ל"ג בעומר אין קרית יואל
-
תפארת שבתפארת
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 73
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 11:46 am
- x 136
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
מיינע קרישקעס:
הערליך שיין געווען
ס'האט אויסגעקוקט ווי א גרעסער עולם ווי פאריאר, ספעציעל די ריקודין האבן זיך ארויסגעצויען אין פארנט פון ביהמ"ד מער ווי די פריערדיגע יארן, און די קינדער פארענטשע איז געווען אינגאנצן ארויפגעריקט צו די עק
מוזיק: איך מיין מ'קען ממעט זיין פון אזויפיהל 'סאבוואופער'ס אסאך פלעצער איז מען געווארן אינגאנצן ווייברעזירט, געהערט פון די פרויען אויכעט זיך אפרעדן
ביי די עסן איז געווען סאך מער און בעסער ווי פאריאר, (אנפאנג האט 'איין' גוי געטיילט קוגל און 12 גוים האבן געקוקט ..די ליין איז געווארן לענגער און לענגער, ביז פיינעלי איינער האט זיי אויפגעמערקט אז נאך גוים קענען טיילן, און ס'האט זיך סטאביליזירט
טרעפיק: א כאאס פאר נאו ריעסאן
זיי האבן זיך נישט געהאלטן צו גארנישט פון די מאפע, מירון האבן זיי אינגאנצען אפעשפארט, (ס'האט עדארפט צו זיין א וואן וועי)
בעיקעירטאון פון זופניק ארויס צו 105 טאטאל אפגעשפארט , נאר אפען פאר באסע'ס , סאיז געווען טאטאל ליידיג דארט , יעדעם האט מען געשיקט ארויס צו עיקערס און לאנגע ליניעס האבן זיך געשלענגעלט

אוי דעי זלאטשובער ניגון ווען דער עולם האט געזינגען האט געשניטן לעבעדיגע שטיקער.עומד על תלת האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 2:53 pm איך בין געשטאנען אויף עטליכע פלעצער עס איז געווען זייער קלאר!!!
די רינגען פארנט פון ביהמ"ד איז געווען זייער געלונגען די יאר!
אויך זייער זיס אסאך עלטערן מיט קינדער!
די ליטפישע פון וועם איך רעד זענען געווען אסאך בעסער די יאר,
אויך די פידל ביי די ניגון פין זלאטשוב, איז געווען אויסטערליש שיין מען וואלט געדארפט לאזן די ציבור זינגען מער.
ווער נישט צובראכן פון א צובראכענע מענטש!
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
א גוט יום טוב.
נעכטן נאכט נאכ'ן לייגן שלאפן די קינדער, אויסגעמוטשעט פונעם הדלקה, האב איך זיך געזעצט שרייבן מיינע אבזערוואציעס, צו מיטטיילן מיט מיינע אידטישע ברידער. אבער באשערט איז געווען כ'זאל גיין שלאפן, און אינמיטן שרייבן האצעך אלעס פארמעקט. איז לאמיר אנהייבן פונדאסניי - ממש עניינא דיומא, זיך נעמען אין די הענט אריין פון פריש.
סא אזויווי פאריאר, האב איך נישט קיין סאך מיטגעהאלטן פאר ל"ג בעומר, היי יאר האב איך שוין ניטאמאל געהאט תהלים איד זיך צו טענה'ן... אביסל האב איך אנגעהויבן שלום מאכן מיט'ן מצב אז ס'נישט קיין היי יאריגע אדער פאריעריגע צופאל, נאר פופציגער טייערער, ביסט אריבער די סטעידזש וואס דו קענסט זיין ביזי מיט יעדע לאקאלע געשעעניש... לייף איז סיריעס, ס'דא ארבעט צו טון, פרנסה צו ברענגען, א פאמיליע צו שפייזן, ב"ה פאר דעם.
מאנטאג איז ביי מיר א פארנומענע טאג אין די ארבעט, בין איך הערשט אנגעקומען קיין קרית יואל ארום 7:30, ווען דער ציבור האט שוין געשטראמט צו די באסעס.
היי יאר איז גאנץ משפחת פופציגער, אנש נש וטף, געגאנגען צום הדלקה. די פרויען דעפארטמענט איז געגאנגען צופוס - זייענדיג נאך אונטער טראומא פון דעם געמיינעם באס-ערפארונג צוויי יאר צוריק... און איך מיט מיין אינגעלע זענען געגאנגען מיט'ן באס.
אויפ'ן וועג צו די הדלקה בינעך אודאי געווען ביזי מיט מיין אינגעלע אפציילן וויפיל פאליציי קארס מ'זעט, און בין גברא לגברא האב איך געטראפן דעם מינוט צו מאכן א סאמערי אין מיין קאפ איבער די פארגעזאגטע ערווארטונגען פאר היי יאר.
