נקודות טובות האט געשריבן: ↑דינסטאג מאי 05, 2026 12:12 pm
פון מיין קוק ווינקל איבער די ליטווישע טאנצערייען ביים הדלקה, אביסל בקצרה. ס'איז טאקע א שטיקל אריכות ווייל ס'איז אסאך נקודות. יעדע נקודה פאר זיך איז בקצרה.
אין לי עסק בנסתרות, איך האב נישט קיין השגות. איך פארשטיי נישט צו קיין נפשות ישראל, און אודאי נישט צו קיין נשמות הצדיקים. אבער דאס וואס מען זעהט ביים הייליגן תנא, איז נישט קיין פשוט פשט. ווען דער בית אהרן שרייבט אז רבי שמעון לכל פונקט ווי הקב"ה, איז דאס נישט קיין גוזמא. דאס זעהט יעדער איינער מיט די אויגן.
עני בלויע מיטוואך, ווען מירון ווערט נישט אקופירט דורך סיי וועלכע ספעציפשע קהלה, איז לא ימלט אז מען זאל נישט דארט אנטרעפן "יעדע" סארט איד. אנגעהויבן פון פארווארפענע נשמות נעבעך וואס עסן בלעטער און רייכערן געווירצן. דערנאך די מאדנע געוויקסן וואס שרייען נאאחמאאאןןן.... סתם עמך אידן ספרדים און אשכנזים צוגלייך. חסידים ופרושים וואס זענען מובדל מעולם הזה, וואס זענען עוסק בסתרי תורה. און אזוי אויך דער בעל הבית'שער אמעריקאנער גביר וואס קומט אין באגלייטונג פון אן ארץ ישראלדיגער וואס דינט די טעג אלץ זיין עבד המכונה דרייווער. אלע אלע סארטן אידן געפינען זיך דארט צו יעדע צייט. יעדער פאר די זעלבע סיבה. דאס הארץ ציעט צו רשב"י. רבי שמעון לכל שרייט ארויס פון זיך אליינס. צדיק יסוד העולם!
מירון איז א מקום ווי יעדע איד כפי דרגה דיליה האט זיך זיין שייכות. די וואס זענען עוסק בסתרי תורה קומען זיך מקשר זיין מיט רשב"י לויט זייערע השגות. אידן וואס האבן שוין בחזקה פאר 40 יאר -טייל מאל נאך פון די עלטערן- צו קומען קיין מירון יעדע מיטוואך אויף א תפילת מנחה, און דאס האלט זיי פאר רבי שמעון אידן א גאנצע וואך. צובראכענע נשמות וואס דרייען זיך ארום דארט ווי די ראטן ביי די וויליאמסבורגע גארבידזשעס, זיי ווייסן אליינס נישט פארוואס זיי זענען דארט. אדער סתם אידן וואס קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ, און האפן אהיים צו גיין מיט ישועות. די מציאות איז אז יעדע אידיש הארץ געפונט זיין מקום ביים ציון הקדוש אין מירון. יעדער כפי דרגה דיליה, אבער די התקשרות איז דא ביי יעדען. צדיק יסוד העולם!
המקרא הזה אומר דרשוני. ס'איז נישט דא קיין לאגישע ענטפער אויף דעם, ווייל ס'האט מיט מיט לאגיק גארנישט. די התקשרות וואס נשמות ישראל האבן מיט רשב"י איז אסאך אסאך העכער ווי די לאגיק קען בכלל דערגרייכן. משה רבינו עליו השלום איז געווען דער רואה נאמן פון כלל ישראל, ער איז געווען א נשמה כוללת פון אלע זעקס הונדערט טויזענט נשמות ישראל. זעקס הונדערט טויזענט איז פשט אז דאס איז זעקס הונדערט טויזענט אייגענארטיגע נשמות וואס איינס איז נישט דומה צון צווייטן. אלע האבן אבער יונק געווען פון זעלבען מקור, און דאס איז געווען משה רבינו. צדיק יסוד העולם!
איך פארשטיי אליינס נישט וואס איך שרייבן דא, אבער אויף אזוי פיל ווייס איך וואס מיר געפינען אין די הייליגע ספרים אז רשב"י איז א בחינה פון משה רבינו. די נשמה פון משה רבינו און די נשמה פון רשב"י איז תלוי הא בהא. קיין בית המקדש האבן מיר נישט היינט ליידער, דער קבר פון משה רבינו איז אונז נישט באקאנט וואו דאס געפינט זיך. די איינציגסטע מקום וואס איז מאחד כלל ישראל בזמן הזה, איז אן קיין ספק די קבר רשב"י וואס איז די נשמה כוללת פון גאנץ כלל ישראל. צדיק יסוד העולם!
