג נקמה נעמען מיינט נישט אז ס'דארף ווערן א פולע מלחמה, שרייען זיי אז ביידע זייטן זאלן זיך בארואיגן.

כ'זאג נישט אז די יו. ען. איז נישט קאנטראלירט ביי אראבישע סענטימענטן, אבער אין דעם פאל וואלטן זיי לכאורה סייווי געלאזט איראן צוריקגעבן.
וואס טוט זיך מיט חיזבאלא? דארט באמבאדירט מען נישט קיין ציווילע. וואו איז די דארטיגע הסכמה פאר מדינת ישראל'ס באמבאדירונגען? דארט רופט מען ביידע זייטן זיך צו בארואיגן. און וואט אבאוט די ערשטע אטאקע דורך איראן, וואו איז געווען די יו.ען. באשטעטיגונג אז מדינת ישראל קען צוריק באמבאדירן?

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 1:20 pm
דורך ניקל
טערקיש ערליין'ס סוספענדירט זייערע רייזעס קיין טעהראן

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 2:24 pm
דורך Spa 42
באריכטן גיבן אן, אז איראן פלאנט דעם אטאקע אויף מדנ"י אום תשעה באב.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 2:31 pm
דורך Spa 42
אנשי נטורי קרתא ביים לוי' פון איסמיעל הניה אין קאטאר.

מ' האט זיי אריינגעלאזט ביי די ווי. איי. פּי.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 2:53 pm
דורך מיילעך פריילעך
מ"י פליגער באמבעדירן יעצט ביים גרעניץ אין סיריע.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 3:17 pm
דורך מיילעך פריילעך
IMG_20240802_151620_265.jpg
IMG_20240802_151620_265.jpg (51.03 KiB) געזען געווארן 458 מאל

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 4:20 pm
דורך Spa 42
כלל ישראל בכלל און תושבי ארץ הקודש בפרט, גייען אריין צום שבת קודש מיט אן אנגעצויגענע שטימונג, בעטענדיג דעם בורא כל עולמים שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, און די טעראריסטישע באנדעס למיניהם זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף אידישע קינדער.

לאמיר האפן אויף גוטע בשורות.
ggg.jpg
ggg.jpg (81.45 KiB) געזען געווארן 442 מאל

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 4:37 pm
דורך Spa 42
KLM האט אפגערופן אלע פלי רייזעס קיין מדנ"י ביז אקטאבער.
1920_a321neo.jpg
1920_a321neo.jpg (140.67 KiB) געזען געווארן 435 מאל

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 5:26 pm
דורך Spa 42
די טערקישע לופטליניע שטעלט אפ די פלי רייזעס היינט ביינאכט קיין איראן.

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 5:31 pm
דורך Spa 42
אמעריקע האט געשיקט נאך פליגער'ס, שיפן און טרופן צו מיטל מזרח אויס מורא פון די אטאקע פון איראן וואס קען פירן צו א מלחמה.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 5:33 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אמעריקע פלאנירט צו שיקן נאך קריגס שיפן צו די מיטל מזרח ראיאן.
02dc-fighters-ktlh-articleLarge.jpg
02dc-fighters-ktlh-articleLarge.jpg (41.94 KiB) געזען געווארן 425 מאל

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 6:35 pm
דורך Spa 42
מדנ"י אויסערן מיניסטער כ"ץ האט מעניש געווען די טערקישע אמבאסאדאר אין מדנ"י, נאך וואס ער האט אראפגענידערט צו האלב די טערקישע פאָן אויפן אמבאסאדע אין תל אביב, צו צייכן טרויער אויפן טויט פון הניה.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 5:56 pm
דורך ווינטעלע
מיט גרויס פרייד דאנקט מען אונזער גרויסע באשעפער אז ב"ה אלס איז דורך רואיג דא אין ארץ-ישראל דורך אויס שבת.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 6:04 pm
דורך ווינטעלע
מדינות ישראל האט אומגעברענגט 9 טעראריסטן אין טול כארם, פון די לופטן.

און 3 חיזבאלא טעראריסטן אין לבנון.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 6:04 pm
דורך ווינטעלע
ווינטעלע האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 6:04 pm מדינות ישראל האט אומגעברענגט 9 טעראריסטן אין טול כארם, פון די לופטן.
IMG_20240804_005739_312.jpg
IMG_20240804_005739_312.jpg (338.79 KiB) געזען געווארן 361 מאל

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 6:11 pm
דורך ווינטעלע
א באראדזש פון 30 ראקעטן האט יעצט געפלויגן אויף קרית שמונה פון חיזבאלא.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 8:54 pm
דורך ווינטעלע
IMG_20240804_035327_766.jpg
IMG_20240804_035327_766.jpg (181.25 KiB) געזען געווארן 350 מאל
די ווארטזאגער פון כאמאס אבו אביידה איז טויט.
Fox news

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 8:57 pm
דורך ווינטעלע
IMG_20240804_035528_506.jpg
IMG_20240804_035528_506.jpg (173.02 KiB) געזען געווארן 350 מאל
די מוסד פרעגט אויב איינער האט לעצטנס געזעהן אבו אביידע...

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 8:58 pm
דורך ווינטעלע
א רוסישע טראנספארט פליגער האט געלאנדעט אין טעהראן.

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 9:54 pm
דורך מיילעך פריילעך
צה"ל אטאקירט ווייטער יעצט אין דרום לבנון!

Re: אנגעצויגענער מצב אין צפון ארץ ישראל צווישן מדינת ישראל און כיזבאלא

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 9:54 pm
דורך מיילעך פריילעך
ווינטעלע האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 6:11 pm א באראדזש פון 30 ראקעטן האט יעצט געפלויגן אויף קרית שמונה פון חיזבאלא.
איבער 50 ראקעטן יעצט אין קרית שמונה געגנט!

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מוצש"ק אוגוסט 03, 2024 9:55 pm
דורך מיילעך פריילעך
איראן האט ארעסטירט צענדליגע באאמטע, אריינגערעכנט הויכראנגיגע שפיאנאזש אפיצירן, פארדעכטיגט אויפ'ן זיין פארמישט אין די עלימינאציע אקציע פון איסמאעל האניא.

מער ווי 20 זענען ארעסטירט געווארן געהיימערהייט, אריינגערעכנט ארבעטערס אין די גאסט הויז וואו די אטאקע האט פאסירט.