מאנכע טענה'ן אז היות מירון איז פארמאכט וועט זיין היי יאר אסאך א גרעסערע עולם אין קרית יואל, אנדערע מאנכע טענה'ן אבער אז צוליב דעם הכנסת ספר תורה ביי אונזערע סאטמארע ברידער אין וויליאמסבורג, וועט זיין היי יאר מער שיטער.
גראדע האב איך געזאגט פאר א בחור'ל וואס איז געווען פארנומען מיט קאפ-צאל חשבונות צי רבי מיילעך בידערמאן האט געהאט מער מענטשן ווי אין קרית יואל, בחור'ל טייערער, הכל מודים אז פאר 10 יאר האמיר זיכער געהאט די גרעסטע הדלקה אין די וועלט... האט אונז עס עפעס געברענגט? האבן מיר עס געקענט איינקעשן? גארנישט. נאדא. נו לאז, זאל ר' מיילעך האבן מער...
זעמיר אנגעקומען אויף גארפיעלד צו הערן די לעצטע פאר ווערטער פון די דברות קודש פון רבי'ן. געכאפט די ברכות און געשריגן אמן לויפנדיג מיט מיין אינגעלע צום טענט נעמען א סטיקער מיט זיין נאמען "טאטי, כ'ווייס וואס דעי סטיקער איז!" איז ער פרייליך ביז'ן הימל "אויב א אינגל פארלירט זיך קען מען ליינען אויף די סטיקער וויאזוי ער הייסט און זיין טאטע'ס טעלעפאן נומבער!".
שטעלט זיך ארויס אז דער לעגענדארער רבי פליישמאן (ווי די קינדער רופן אים בקיצור: רעפליישמאן) האט זיי גוט צוגעגרייט אין לאנטש רום... אזוי אז מיין אינגל האט מיר געוואוסט יעדע זאך צו זאגן, און ער האט מיר אפילו בארואיגט אויפ'ן וועג אז איך דארף נישט מורא האבן פון די פאליס "זיי זענען געקומען צו וואטשן ס'זאל נישט ווערן צופאנטשט מיט קארס" איז ער מבטיח.
"זעסט יענע ווייסע בארג?" איז מיין אינגעלע ממשיך זיין לעקציע "דארט גייט באלד זיין א מעכטיגע פייער!" יעפ, ווי גוט דו זאגסט...
געזעצט מיין צדיק'ל אויף די פארענטשעס גאנץ רעכטס פונעם שטח ההדלקה, און אריינגעראולט צווישן די מאסן. צו מיין באדויער בין איך אנגעקומען צו שפעט, כ'האב שוין נישט געקענט ארומגיין טרעפן מיינע הדלקה-פרענדס, האב איך גלייך גענומען א פלאץ און אריינגעדייווט אינעם "מדת הרחמים" געזאנג - דער הויכפונקט פונעם מעמד, אין מיינע אויגן.
טויזנטער אידן שטייען מיט פארמאכטע אויגן און זינגען מיט... אוי איז דאס הארציג...
אנקומענדיג האב איך געזען דעם ערשטן "פיר פינגער קאל"... אינמיטן דעם שטח זע איך היסטערישע פיר-פינגער סיגנאלן. איך האב נישט געקענט אויפכאפן וואו דער עקשועל סענזאציע איז, כהאב געזען צו א גרויסע שטח מיט פינגערס, אבער כגלייב די הצלה לייט האבן עס יא געפיגערט.
די קארני בחורים וואס האבן יעדע פאר מינוט אויפגעהויבן הענט צו "פרענקן" דעם ציבור, זאלן קומען צו מיין אפיס נאך ענגליש נעמען א ציפ, און אה, פאר איך פארגעס, לאמיך אייך, טייערע בחורים, געבן א וויכטיגע טיפ: אויפהייבן די הוט צו ווייזן פאר דיין חבר וואו די "קרו" איז, איז נישט קיין גוטע עצה. ווייסט פארוואס? ווייל קוק זיך ארום... יעדע צען פוס שטייען בחורים מיט הוטן אין די הייעך... סא דיין חבר ווייסט נישט וועלכע הוט איז דיינס. לייג אראפ.
נעבן מיר זענען געשטאנען אפאר ליטווישע חברה, גראדע מיט'ן גאנצן ערנסטקייט, און מיטגעזינגען. זייערע שמועסן זענען געווען גאר זיס... זיי האבן פרובירט אריינלערנען פשט פארוואס מ'זינגט קה אכסוף, און געטרייט צו פיגערן צי דער בחור'ל אויפ'ן דאך איז א באהאלטענע סנייפער,
דער אינגערמאן נעבן מיר האט גראדע געטראפן א זיסע וועג ארום מיט די ליטווישע זיי צו הייסן אוועקלייגן די סמארטפאון... כ'זע ווי ער קוקט אזוי מיט א זייטיגע אויג ווי דער יעניגער כאפט א ווידיאו, און ווען יענער ענדיגט, געבט ער אים א קלאפ און בעט ער זאל נישט ארויסנעמען דעם סמארטפאון. זייער שיין פון אים אז ער האט קודם געלאזט ענדיגן...
