בלאט 38 פון 153

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מוצש"ק מערץ 29, 2025 11:12 pm
דורך מהודר
Glass האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:06 pm
מהודר האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 5:46 pm
הדסים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 3:40 am
מען דארף פארשטיין אז מען רעדט דא פון א בודזשעט פון פופציג ביליאן דאלער א יאר וואס קען גיין פאר פרומע געברויכען אדער קען עס גיין פאר רעפארמער געברויכען א שטייגער ווי פרויען וואס דאווענען ביים כותל מיט תפילין אדער גיין קעגן חב״ד אין געריכט אז לייגן תפילין פאר מענטשן אין די גאסן הייסט הדתה אא"וו
ס'איז א גיטער געדאנק זיך צו איינשרייבן אין קריסטליכע ארגענעזאציעס כדי אז די ביליאנען וואס די ארגענעזאציעס פארמאגן זאל אויך גיין פאר פרומע געברויכען
אויב נישט קען עס ר''ל גיין פאר די מיסיאנערן
טאקע פארדעם זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלע רב ווען עס קומט צו די האקעלע נושאים און נישט אליין פסקנען.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 4:57 pm
דורך Glass
מהודר האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 29, 2025 11:12 pm
Glass האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 27, 2025 4:06 pm
מהודר האט געשריבן: מאנטאג מערץ 24, 2025 5:46 pm
מען דארף פארשטיין אז מען רעדט דא פון א בודזשעט פון פופציג ביליאן דאלער א יאר וואס קען גיין פאר פרומע געברויכען אדער קען עס גיין פאר רעפארמער געברויכען א שטייגער ווי פרויען וואס דאווענען ביים כותל מיט תפילין אדער גיין קעגן חב״ד אין געריכט אז לייגן תפילין פאר מענטשן אין די גאסן הייסט הדתה אא"וו
ס'איז א גיטער געדאנק זיך צו איינשרייבן אין קריסטליכע ארגענעזאציעס כדי אז די ביליאנען וואס די ארגענעזאציעס פארמאגן זאל אויך גיין פאר פרומע געברויכען
אויב נישט קען עס ר''ל גיין פאר די מיסיאנערן
טאקע פארדעם זאל יעדער פרעגן זיין לאקאלע רב ווען עס קומט צו די האקעלע נושאים און נישט אליין פסקנען.
וועליכע לאקאלע רב האט עס מתיר געווען?

א רב קען מתיר זיין ע''ז?

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 8:18 pm
דורך טיר
צוריק צום נייעס..

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג מערץ 30, 2025 9:01 pm
דורך שינאווער
טיר האט געשריבן: זונטאג מערץ 30, 2025 8:18 pm צוריק צום נייעס..
אמעריקאנער פרעזידענט דאנעלד טראמפּ זאגט אז ער איז זייער אויפגעברויזט און אין כעס אויף רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פּוטין.

nYZFTO.jpeg
nYZFTO.jpeg (117.52 KiB) געזען געווארן 988 מאל

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 7:27 am
דורך מאירוואלף
א 6.2 ערדציטערניש האט באטראפן איסטאנבול, טערקיי. די שטאט האט זיך היבש געשאקלט אבער עס זענען דערווייל נישטא קיין באריכט איבער געשעדיגטע.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 8:39 am
דורך מאירוואלף
ערנסטע וואלד פייערן באריכטעט אין די געגנט פון בית שמש. עוואקואציעס הייבן זיך אן.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אפריל 23, 2025 9:30 am
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 8:39 am ערנסטע וואלד פייערן באריכטעט אין די געגנט פון בית שמש. עוואקואציעס הייבן זיך אן.
פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו איז אנגעקומען צו די הויפטקווארטירן פון די פייער דעפארטמענט אין ירושלים צו פערזענליך באאבאכטן די אפעראציעס צו באקעמפן די געפארפולע פייערן וואס האבן אויסגעבראכן.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: פרייטאג אפריל 25, 2025 7:09 am
דורך מאירוואלף

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 6:56 am
דורך מאירוואלף
א גרויסע קורצשלוס ווערט באריכטעט אין שפאניע און פארטוגאל, און אפשר גאר אין חלקים פון פראנקרייך. לויט באריכטן איז די עלעקטריק סערוויסעס געווארן געהעקט.

די באן סטאנציע אין מאדריד ווערט עוואקואירט.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 7:19 am
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 6:56 am א גרויסע קורצשלוס ווערט באריכטעט אין שפאניע און פארטוגאל, און אפשר גאר אין חלקים פון פראנקרייך. לויט באריכטן איז די עלעקטריק סערוויסעס געווארן געהעקט.

די באן סטאנציע אין מאדריד ווערט עוואקואירט.
שווערע טראפיק אנלייגעניש אין מאדריד נאכדעם וואס די טרעפיק לעקטערס ארבעטן נישט.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 9:34 am
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 7:19 am
מאירוואלף האט געשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 6:56 am א גרויסע קורצשלוס ווערט באריכטעט אין שפאניע און פארטוגאל, און אפשר גאר אין חלקים פון פראנקרייך. לויט באריכטן איז די עלעקטריק סערוויסעס געווארן געהעקט.

