בלאט 39 פון 41

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 6:08 pm
דורך הדסים
יעקל דער געשמאקער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:54 am ב"ה ס'איז צושטערט געווארן יום אידם!!!
לאור זה האט מען באשלאסן אין סאטמאר נישט צו זאגן תחנון ה' אייר

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג מאי 02, 2025 7:49 am
דורך מאירוואלף
רוסלאנד שלאגט פאר פאר די טאליבאן רעגירונג אין אפגאניסטאן הילף אין איר "קאמף קעגן טעראר...".

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג מאי 02, 2025 8:13 am
דורך מאירוואלף
אמממ

נאסא זאגט אז כינע'ס דריי גארגעס דאמבע האט גערוקט און פארשטייטערט די ערד'ס ראטאציע מיט 2 צענטימעטער, און האט פארלענגערט די טעג מיט 0.06 מיקרא-סעקונדעס, צוליב א מאסיווער redistribution פון וואסער.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג מאי 02, 2025 11:40 am
דורך מאירוואלף
אויסטראליע האט אויפגעוויקלט די וועלטס גרעסטע שיף וואס ווערט געטריבן דורך באטעריען.

די באטעריען אויפן שיף וועגן העכער 250 טאן. די שיף קען טראגן ביז 2,100 פאסאזשירן.

די שיף טראגט די נאמען פון א געוויסע אקטיאר, כינע זארילע.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג מאי 02, 2025 11:59 am
דורך אנדערער
מאירוואלף האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 8:13 am אמממ

נאסא זאגט אז כינע'ס דריי גארגעס דאמבע האט גערוקט און פארשטייטערט די ערד'ס ראטאציע מיט 2 צענטימעטער, און האט פארלענגערט די טעג מיט 0.06 מיקרא-סעקונדעס, צוליב א מאסיווער redistribution פון וואסער.
די טעג גייען יעצט נעמען לענגער? איך האב אסאך זאכן צו ערלעדיגן

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג מאי 02, 2025 12:23 pm
דורך מאירוואלף
עפל האט געבעטן אייפאון באנוצער צו אפדעיטן זייערע טעלעפאנען צוליב א גרויסע סייבער אטאקע. די אפדעיט טוט פארעכטן זיכערהייט לעכער וואס ערמעגליכן די העקערס צו באקומען צוטריט צו פערזענליכע אינפארמאציע, מייקראפאונס און קאמעראס. עפל ווארנט צו אינסטאלירן די אפדעיט ווי אמשנעלסטן.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג מאי 02, 2025 1:11 pm
דורך פעינטיג
מאירוואלף האט געשריבן: פרייטאג מאי 02, 2025 12:23 pm עפל האט געבעטן אייפאון באנוצער צו אפדעיטן זייערע טעלעפאנען צוליב א גרויסע סייבער אטאקע. די אפדעיט טוט פארעכטן זיכערהייט לעכער וואס ערמעגליכן די העקערס צו באקומען צוטריט צו פערזענליכע אינפארמאציע, מייקראפאונס און קאמעראס. עפל ווארנט צו אינסטאלירן די אפדעיט ווי אמשנעלסטן.
דאס איז שוין מיט די פארזיכערטע עפל דעווייס. שיין זעמיר אויס.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג מאי 04, 2025 9:27 am
דורך מאירוואלף
דער פרעזידענט פון די מאלדיווען, מוכאמעד מואיזו, האט געבראכן א רעקארד פאר דער לענגסטער פרעסע-קאנפערענץ, רעדנדיג כמעט 15 שעה (14 שעה און 54 מינוט) ביי די וועלט פרעסע-פרייהייט טאג, איבערשטייגענדיג דעם אוקריינער פרעזידענט וואלאדמיר זעלענסקי'ס 14-שעה רעקארד און דעם בעלארוסישן פירער אלעקסאנדער לוקאשענקאו'ס 7-שעה רעקארד.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג מאי 05, 2025 6:01 am
דורך מאירוואלף
א טוריסטן-שיפל אומגליק אין כינע'ס גויזשאו פראווינץ האט געהרג'ט 10 מענטשן און פארוואונדעט איבער 70 נאכדעם וואס שטארקע ווינטן האבן איבערגעקערט פיר שיפן, אריינווארפענדיג 84 מענטשן אין דעם טשיאנקסי טייך בשעת די מאי האלידעי פארנומענע טוריסטן סעזאן אין לאנד.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג מאי 05, 2025 6:06 am
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:49 am מייקראסאפט האט געמאלדן אז מאי 5 איז די לעצטע טאג אין דאס לעבן פון די סקייפ אפליקאציע.
מייקראסאפט שליסט היינט אפ סקייפ, און רוקט אריבער אלע באנוצער אקאונטס און טשעט היסטאריע צו מייקראסאפט טיעמס. די דאטא וועט זיין אוועילעבל ביז יאנואר 2026 און וועט קענען עקספארטירט ווערן.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג מאי 05, 2025 6:29 am
דורך מאירוואלף
טאויאוטא איז אין הייס וואסער נאכדעם וואס עס איז אריינגעגעבן געווארן א קלעס עקשאן קלאגע קעגן איר פארן פארקויפן דרייווער דאטא, אריינגערעכנט לאקאציע און שנעלקייט, צו א סנעפשאט פראגראם אנע צושטימונג פון אירע קונדן. א פלארידע מאן האט אנטדעקט אז זיין דאטא איז מיטגעטיילט געווארן אן זיין וויסן, וואס האט ארויסגעברענגט זארגן איבער די דרייווערס פריוואטקייט.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג מאי 05, 2025 7:10 am
דורך מאירוואלף
א 5.2 ערדציטערניש האט יעצט באטראפן טייפיי, טייוואן.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג מאי 05, 2025 7:12 am
דורך מאירוואלף
א 4.2 ערדציטערניש האט באטראפן האולין סיטי אין פאקיסטאן.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג מאי 05, 2025 9:52 am
דורך מאירוואלף
לאנדאן האט געפייערט דעם 'זיג אין אייראפע' טאג מיט א מיליטערישער פאראדע מיט בריטישע טרופן און אוקריינער זעלנער וואס מארשירן אין סאלידאריטעט. די פאראדע איז געגאנגען פון פארלאמענט ביז באקינגהאם פאלאץ, וואו די קעניגליכע פאמיליע, אריינגערעכנט קעניג טשארלס און דער פרינץ און פרינצעסין פון וויילז, האבן צוגעקוקט פון באלקאן, ווי אויך דער פרעמיער מיניסטער און רעגירונגס באאמטע.