די זינגען איז געווען אויסטערליש שיין. קודאס עמרם און די קאפעליע. דאס לאזן דעם ציבור זינגען הארט פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז א גוטע איידיע, נעקסטיים זאל מען געבן מער צייט פאר'ן ציבור.
דער רבי איז געווען שטארק אין די כלים ב"ה. אשרינו.
ביי די רינגען קען מען אויפכאפן אסאך אייגנארטיגע אבזערוואציעס... דער אינגערמאן וואס איז אומבאשלאסן צי ער זאל מאכן א קאדאטשקע, ער געבט א פיצי טאנץ און א לויף צוריק צו זיין פלאץ אינעם רינג... דער צווייטער אינגערמאן באשליסט אז ווארפן די הוט גייט מאכן די זאך, און יעדע פאר מינוט געבט ער א ווארף זיין הוט אפאר אינטשעס, כאפט עס, און לויפט צוריק אינעם רינג... אזוי יעדער מיט זיין ספייס מאכט א ל"ג בעומר מצב...
אינמיטן האט זיך די מוזיק אויסגעלאשן האב איך געהערט איינעם נעבן מיר עקטן ווי דער יעניגער ואס זינט מלוה מלכה זמירות שנעל, און כיפערט אפ "צוה צוה צוה צוה צוה ישועות יעקב"... ער האט אזוי שנעל געענדיגט אפזינגען דעם אמר רבי עקיבא שטיל פאר זיך...
וואט עלס? נאטינג מעידזשאר. געווען ב"ה א סמעשינג סוקסעס פון אלע זייטן.
אה, @לעכטיג האב איך נישט געטראפן היי יאר.

נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
אוי דו ביסט דעלישעס!פופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 4:37 pm א גוט יום טוב.

זייער שטארק @נקודות טובות, ס'פריידט מיר אז ברגע האמת גלייבסטו יא אין נשמה'דיגע התקשרות ודכוותי'...
זייער שיין @פופציגער אבי האסט דיך איבערגעבעטן מיט די ליטווישע, כ'ציטער וואס מסתמא וואלט געזאגט איבער אויבערלענדער און אונטערלענדער..

אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
- נקודות טובות
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 2306
- זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
- x 7681
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
מקטני אמנה. מאמין ואינו מאמין.... ואין להאריך. אפשר יא להאריך? דא זיכער נישט. גוט אבער אז דו האסט עס אויפגעכאפט, און אינטערעסאנט אז @צווייטער האט עס נישט אנגעמערקט...
וואס האט מסתמא מיט די ליטוואקעס? דאס גופא אז דו ברענגסט אים אריין אין שמועס דא, וואלט געטריגערט א נוקלעארע אטאקע מצידו. אז דו קענסט מישן אויבערלענדער אונטערלענדער מיט ליטא, וואלט דיר @מסתמא פארווארפן פון ביידע עולמות...
פיגער עס אויס!
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
דא סהאב איך געמיינט צו זאגן מיט מיין ''שיין!'' תגובה. נאר כ'האב מיר געיאגט האב איך נישט אויסגעפירט.נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 5:55 pmמקטני אמנה. מאמין ואינו מאמין.... ואין להאריך. אפשר יא להאריך? דא זיכער נישט. גוט אבער אז דו האסט עס אויפגעכאפט, און אינטערעסאנט אז @צווייטער האט עס נישט אנגעמערקט...
איך האב געוואלט שרייבן, אז איך וואלט געוואלט זיצן איין באנק אונטער דיר אין ביהמ''ד און זיך אונטערהערן דיינע שמועסן, איך וואלט שטארק הנאה געהאט פון דיר, אבער אויב וואלט איך זיך אריינגעמישט אינעם שמועס וואלט איר שוין אויך געטוישט זייטן...
איך האב מיין מיינונג, ביי מיר איז עס קלאר און איך דארף נישט זיכער מאכן אז יעדער האלט אזוי. איך בין נישט דער רבש''ע.
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
געהערט פון ר' יושע און ר' שלום אז ווען מען האט געבטן מהר''א צו מאכן האט ער עס אפגעזאגט, ער וויל נישו בחם אופן זיין טאטע האט נישט געמאכט די רבי ז''ל האט נישט געמאכט
שפעטער איז מען זיי געקומען זאגן די רב רופט זיי
האט די רבי זיי געזאגט איך האב פריער גערופן דעם טאטען (דעמאלטס פלעגט ער נאך רופן די ברך משה טעגליך)
האב איך דערצחילט אז אינגעלייט האבן געבעטן זיי ווילן מאכן אן הדלקה און איך האב זיי אפגעזאגט אז עס איז נישט געווען אין חוץ לארץ.