איין מאל א יאר איז דא א טאג וואס דאס איז רבי שמעונס טאג, און דאס איז ל"ג בעומר. איך ווייס נישט וואס ל"ג בעומר מיינט, אבער אין זהר הק' זעהען מיר אז עפעס גאר גרויסע זאכן טוט זיך.
רבי שמעון האט געוואלט אז מען זאל זיך פרייען מיט אים ל"ג בעומר, זיך פרייען מיינט נישט טאנצן. נאר פרייען מיינט אן אמת'ע שמחה. וואס איז די שמחה? מיט וואס פרייט מען זיך? איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט. און איך גלייב אז קיינער קען דאס נישט מסביר זיין ע"פ פשטות. אבער די מציאות איז אז אידן די בכל אתר ואתר פרייען זיך מיט די טאג מיט די שמחה פון רשב"י. ס'איז מבהיל הרעיון וואס איז געווארן פון דעם טאג אין אמעריקע די לעצטע 10-15 יאר. צדיק יסוד העולם!
נעמטס א דוגמא ענקער רבי מהר"א. עס איז דאך באקאנט אז בתחילת דרכו איז ער געווען גאר שארף קעגן דאס צינדן הדלקות ל"ג בעומר, ער האט געהאלטן אז דאס איז אן ארץ ישראלדיגער יו"ט וואס האט נישט קיין שייכות מיט אמעריקע. די אפציעלע תירוץ איז אז ער האט געזעהן אז דער עולם דארף כשר'ע אינטערטעימענט (נאכדעם וואס אין ישיבה איז עס געווען ארויס פון קאנטראל), האט ער געטוישט זיין מיינונג כאטש וואס אין די וועלט איז די דרשה איינס פון די מערסט באקאנטע דרשות וואס יעדער איינער ווייסט צו זאגן. די ניגון פון קליינע רבי קליינע פייער גרויסע רבי גרויסע פייער.... עד לב השמים, איז די לצנות וואס יעדע לץ וועט ניצן ווען ער וויל אראפרייסן מהר"א.
לעניית דעתי איז לא מינהו ולא מקצתיה. די סיבה פארוואס מהר"א מאכט היינט אן הדלקה האט גארנישט מיט כשר'ע אינטערטעימענט, דאס איז נישט קיין פטר חמור. די הדלקה ל"ג בעומר איז מיטן גרעסטן דחילו ורחימו. אפילו ווען מהר"א זאל וויסן קלאר אז די אלע צענליגע טויזענטער אידן וואס נעמען א טייל ביים הדלקה גייען אנשטאט זיין ביים הדלקה לערנען א שעה משניות, וועט ער דאס נישט אויפגעבן. דאס האט מיט אינטערטעימענט גארנישט. דאס איז אן התקשרות אין רשב"י וואס ער האט אמאל נישט געהאט, וואס ער האט היינט יא. נישט ווייל ער איז עלטער און קלוגער געווארן, נאר אמאל האט מען דאס טאקע נישט געדארפט אזוי שטארק, און היינט דארף מען דאס יא. נישט אלץ אינטערטעימענט, נאר לולי דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז מיט די הדלקה קומען אראפ אורות אזוי ווי ביי די חנוכה ליכט. צדיק יסוד העולם!
און דאס איז לאו דוקא מהר"א, נאר מיט יעדע יאר וואס גייט פארביי איז די התקשרות ברשב"י ביים המון עם שטערקער ווי א יאר פריער. עס לאזט זיך זאגן אז אונזער גאנצע אידישקייט היינט איז נאר בזכות רשב"י וואס איז געגאנגן מיט זיין שיטה פון כי לא תשכח מפי זרעו. אנדערע תנאים האבן נישט געקענט פאראויס זאגן און נעמען אויף זיך אז אין תשפ"ו זאל אידישקייט וואקסן און בליען. זיי האבן נישט געקענט פאראויס זעהן ווי אזוי אידישקייט זאל זיך בכלל קענען האלטן אין אזעלכע שווערע צייטן, רשב"י האט דאס גענומען אויף זיך. צדיק יסוד העולם!
