בלאט 380 פון 619

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:04 pm
דורך סענס אף יומער
על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב!

עס קומט אריין די גאר פרייליכע בשורה, אז אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גואטעמאלא ב''ה באפרייט פיר קינדער פון נחמן העלבראנץ!

די רעדע איז פון די צוויי לעצט פארבליבענע קינדער אינעם בחורים שעלטער, הב' אלימלך און הב' פישל, און נאך צוויי יונגערע קינדער פון די אנדערע שעלטער. די ריכטער האט באשטעטיגט זייער באפרייאונג מיט די קאסטעדי פונעם פעטער הרה''ג ר' יואל העניך שליט''א, טראצדעם וואס די לב טהור לויער האט געשטעלט א גאר שטארקע ווידערשטאנד ספעציעל קעגן דאס באפרייען די קינדער מיט ר' יואל העניך.

אין די זעלבע צייט האט די געריכט ליידער אפגעשטופט די באפרייאונג פוןן די צוויי עלטערע חתונה געהאטע מיידלעך, וועלכע וועלן נאך דערווייל דארפן פארבלייבן אין שעלטער, האפענטליך מיט זייער באפרייאונג אין די נאנטע צייט.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:09 pm
דורך come on
wow wow מזל טוב בה!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:11 pm
דורך על פי תורה
מזל טוב!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
כי טוב השם!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:12 pm
דורך שמועות טובות
זעהט אויס אז דער אויבערשטער איז שטערקער פונעם לויער ווי גראב ער איז
ווען די גזירה איז שוין אין הימל נחתם קען מען אריינשיקן די גרעבסטע לויער פון לאנד ס'וועט גארנישט העלפן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:13 pm
דורך על פי תורה
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:53 am
שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:43 am היינט קומט פהר די לעצטע משפט פין די 6 קינדער פון די חכם,
צו דעם גורלדוגע משפט האבן די עסקנים זיך שוין צוגעגרייט די לעצטע פהר וואכן צו שליסן סיום אויף די שעלטערס.

כדי די קאורט זאל געלונגען אויף די בעסטן וועג האט יואל גאלדמאן מיט משה לייב אלטער זיכער געמאכט מיט לב טהור לויער נעכטן אז ער קומט נישט צו די קאורט.
למעשה צום סוף איז לב טהור לויער יא אנגעקומען וואל די מאמע פון די קינדער האט זיך געוויינט צו עם,

דע קאורט הייבט זיך יעצט אן
דער אאייבישטער וועט העלפן אז אלע קינדער זאלן היינט באפרייט ווערן און מיר זאלן שליסן סיום אויף די שעלטערס
וועלן מיר ציווארטען זען צי מברויך היינט נאך א בריוו צי נישט.
בתפילה לה' אז נעכט וואלט געקענט זיין די לעצטע בריוו
@גרינטליך דו האסט אריינגעכאפט אסאך זכותים די לעצטע פאר וואכן!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:14 pm
דורך מכבי
מזל טוב @גרינטליך !!!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:14 pm
דורך גרינטליך
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:13 pm
גרינטליך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:53 am
שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 11:43 am היינט קומט פהר די לעצטע משפט פין די 6 קינדער פון די חכם,
צו דעם גורלדוגע משפט האבן די עסקנים זיך שוין צוגעגרייט די לעצטע פהר וואכן צו שליסן סיום אויף די שעלטערס.

כדי די קאורט זאל געלונגען אויף די בעסטן וועג האט יואל גאלדמאן מיט משה לייב אלטער זיכער געמאכט מיט לב טהור לויער נעכטן אז ער קומט נישט צו די קאורט.
למעשה צום סוף איז לב טהור לויער יא אנגעקומען וואל די מאמע פון די קינדער האט זיך געוויינט צו עם,

דע קאורט הייבט זיך יעצט אן
דער אאייבישטער וועט העלפן אז אלע קינדער זאלן היינט באפרייט ווערן און מיר זאלן שליסן סיום אויף די שעלטערס
וועלן מיר ציווארטען זען צי מברויך היינט נאך א בריוו צי נישט.
בתפילה לה' אז נעכט וואלט געקענט זיין די לעצטע בריוו
@גרינטליך דו האסט אריינגעכאפט אסאך זכותים די לעצטע פאר וואכן!
איך וויין פון שמחה!!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:14 pm
דורך על פי תורה
ChatGPT האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:10 pm
מנחם גאלד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 12:01 pm נאך דא דער קינד פון משה יוסף מנחם העלבראנץ אין שעלטער און זיין געריכט איז הערשט אין אפאר וואכן.