האט די טאטע געפרעגט פארוואס טאקע האסטו זיי אפגעזאגט עס איז דען א ברכה לבטלה וואס דו האסט מורא. ס''ה א ווארעמע חסידדישע זאך, זאלסט עס יא מאכן.
-
מחפש שלווה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 241
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
- Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
- x 892
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
קרעדיט; פיני גליק, האלבע ווערטער, מאמענט.משה רבינו האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 6:50 pmגעהערט פון ר' יושע און ר' שלום אז ווען מען האט געבטן מהר''א צו מאכן האט ער עס אפגעזאגט, ער וויל נישו בחם אופן זיין טאטע האט נישט געמאכט די רבי ז''ל האט נישט געמאכט
שפעטער איז מען זיי געקומען זאגן די רב רופט זיי
האט די רבי זיי געזאגט איך האב פריער גערופן דעם טאטען (דעמאלטס פלעגט ער נאך רופן די ברך משה טעגליך)
האב איך דערצחילט אז אינגעלייט האבן געבעטן זיי ווילן מאכן אן הדלקה און איך האב זיי אפגעזאגט אז עס איז נישט געווען אין חוץ לארץ.
האט די טאטע געפרעגט פארוואס טאקע האסטו זיי אפגעזאגט עס איז דען א ברכה לבטלה וואס דו האסט מורא. ס''ה א ווארעמע חסידדישע זאך, זאלסט עס יא מאכן.
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
-
מחפש שלווה
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 241
- זיך איינגעשריבן: מוצש"ק אקטאבער 18, 2025 7:47 pm
- Location: ארצינו הקדושה בעיר הקדוש י''ם
- x 892
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
אגב יעצט געזעהן די ווידאס פון ק''י עס איז מוראדיג ווארעם כנ''ל שענער ווי עני אנדערע הדלקה אחוץ מירון קודס פאר די מיזוק פ
ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
פארשטיי איך נישט וואס דו ווילסט מיט פיני גליק. אבער סאיז ידוע לכל,מחפש שלווה האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 6:53 pmנישט אלעס וואס מען גלייבט דארף מען זאגן.משה רבינו האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 6:50 pmגעהערט פון ר' יושע און ר' שלום אז ווען מען האט געבטן מהר''א צו מאכן האט ער עס אפגעזאגט, ער וויל נישו בחם אופן זיין טאטע האט נישט געמאכט די רבי ז''ל האט נישט געמאכט
שפעטער איז מען זיי געקומען זאגן די רב רופט זיי
האט די רבי זיי געזאגט איך האב פריער גערופן דעם טאטען (דעמאלטס פלעגט ער נאך רופן די ברך משה טעגליך)
האב איך דערצחילט אז אינגעלייט האבן געבעטן זיי ווילן מאכן אן הדלקה און איך האב זיי אפגעזאגט אז עס איז נישט געווען אין חוץ לארץ.
האט די טאטע געפרעגט פארוואס טאקע האסטו זיי אפגעזאגט עס איז דען א ברכה לבטלה וואס דו האסט מורא. ס''ה א ווארעמע חסידדישע זאך, זאלסט עס יא מאכן.
נישט אלעס וואס מען זאגט דארף מען שרייבן.
נישט אלעס וואס מען שרייבט דארף מען ליינען.
און נישט אלעס וואס מען ליינט דארף מען גלייבן.
קרעדיט; פיני גליק, האלבע ווערטער, מאמענט.
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
אז די ביזט אהיימגעקומען שפעט האפעך אז סקומט א גוטע קאווערפופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 4:37 pm א גוט יום טוב.
נעכטן נאכט נאכ'ן לייגן שלאפן די קינדער, אויסגעמוטשעט פונעם הדלקה, האב איך זיך געזעצט שרייבן מיינע אבזערוואציעס, צו מיטטיילן מיט מיינע אידטישע ברידער. אבער באשערט איז געווען כ'זאל גיין שלאפן, און אינמיטן שרייבן האצעך אלעס פארמעקט. איז לאמיר אנהייבן פונדאסניי - ממש עניינא דיומא, זיך נעמען אין די הענט אריין פון פריש.
סא אזויווי פאריאר, האב איך נישט קיין סאך מיטגעהאלטן פאר ל"ג בעומר, היי יאר האב איך שוין ניטאמאל געהאט תהלים איד זיך צו טענה'ן... אביסל האב איך אנגעהויבן שלום מאכן מיט'ן מצב אז ס'נישט קיין היי יאריגע אדער פאריעריגע צופאל, נאר פופציגער טייערער, ביסט אריבער די סטעידזש וואס דו קענסט זיין ביזי מיט יעדע לאקאלע געשעעניש... לייף איז סיריעס, ס'דא ארבעט צו טון, פרנסה צו ברענגען, א פאמיליע צו שפייזן, ב"ה פאר דעם.