די באן סטאנציע אין מאדריד ווערט עוואקואירט.
שווערע טראפיק אנלייגעניש אין מאדריד נאכדעם וואס די טרעפיק לעקטערס ארבעטן נישט.
viewtopic.php?p=167278#p167278

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 10:03 am
דורך מאירוואלף
איראן זאגט אז זי האט צוריקגעהאלטן א ריזן סייבער אטאקע וואס איז געווען געצילט אויף די איראנער סטעיט אינפראסטרוקטור.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג אפריל 28, 2025 3:26 pm
דורך מאירוואלף
א עף 18 הארנעט קאמפס עראפלאן האט אראפגעטראסקעט פון די יו עס עס הערי טרומען עירקרעפט קעריער צוזאמען מיט איר שלעפער טרעקל, גלייך אריין אינעם רויטן ים און איז פארלוירן געווארן.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:49 am
דורך מאירוואלף
מייקראסאפט האט געמאלדן אז מאי 5 איז די לעצטע טאג אין דאס לעבן פון די סקייפ אפליקאציע.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:38 am
דורך מאירוואלף
יו פי עס פרובירט אויס ראבאטן פון די פירמע Figure, וואס קען העלפן סארטירן און שיקן פעקלעך. די ראבאטן וועלן ארבעטן (אן א לאנטש ברעיק...) אין די UPS ווערהאוזעס און העלפן אז די פעקלעך זאלן אנקומען אסאך שנעלער צו די קונדן.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:44 am
דורך מאירוואלף
צפון קארעא'ס קים דזשאנג האט אויפגעוויקלט א נייע קריגס-שיף, און ארויסגעשאסן פארשידענע ראקעטן און גערופן פאר נוקלעארע-באוואפנטע ים-כוחות. ער האט אויך אויסגעדרוקט אינטערעסע אין א נוקלעאר-געטריבענער סאבמארין, אויפברענגענדיג שפעקולאציעס איבער רוסישע השתתפות אין אזא פלאן.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 6:49 am
דורך מאירוואלף
א מאסיווער פייער אין די ריטוראדזש האטעל אין קאלקוטא, אינדיע האט געהרג'ט לכל הפחות 15 מענטשן. איין מענטש איז געשטארבן נאכדעם וואס ער איז ארויסגעשפרונגען פון די טעראַףסע. קריטיקירער באשולדיגן אינדיע'ס לויזיגע פייער-זיכערהייט אינפארסירונג פאר דער טראגעדיע.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:08 am
דורך מאירוואלף
ערנסטע פייערן ברענען אין די בערג פון ירושלים נעבן בית שמש.

viewtopic.php?p=168056#p168056

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:22 pm
דורך ארי בארי באקסער
צפון קארעא און רוסלאנד האבן היינט מיטוואך אנגעהויבן די בוי ארבעט פאר א בריק וואס וועט לויפן העכער דעם טומען טייך און וועט פארבינדן די צוויי לענדער.

ביים צערעמאניע צום אנהייב פון די פראיעקט האט דער רוסישער פרעימיער מיניסטער מיכאיל מישוסטין געזאגט אז דאס רעפלעקטירט די גאר גוטע באציאונגען צווישן רוסלאנד און צפון קארעא.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:37 pm
דורך Glass
ארי בארי באקסער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 5:22 pm צפון קארעא און רוסלאנד האבן היינט מיטוואך אנגעהויבן די בוי ארבעט פאר א בריק וואס וועט לויפן העכער דעם טומען טייך און וועט פארבינדן די צוויי לענדער.

ביים צערעמאניע צום אנהייב פון די פראיעקט האט דער רוסישער פרעימיער מיניסטער מיכאיל מישוסטין געזאגט אז דאס רעפלעקטירט די גאר גוטע באציאונגען צווישן רוסלאנד און צפון קארעא.
שלום עליכם

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:34 am
דורך יעקל דער געשמאקער
כינעזע סטעיט מידיא באריכטעט אז וואשינגטאן האט גערופן כינע צו פארהאנדלען איבער די טאריפ'ס.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:39 am
דורך יעקל דער געשמאקער
מדנ"י האט אונטערגענומען אטאקעס אין סיריע נאך אטאקעס אנטקעגן דארטיגע דרוזן.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:43 am
דורך יעקל דער געשמאקער
שוין ווייטער.. רוסישע דראון אטאקע אויף 'אדעסא' האט גע'הרג'עט 2 און פארוואונדעט נאך פיל.

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:54 am
דורך יעקל דער געשמאקער
ב"ה ס'איז צושטערט געווארן יום אידם!!!

Re: בולעטין - נייעס! קורץ און שארף

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 01, 2025 7:25 am
דורך מאירוואלף
א דרייווער אין מערב יאפאן איז במזיד איבערגעפארן א גרופע שולע-קינדער מיט זיין אויטא, פארוואונדענדיג 7. דער דרייווער האט מודה געווען אז ער איז שוין "געווען זאט פון אלעס, און גענוג געהאט..." און האט זיי געוואלט הרגנ'ן. ער איז ארעסטירט געווארן.