ער בלייבט אליין דארט אויב היינט גייען בע"ה די זעקס קינדער ארויס.
מ'קען שרייבן בריוון.
מ'רעדט דוכט זיך פון א 2 יעריג קינד

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:15 pm
דורך מכבי
שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:14 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:12 pm זעהט אויס אז דער אויבערשטער איז שטערקער פונעם לויער ווי גראב ער איז
סהאט גארנישט גהאט מיט די לויער די מיידלך האב נישט גוואלט גיין קיין אמריקא פאר קיין שום פרייז
ווער זענען זייערע מענער?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:17 pm
דורך שמועות טובות
מכבי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:14 pm מזל טוב @גרינטליך !!!!
מזל טוב אלימלך ברוך און פישל!
ב"ה מ'קען זיך שוין טרעפן אין פריידן
זאלן ענק אלעס האבן אפגעקומען עס זאל ענק יעצט ערווארטן א זיס רואיג לעבן פיל מיט גליק

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:18 pm
דורך על פי תורה
מכבי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:15 pm
שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:14 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:12 pm זעהט אויס אז דער אויבערשטער איז שטערקער פונעם לויער ווי גראב ער איז
סהאט גארנישט גהאט מיט די לויער די מיידלך האב נישט גוואלט גיין קיין אמריקא פאר קיין שום פרייז
ווער זענען זייערע מענער?
איינער פון די מענער איז גאר יונג און ער וויל נישט זיין נאמען זאל שטיין אויף אידטיש
ביטע רעספעקטירן, ייש''כ

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:19 pm
דורך על פי תורה
גיימער אי''ה בקרוב קענען מגלה זיין אביסל סודות ווער עס האט אריינגעטראגן די בריוון אין די שעלטער...
לאמיר נאך צווארטן אויף די אנדערע 6 זאלן אויך ארויסקומען...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:21 pm
דורך יענץ מבין
נישטא קיין ווערטער...

די שמחה נעמט איבער אלע הרגשים...

על בשורות טובות הוא אומר, ברוך הטוב והמטיב!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:23 pm
דורך מכבי
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:18 pm
מכבי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:15 pm
שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:14 pm

סהאט גארנישט גהאט מיט די לויער די מיידלך האב נישט גוואלט גיין קיין אמריקא פאר קיין שום פרייז
ווער זענען זייערע מענער?
איינער פון די מענער איז גאר יונג און ער וויל נישט זיין נאמען זאל שטיין אויף אידטיש
ביטע רעספעקטירן, ייש''כ
קודם כל מזל טוב פערזענליך!!!
יישר כוח פארן קלאר שטעלן
ווער איז דער אנדערער?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:24 pm
דורך מתא מחסיא
שוין געגאנגען האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:14 pm
שמועות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:12 pm זעהט אויס אז דער אויבערשטער איז שטערקער פונעם לויער ווי גראב ער איז
סהאט גארנישט גהאט מיט די לויער די מיידלך האב נישט גוואלט גיין קיין אמריקא פאר קיין שום פרייז
ריכטיג אזוי, די מיידלעך האבן געברויכט נעמען א געוויסע טעסט צו קענען ארויסגיין און דערווייל זיך נישט צוגעשטעלט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:31 pm
דורך על פי תורה
מכבי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:23 pm
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:18 pm
מכבי האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:15 pm

ווער זענען זייערע מענער?
איינער פון די מענער איז גאר יונג און ער וויל נישט זיין נאמען זאל שטיין אויף אידטיש
ביטע רעספעקטירן, ייש''כ
קודם כל מזל טוב פערזענליך!!!
יישר כוח פארן קלאר שטעלן
ווער איז דער אנדערער?
אשת ר' מרדכי צמח לעווי הי''ו וועלעכע געפינט זיך שוין אין ארץ ישראל אינאיינעם מיט גאנץ משפחת לעווי-לאווער

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:36 pm
דורך מנהיג
מזל טוב מזל טוב!!!!! ברוך מתיר אסורים!!