מאנטאג איז ביי מיר א פארנומענע טאג אין די ארבעט, בין איך הערשט אנגעקומען קיין קרית יואל ארום 7:30, ווען דער ציבור האט שוין געשטראמט צו די באסעס.
היי יאר איז גאנץ משפחת פופציגער, אנש נש וטף, געגאנגען צום הדלקה. די פרויען דעפארטמענט איז געגאנגען צופוס - זייענדיג נאך אונטער טראומא פון דעם געמיינעם באס-ערפארונג צוויי יאר צוריק... און איך מיט מיין אינגעלע זענען געגאנגען מיט'ן באס.
אויפ'ן וועג צו די הדלקה בינעך אודאי געווען ביזי מיט מיין אינגעלע אפציילן וויפיל פאליציי קארס מ'זעט, און בין גברא לגברא האב איך געטראפן דעם מינוט צו מאכן א סאמערי אין מיין קאפ איבער די פארגעזאגטע ערווארטונגען פאר היי יאר.
מאנכע טענה'ן אז היות מירון איז פארמאכט וועט זיין היי יאר אסאך א גרעסערע עולם אין קרית יואל, אנדערע מאנכע טענה'ן אבער אז צוליב דעם הכנסת ספר תורה ביי אונזערע סאטמארע ברידער אין וויליאמסבורג, וועט זיין היי יאר מער שיטער.
גראדע האב איך געזאגט פאר א בחור'ל וואס איז געווען פארנומען מיט קאפ-צאל חשבונות צי רבי מיילעך בידערמאן האט געהאט מער מענטשן ווי אין קרית יואל, בחור'ל טייערער, הכל מודים אז פאר 10 יאר האמיר זיכער געהאט די גרעסטע הדלקה אין די וועלט... האט אונז עס עפעס געברענגט? האבן מיר עס געקענט איינקעשן? גארנישט. נאדא. נו לאז, זאל ר' מיילעך האבן מער...
זעמיר אנגעקומען אויף גארפיעלד צו הערן די לעצטע פאר ווערטער פון די דברות קודש פון רבי'ן. געכאפט די ברכות און געשריגן אמן לויפנדיג מיט מיין אינגעלע צום טענט נעמען א סטיקער מיט זיין נאמען "טאטי, כ'ווייס וואס דעי סטיקער איז!" איז ער פרייליך ביז'ן הימל "אויב א אינגל פארלירט זיך קען מען ליינען אויף די סטיקער וויאזוי ער הייסט און זיין טאטע'ס טעלעפאן נומבער!".
שטעלט זיך ארויס אז דער לעגענדארער רבי פליישמאן (ווי די קינדער רופן אים בקיצור: רעפליישמאן) האט זיי גוט צוגעגרייט אין לאנטש רום... אזוי אז מיין אינגל האט מיר געוואוסט יעדע זאך צו זאגן, און ער האט מיר אפילו בארואיגט אויפ'ן וועג אז איך דארף נישט מורא האבן פון די פאליס "זיי זענען געקומען צו וואטשן ס'זאל נישט ווערן צופאנטשט מיט קארס" איז ער מבטיח.
"זעסט יענע ווייסע בארג?" איז מיין אינגעלע ממשיך זיין לעקציע "דארט גייט באלד זיין א מעכטיגע פייער!" יעפ, ווי גוט דו זאגסט...
געזעצט מיין צדיק'ל אויף די פארענטשעס גאנץ רעכטס פונעם שטח ההדלקה, און אריינגעראולט צווישן די מאסן. צו מיין באדויער בין איך אנגעקומען צו שפעט, כ'האב שוין נישט געקענט ארומגיין טרעפן מיינע הדלקה-פרענדס, האב איך גלייך גענומען א פלאץ און אריינגעדייווט אינעם "מדת הרחמים" געזאנג - דער הויכפונקט פונעם מעמד, אין מיינע אויגן.
טויזנטער אידן שטייען מיט פארמאכטע אויגן און זינגען מיט... אוי איז דאס הארציג...
אנקומענדיג האב איך געזען דעם ערשטן "פיר פינגער קאל"... אינמיטן דעם שטח זע איך היסטערישע פיר-פינגער סיגנאלן. איך האב נישט געקענט אויפכאפן וואו דער עקשועל סענזאציע איז, כהאב געזען צו א גרויסע שטח מיט פינגערס, אבער כגלייב די הצלה לייט האבן עס יא געפיגערט.