די יו"ט פון ל"ג בעומר איז נישט קיין יום עצמאות פון א ספעציפישע קהלה. ס'איז נישט קיין כ"א כסלו, און נישט קיין כ"ו אב. ס'איז א יו"ט כלליות. פאר גאנץ כלל ישראל. פונקט ווי חנוכה וואס איז געגעבן געווארן פאר אונז זיך צו דערהאלטן אינעם טונקעלן גלות, איז ל"ג בעומר אויך. ס'איז א יו"ט וואס האט אמאל נישט אויסגעפעלט ווייל די חשכות איז נישט געווען אזוי שטארק, אבער היינט האט אונז דער אויבערשטער געגעבן נאך א יו"ט, ווייל דער גלות איז טונקלער. חנוכה האבן חכמינו ז"ל מתקן געווען, אבער היינט אזוי ווי מיר האבן נישט קיין סנהדרין וואס זאלן קענען מתקן זיין א יו"ט האט די השגחה העליונה צוגעפירט אז דאס זאל פון זיך אליינס פארוואנדעלט ווערן אין א יו"ט. כלל ישראל דארף ל"ג בעומר מער ווי לופט צום אטעמען. קיינער קען נישט אנצייגן וואס גענוי האט פארוואנדעלט ל"ג בעומר אין אן אמעריקאנער יו"ט, אבער ס'איז קלאר קוקנדיג אויף צוריק אז דאס איז ממש אן השגחה עליונה. צדיק יסוד העולם!
עס מאכט זיך אמאל וואס א קינד ווערט פארלוירן אין וואלד, און עס נעמען זיך צוזאמען אידישע קינדער די בכל אתר ואתר פאר א רעטונג אקציע. די באקאנסטע בילדער איז אלעמאל די פייערדיגע חסדי השם טאנץ נאכן זוכן פאר 12 שעה און אפגעפינען דאס קינד אין א גוטע צושטאנד. קיינעם אינטערעסירט נישט דאן ווי אזוי די שכן גייט אנגעטוהן, ווייל די שמחה איז בשלימות. דאס הארץ איז גאנץ. יעדער האט געזארגט פארן וואוילזיין פונעם קינד, און ווען די מעשה ענדיגט זיך גוט איז די שמחה אויפן העכסטן שטאפל. ווען די הארץ איז גאנץ, איז נישט שייך קיין פירוד. עס קען טאנצען דער בני יואלער מיטן פייוו טאונס איד האנט ביי האנט מיטן גרעסטן שמחה.
אט אזוי וועט אויסקוקן ווען משיח וועט קומען במהרה בימינו. קיינעם וועט נישט אינטערעסירן ווי אזוי די חבר וואס ער כאפט אן קוקט אויס, נישט ווייל דער אויבערשטער דארף נישט דיין בעקיטשע, נאר ווייל די הארץ וועט זיין אזוי גאנץ, די שמחה וועט זיין מיט אזא שלימות אז עס וועט ניטאמאל זיין א מקום פאר פירוד.
לעניית דעתי, איינער וואס קען בכלל קוקן ל"ג בעומר בשעת'ן טאנצן ווער עס גייט יא אדער נישט מיט א רעקל, איז מיססינג די האול פוינט פון ל"ג בעומר. ער פריידט זיך נישט מיט די הילולא דרשב"י. זיין הארץ איז נישט גאנץ. ער איז נישט דא פאר רשב"י, ער איז דא פאר זיין קהילה פראפעגאנדע. און פאר די אימעדזש.
פארשטייט זיך אז דאס מיינט נישט אז מען דארף צולאזן אז נשים זאלן קומען שלא בצניעות אדער תערובות, אבער דאס אז עס קומען בחורים וואס ביי זיי האט מען נישט געלייגט אזא דגוש אויפן לבוש, ווי ביי חסידישע אידן, און מען מאכט דערפון אן עסק ווייזט דאס אז די שמחה איז נישט בשלימות. מאך דיר צו די אויגן און זיי דיך מקשר מיט רשב"י, און פריי דיך מיט זיין הילולא. עס וועט דיר ניטאמאל אינטערעסירן ווער די שכן וואס דו כאפסט אן איז. ביי זיי גייט מען נישט אויפן גאס מיט רעקלעך, אפילו ביי מנחה מעריב דאווענען א גרויס חלק פון זיי בלויז מיט די העמד. רבי שמעון לכל. צדיק יסוד העולם!