איי הייליגע פישעלע!!! זינט איך האב געזעהן דיין ליכטיג פנים דורך דעם קליין פענסטערל אין שעלטער, ביסטו נישט ארויס פון מיין מחשבה, איבעראל האב איך דיר אינזין געהאט און געהאפט פאר דיין און דיין ברודערס באלדיגע באפרייאונג.

ב''ה מיר שטייען דא!!!! גענוג האסטו געליטן!!! מיט אזא שטארקייט האסטו אינאיינעם מיט דיין ברודער זיך געהאלטן!!!!!! א ליכטיג לעבן זאל קומען אויף דיר ובטוח אני אז כלל ישראל וועט פון דיר גאר אסאך הנאה האבן!!!!!
און פאר אייך זיסע יונגעלייט וואס זענען מצפים לישועת ה', איר זיצט און ווארט זיך צו פאראייניגן מיט אייערע משפחות, האלט אייך שטארק!!!! ה' עמכם גבורי החיל!!!! דער אייבערשטער וועט אייך אויך בקרוב אויפרעכטן ושמחנו כימות עניתנו!!!!!

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:39 pm
דורך זאנוויל ראזענבערג
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:04 pm על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב!

עס קומט אריין די גאר פרייליכע בשורה, אז אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט אין גואטעמאלא ב''ה באפרייט פיר קינדער פון נחמן העלבראנץ!

די רעדע איז פון די צוויי לעצט פארבליבענע קינדער אינעם בחורים שעלטער, הב' אלימלך און הב' פישל, און נאך צוויי יונגערע קינדער פון די אנדערע שעלטער. די ריכטער האט באשטעטיגט זייער באפרייאונג מיט די קאסטעדי פונעם פעטער הרה''ג ר' יואל העניך שליט''א, טראצדעם וואס די לב טהור לויער האט געשטעלט א גאר שטארקע ווידערשטאנד ספעציעל קעגן דאס באפרייען די קינדער מיט ר' יואל העניך.

אין די זעלבע צייט האט די געריכט ליידער אפגעשטופט די באפרייאונג פוןן די צוויי עלטערע חתונה געהאטע מיידלעך, וועלכע וועלן נאך דערווייל דארפן פארבלייבן אין שעלטער, האפענטליך מיט זייער באפרייאונג אין די נאנטע צייט.
א מחיה. חסדי ה' חסדי ה'. ברענג ווייטער נאר גוטע נייעס!!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:39 pm
דורך ברוך כבוד
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:04 pm על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב!
► Show Spoiler
זיי קומען קיין אמעריקא?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:40 pm
דורך על פי תורה
ברוך כבוד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:39 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:04 pm על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב!
► Show Spoiler
זיי קומען קיין אמעריקא?
יא!

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:43 pm
דורך תיקון
מ'קען שוין ב"ה פארשפארן diamante uno
ווער ס'פארשטייט וואס די נאמען איז..

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:46 pm
דורך ברוך כבוד
תיקון האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:43 pm מ'קען שוין ב"ה פארשפארן diamante uno
ווער ס'פארשטייט וואס די נאמען איז..
אידיש פליז....
נאו סיקרעטס אין פאבליק

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:48 pm
דורך על פי תורה
ברוך כבוד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:39 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:04 pm על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב!
► Show Spoiler
זיי קומען קיין אמעריקא?
מען פלאנט בעז''ה א שיינע מעמד קבלת פנים היינט נאכט!
אפשר זאל מען פארקויפן טיקעטס, און די הוצאות וועט גיין צו אוועקשטעלן די קינדער?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:49 pm
דורך ברוך כבוד
על פי תורה האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:48 pm
ברוך כבוד האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:39 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:04 pm על בשורות טובות אומר ברוך הטוב והמטיב!
► Show Spoiler
זיי קומען קיין אמעריקא?
מען פלאנט בעז''ה א שיינע מעמד קבלת פנים היינט נאכט!
אפשר זאל מען פארקויפן טיקעטס, און די הוצאות וועט גיין צו אוועקשטעלן די קינדער?
מסכים! וועלעכע שטאט?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2025 2:51 pm
דורך שעפעריש
ס'גייט מיר נישט אריין אין קאפ, ווי ס'שטייען צוויי מענטשן אלטר און גאלדמאן און שלאגן זיך אויף א זאך וואס ס'עקזיסטירט שוין נישט, ס'מאכט דאך נישט קיין סענס…
אויב איינער קען ביטע מסבירן וואס לויפט דורך אין זייערע פאריקטע קעפ
ישר כח