די קארני בחורים וואס האבן יעדע פאר מינוט אויפגעהויבן הענט צו "פרענקן" דעם ציבור, זאלן קומען צו מיין אפיס נאך ענגליש נעמען א ציפ, און אה, פאר איך פארגעס, לאמיך אייך, טייערע בחורים, געבן א וויכטיגע טיפ: אויפהייבן די הוט צו ווייזן פאר דיין חבר וואו די "קרו" איז, איז נישט קיין גוטע עצה. ווייסט פארוואס? ווייל קוק זיך ארום... יעדע צען פוס שטייען בחורים מיט הוטן אין די הייעך... סא דיין חבר ווייסט נישט וועלכע הוט איז דיינס. לייג אראפ.
נעבן מיר זענען געשטאנען אפאר ליטווישע חברה, גראדע מיט'ן גאנצן ערנסטקייט, און מיטגעזינגען. זייערע שמועסן זענען געווען גאר זיס... זיי האבן פרובירט אריינלערנען פשט פארוואס מ'זינגט קה אכסוף, און געטרייט צו פיגערן צי דער בחור'ל אויפ'ן דאך איז א באהאלטענע סנייפער,
דער אינגערמאן נעבן מיר האט גראדע געטראפן א זיסע וועג ארום מיט די ליטווישע זיי צו הייסן אוועקלייגן די סמארטפאון... כ'זע ווי ער קוקט אזוי מיט א זייטיגע אויג ווי דער יעניגער כאפט א ווידיאו, און ווען יענער ענדיגט, געבט ער אים א קלאפ און בעט ער זאל נישט ארויסנעמען דעם סמארטפאון. זייער שיין פון אים אז ער האט קודם געלאזט ענדיגן...
די זינגען איז געווען אויסטערליש שיין. קודאס עמרם און די קאפעליע. דאס לאזן דעם ציבור זינגען הארט פאר'ן אנצינדן די הדלקה איז א גוטע איידיע, נעקסטיים זאל מען געבן מער צייט פאר'ן ציבור.
דער רבי איז געווען שטארק אין די כלים ב"ה. אשרינו.
ביי די רינגען קען מען אויפכאפן אסאך אייגנארטיגע אבזערוואציעס... דער אינגערמאן וואס איז אומבאשלאסן צי ער זאל מאכן א קאדאטשקע, ער געבט א פיצי טאנץ און א לויף צוריק צו זיין פלאץ אינעם רינג... דער צווייטער אינגערמאן באשליסט אז ווארפן די הוט גייט מאכן די זאך, און יעדע פאר מינוט געבט ער א ווארף זיין הוט אפאר אינטשעס, כאפט עס, און לויפט צוריק אינעם רינג... אזוי יעדער מיט זיין ספייס מאכט א ל"ג בעומר מצב...
אינמיטן האט זיך די מוזיק אויסגעלאשן האב איך געהערט איינעם נעבן מיר עקטן ווי דער יעניגער ואס זינט מלוה מלכה זמירות שנעל, און כיפערט אפ "צוה צוה צוה צוה צוה ישועות יעקב"... ער האט אזוי שנעל געענדיגט אפזינגען דעם אמר רבי עקיבא שטיל פאר זיך...
וואט עלס? נאטינג מעידזשאר. געווען ב"ה א סמעשינג סוקסעס פון אלע זייטן.
אה, @לעכטיג האב איך נישט געטראפן היי יאר.
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
אין היילענד מילס פארקויפט מען די זאכענעס?בני יואל האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 9:56 pmאז די ביזט אהיימגעקומען שפעט האפעך אז סקומט א גוטע קאווערפופציגער האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 4:37 pm א גוט יום טוב.

גד'ל
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 106
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
- Location: ניו יארק
- x 137
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
ווייס איך נישט וואו אלט דו ביסט אבער אין די אנהייב ס' יארן פלעגט מען ביי קהילת מהר"א זאגן אז מהר"א האט געזאגט אז דער טאטע האט געזאגט ער זאל עס מאכן כדאי צו אפהאלטן אידן פון פארן אויף א"ימשה רבינו האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 6:50 pmגעהערט פון ר' יושע און ר' שלום אז ווען מען האט געבטן מהר''א צו מאכן האט ער עס אפגעזאגט, ער וויל נישו בחם אופן זיין טאטע האט נישט געמאכט די רבי ז''ל האט נישט געמאכט
שפעטער איז מען זיי געקומען זאגן די רב רופט זיי
האט די רבי זיי געזאגט איך האב פריער גערופן דעם טאטען (דעמאלטס פלעגט ער נאך רופן די ברך משה טעגליך)
האב איך דערצחילט אז אינגעלייט האבן געבעטן זיי ווילן מאכן אן הדלקה און איך האב זיי אפגעזאגט אז עס איז נישט געווען אין חוץ לארץ.
האט די טאטע געפרעגט פארוואס טאקע האסטו זיי אפגעזאגט עס איז דען א ברכה לבטלה וואס דו האסט מורא. ס''ה א ווארעמע חסידדישע זאך, זאלסט עס יא מאכן.