VE וויקטארי דעי, אדער וויקטארי אין אייראפע דעי, צייכנט אפ דעם סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה אין אייראפע דעם 8טן מאי 1945, ווען דייטשלאנד האט זיך אונטערגעגעבן צו די אליאירטע כוחות.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 10:28 am
דורך מאירוואלף
פרידריך מערץ איז ערוויילט געווארן אלס קאנצלער פון דייטשלאנד ביים צווייטן פארזוך.

ער האט באקומען 325 פארלאמענטארישע שטימען, איבערשטייגענדיג די 316 וואס זענען געווען נויטיג פאר א מערהייט.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 10:33 am
דורך מאירוואלף
פוילן באשולדיגט רוסלאנד אין זיך פרובירן אריינצומישן אין אירע פרעזידענטליכע וואלן דורך פרעצעדענטלאזע סייבער אטאקעס וואס צילן קריטישע אינפראסטרוקטור און רעגירונג אינסטיטוציעס.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 6:41 am
דורך מאירוואלף
כינע'ס פרעזידענט דזשי דזשינפינג האט זיך ארויסגעלאזט אויף אן אפיציעלן באזוך קיין מאסקווע.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 7:29 am
דורך מאירוואלף
דער נייער דײטשער קאונצלער מערץ האט זיך היינט געטראפן מיטן פראנצויזישן פרעזידענט מאקרון אין פאריז פאר וויכטיגע געשפרעכן איבער די באציאונגן צווישן די צוויי לענדער.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 1:07 pm
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: מיטוואך מאי 07, 2025 6:41 am כינע'ס פרעזידענט דזשי דזשינפינג האט זיך ארויסגעלאזט אויף אן אפיציעלן באזוך קיין מאסקווע.
געלאנדעט.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 08, 2025 1:55 pm
דורך שינאווער
Victory day of world war 2.PNG
Victory day of world war 2.PNG (1.02 MiB) געזען געווארן 501 מאל

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך מאי 14, 2025 12:18 pm
דורך מאירוואלף
וויסנשאפטלער אין דרום קארעע האבן אנטוויקלט מעדיצין פאר רעטינאלע רעגענעראציע, וואס קען מעגליך צוריקשטעלן די זעהקראפט. עס בלאקירט א פראטעין וואס שטערט נערוו רעגענעראציע, מיט די אפעקט וואס האלט אן פאר איבער זעקס חדשים. מענטשליכע שטודיעס הייבן זיך אן אין 2028.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג מאי 18, 2025 7:04 am
דורך מאירוואלף
לכל הפחות צוואנציג מענטשן זענען אומגעקומען צוליב טארנעדאס וואס האבן באטראפן דעם אמעריקאנעם מידוועסט ראיאן. זוכעריי און רעטונג אפעראציעס גייען אן אין די באטראפענע געגנטן. סי-ען-ען באריכטעט אז איבער 500 רעטונגס פערסאנעל זענען אויסגעשפרייט געווארן אין סעינט לואיס, מיזורי אליין. א טארנעדא האט פארניכטעט לאורעל קאונטי, קענטאקי, שפעט פרייטאג. אזוי אויך, האט א שטורעם אין סעינט לואיס זיך פארשטערקערט צו א טארנאדא ביינאכט, וואס האט געברענגט באדייטנדע סטרוקטורעלע שאדן, אריינגערעכנט דאך-איינפאלן, אויסגעווארצלטע ביימער, און פארניכטונג פון עלעקטרישע דראטן. די שווערע וועטער האט רעזולטירט אין איבער 700,000 היימען און געשעפטן וואס האבן געליטן א קורצשלוס אין צען שטאטן . סעינט לואיס באאמטע שאצן אז בערך 5,000 געביידעס האבן געליטן שאדן פון דעם טארנעדא.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג מאי 19, 2025 8:47 pm
דורך never say never
היינט געפאלט פונקט א יאר נאך די העליקאפטער קראך אין איראן וואו די איראנער פרעזידענט ראיסי איז געהארגעט געווארן.

לעצטע בילד פאר די קראך.
IMG_6048.jpeg
IMG_6048.jpeg (81.43 KiB) געזען געווארן 232 מאל

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 9:53 am
דורך מאירוואלף
כינע האט פארשפראכן צו מנדב זיין די סומע פון 500 מיליאן דאלאר צו די אלוועלטליכע געזונטהייט ארגאניזאציע (WHO), א שריט וואס וועט אוועקשטעלן כינע צו ווערן די מאכטפולסטע לאנד אין די ארגאניזאציע.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך מאי 21, 2025 11:42 am
דורך מאירוואלף
ביטקאון האט געבראכן א רעקארד און דערגרייכט צו א ווערט פון 109,565,91 דאלער.