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
הערליכע דראון בילדער פונעם הדלקה.
אויב די איינציגע אפציעס זענען "מיי וועי אדער די הייוועי",
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
נעם דעם הייוועי.
וועסט מיך נאך דאנקען.
קרעדיט: פיני גליק
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 5:55 pm אז דו קענסט מישן אויבערלענדער אונטערלענדער מיט ליטא, וואלט דיר @מסתמא פארווארפן פון ביידע עולמות...
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
זארג נישט, כ'בין נישט אזוי אומוויסנד.. כ'האב געוואלט אביסל דרייען א קאשע..
אז יענער איז עקסטרעם רעכט ווער נישט דעריבער עקסטרעם לינק.
מיינע באריכטן און ווידעאס זענען נישט קאפי פעיסט.
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
קיינמאלגד'ל האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 06, 2026 12:48 pmווייס איך נישט וואו אלט דו ביסט אבער אין די אנהייב ס' יארן פלעגט מען ביי קהילת מהר"א זאגן אז מהר"א האט געזאגט אז דער טאטע האט געזאגט ער זאל עס מאכן כדאי צו אפהאלטן אידן פון פארן אויף א"ימשה רבינו האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 6:50 pmגעהערט פון ר' יושע און ר' שלום אז ווען מען האט געבטן מהר''א צו מאכן האט ער עס אפגעזאגט, ער וויל נישו בחם אופן זיין טאטע האט נישט געמאכט די רבי ז''ל האט נישט געמאכט
שפעטער איז מען זיי געקומען זאגן די רב רופט זיי
האט די רבי זיי געזאגט איך האב פריער גערופן דעם טאטען (דעמאלטס פלעגט ער נאך רופן די ברך משה טעגליך)
האב איך דערצחילט אז אינגעלייט האבן געבעטן זיי ווילן מאכן אן הדלקה און איך האב זיי אפגעזאגט אז עס איז נישט געווען אין חוץ לארץ.
האט די טאטע געפרעגט פארוואס טאקע האסטו זיי אפגעזאגט עס איז דען א ברכה לבטלה וואס דו האסט מורא. ס''ה א ווארעמע חסידדישע זאך, זאלסט עס יא מאכן.
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
אזוינע שטותים וואס איך ליין צום ערשטן מאלגד'ל האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 06, 2026 12:48 pmווייס איך נישט וואו אלט דו ביסט אבער אין די אנהייב ס' יארן פלעגט מען ביי קהילת מהר"א זאגן אז מהר"א האט געזאגט אז דער טאטע האט געזאגט ער זאל עס מאכן כדאי צו אפהאלטן אידן פון פארן אויף א"ימשה רבינו האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 6:50 pmגעהערט פון ר' יושע און ר' שלום אז ווען מען האט געבטן מהר''א צו מאכן האט ער עס אפגעזאגט, ער וויל נישו בחם אופן זיין טאטע האט נישט געמאכט די רבי ז''ל האט נישט געמאכט
שפעטער איז מען זיי געקומען זאגן די רב רופט זיי
האט די רבי זיי געזאגט איך האב פריער גערופן דעם טאטען (דעמאלטס פלעגט ער נאך רופן די ברך משה טעגליך)
האב איך דערצחילט אז אינגעלייט האבן געבעטן זיי ווילן מאכן אן הדלקה און איך האב זיי אפגעזאגט אז עס איז נישט געווען אין חוץ לארץ.
האט די טאטע געפרעגט פארוואס טאקע האסטו זיי אפגעזאגט עס איז דען א ברכה לבטלה וואס דו האסט מורא. ס''ה א ווארעמע חסידדישע זאך, זאלסט עס יא מאכן.
איך געדענק די ערשטע הדלקה, און נאכמער, דעמאלטס האט מען געדרוקט די דב"ק פון רבין ל"ג בעומר, האט מען דארט אריינגעלייגט די ווערטער וואס די רבי ברך משה האט געזאגט בנוגע די הדלקה, בערך ווי @משה רבינו שרייבט דא אויבן, כ'דארף אויפזוכן אינדערהיים אויב כ'האב נאך ערגעץ אוועקגעלייגט די קונטרס
-
דאס איז דאס
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 22
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג דעצעמבער 12, 2025 11:02 am
- x 54
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
קידוש השם איום ונורא כלפי כל העולם כולו!
מי מילל ומי פילל די ווייט גרייכענדע השפעה וואס די סיין וואס די מסירת נפש עסקנים האבן אויפגעהאנגן ביי די גרויסע הדלקה אין קרית יואל!
מרת קענעדס אוענס וואס האט א גאר פאולערע אקאונט אויף עקס האט חסדי השם איבערגעשיקט
די מעסעזש וואס די "וואויס אף רעבייס" אקואנט האט ארויסגעלייגט איבער די סיין
דאס מיינט אז מיליאנע גוים וועלן זיין אויסגעשטעלט צו די דעת תורה הצרופה!
מען קען קיינמאל נישט וואוסן וואס מען קען אלץ אויפטוען!
וואו יעדע בר דעת פארשטייט איז די השפעה לטובה פון אזעלעכע מעסעזשעס גאר ווייט, לעולמי עד ולנצח נצחים!

- פיילס
-
- 1150960.jpg (55.49 KiB) געזען געווארן 705 מאל
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
ווער נישט עקסיידעט זי האט פיינט חרדים גארנישט ווייניגער ווי זי האט פיינט די מדינהדאס איז דאס האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 06, 2026 11:53 pm קידוש השם איום ונורא כלפי כל העולם כולו!
מי מילל ומי פילל די ווייט גרייכענדע השפעה וואס די סיין וואס די מסירת נפש עסקנים האבן אויפגעהאנגן ביי די גרויסע הדלקה אין קרית יואל!
מרת קענעדס אוענס וואס האט א גאר פאולערע אקאונט אויף עקס האט חסדי השם איבערגעשיקט
די מעסעזש וואס די הייליגע "וואויס אף רעבייס" אקואנט האט ארויסגעלייגט איבער די סיין
דאס מיינט אז מיליאנע גוים וועלן זיין אויסגעשטעלט צו די דעת תורה הצרופה!
מען קען קיינמאל נישט וואוסן וואס מען קען אלץ אויפטוען!
וואו יעדע בר דעת פארשטייט איז די השפעה לטובה פון אזעלעכע מעסעזשעס גאר ווייט, לעולמי עד ולנצח נצחים!
פירסט קלעסס שונא ישראל
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
נפשי חולת אהבתך....
- נויז מאשין
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 157
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 3:09 pm
- x 318
- פארבינד זיך:
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
קודם מען זעהט נישטא קיין סיין, בלויז ווי אידן טאנצן ועל ידי זה.דאס איז דאס האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 06, 2026 11:53 pm קידוש השם איום ונורא כלפי כל העולם כולו!
מי מילל ומי פילל די ווייט גרייכענדע השפעה וואס די סיין וואס די מסירת נפש עסקנים האבן אויפגעהאנגן ביי די גרויסע הדלקה אין קרית יואל!
מרת קענעדס אוענס וואס האט א גאר פאולערע אקאונט אויף עקס האט חסדי השם איבערגעשיקט
די מעסעזש וואס די הייליגע "וואויס אף רעבייס" אקואנט האט ארויסגעלייגט איבער די סיין
דאס מיינט אז מיליאנע גוים וועלן זיין אויסגעשטעלט צו די דעת תורה הצרופה!
מען קען קיינמאל נישט וואוסן וואס מען קען אלץ אויפטוען!
וואו יעדע בר דעת פארשטייט איז די השפעה לטובה פון אזעלעכע מעסעזשעס גאר ווייט, לעולמי עד ולנצח נצחים!
צווייטנס, די קאפי'סט א מעסידזש ווי איינער רעדט סארקאסטיש, און דיינע קאלירן צייגט אז די כאפסט ניטאמאל
-
פנחס דוד לעבאוויטש
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 415
- זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:44 pm
- x 1189
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
נויז מאשין האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 07, 2026 1:19 amקודם מען זעהט נישטא קיין סיין, בלויז ווי אידן טאנצן ועל ידי זה.דאס איז דאס האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 06, 2026 11:53 pm קידוש השם איום ונורא כלפי כל העולם כולו!
מי מילל ומי פילל די ווייט גרייכענדע השפעה וואס די סיין וואס די מסירת נפש עסקנים האבן אויפגעהאנגן ביי די גרויסע הדלקה אין קרית יואל!
מרת קענעדס אוענס וואס האט א גאר פאולערע אקאונט אויף עקס האט חסדי השם איבערגעשיקט
די מעסעזש וואס די הייליגע "וואויס אף רעבייס" אקואנט האט ארויסגעלייגט איבער די סיין
דאס מיינט אז מיליאנע גוים וועלן זיין אויסגעשטעלט צו די דעת תורה הצרופה!
מען קען קיינמאל נישט וואוסן וואס מען קען אלץ אויפטוען!
וואו יעדע בר דעת פארשטייט איז די השפעה לטובה פון אזעלעכע מעסעזשעס גאר ווייט, לעולמי עד ולנצח נצחים!
צווייטנס, די קאפי'סט א מעסידזש ווי איינער רעדט סארקאסטיש, און דיינע קאלירן צייגט אז די כאפסט ניטאמאל
Re: ל"ג בעומר אין קרית יואל
דעמאלטס קומט זיך דיר טאקע צוויי אורפייגן...
(פרעג דיין אויבערלענדער זיידע וואס דאס מיינט)
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)