- unnamed (53).jpg (486.34 KiB) געזען געווארן 1762 מאל
סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ערש"ק לס' כי חג ה' לנו תשפ"ה לפ"ק
סאַטמאַר שטוינט! סאטמאר באגייסטערט!
העכסטע און גרעסטע ״געהאַלט העכערונג אין היסטאָריע פון מוסדות התורה״ גייט היינט אריין אין אפעקט דורכ'ן ניי-געגרינדעטן" קרן עלה נעלה" לרומם כבוד המלמדים והחינוך
צושטאַנד געקומען דורך ״ועד בעלי בתים״ אין שפּיץ פון הרב ר׳ יואל לאנדא שליט״א און מוה״ר יעקב שוויממער הי״ו מיט'ן צוזאמארבעט מיט געטרייע הנהלת המוסדותאין וויליאמסבורג
נאה דורש ונאה מקיים! חסידי סאטמאר איבער די וועלט נעמען אויף מיט פרייד אז היינט ערש"ק לס' כי חג ה' לנו, איז אפיציעל געמאלדן געווארן די פרייליכע בשורה איבער די "געהאלט העכערונג", וואס איז שוין אריין אין אפעקט דורכ'ן "קרן עלה נעלה" פאר די 100'טער מלמדים אין מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג, וועלכעס אנטשפרעכט אן הרמת קרן החינוך מיט אירע שענסטע פארבן!
איינס פון די סאמע שענסטע און פרייליכסטע בשורות וואָס אנ״ש האָבן געהערט במקהלות רבבות ביים "כינוס סאטמאר", איז בלי ספק געווען, אַז די הנהלת המוסדות, אויף די אינציאטיווע פון א וועד בעלי בתים, האט באשלאסן צו נעמען דעם ווייטגרייכנדן שריט אדורכצופירן אן היסטאָרישע ״געהאלט העכערונג״ פאַר די גאַנצע אַרמיי פון אַלע געטרייע מלמדים העושים מלאכתם בקודש, באמת ובאמונה — ומעלים להם שכר!
בשעת גאנץ סאטמאר איז געווען פארזאמלט אינעם בארקלעיס צענטער, איז די בשורה צום ערשט קורצליך דערמאַנט געוואָרן בדברות ראשונות קדשו של כ״ק מרן רבינו שליט״א, און דערנאך איז אפיציעל געמאלדן געווארן דורך דעם עמוד הצדקה והחסד ונזר התומכים פון מוסדות סאטמאר, הרב ר׳ יואל לאנדא שליט״א, דער דראמאטישער מעלדונג איבער דעם היסטארישן אינציאטיווע לרומם קרן המלמדים.
דערנדיב הגדול האט מבשר געווען פאר די מקהלות רבבות, אז א ועד בעלי בתים פון סאטמארער נגידים — אין שפּיץ פון ידיד נפשו, הנגיד הנעלה, בונה ומקים עולמות של תורה, מוה״ר יעקב שוויממער הי״ו, וועלכער איז געווען דער ראש וראשון, והוא נתן עצה תחילה מיט א ברען ואש קודש אַלס דער אינציאַטאָר פון דעם היסטאָרישן פּראָיעקט —האבן זיך צוזאמגענומען אינאיינעם מיט די געטרייע הנהלת המוסדות אין וויליאמסבורג, מיט א הייליגן ציל און ווייטגרייכנדע וויזיע: דראמאטיש ארויפצוברענגען דאס געהאלט פון די געטרייע מלמדים וכלי קודש אין די מוסדות מיט אן אסטראנאמישע ״דרייסיג פראצענט העכערונג״!!!
די בשורה האט אויפגעשטורעמט די הערצער פון טויזנטער חסידי סאטמאר וואס האבן באגריסט דעם געוואלדיגן אונטערנעמונג, טראץ וואס אלע האבן פארשטאנען איז ווי וויכטיג דאס איז און וויפיל כוחות די הנהלה איז גרייט צו אינוועסטירן דערין, איז אָבער דאָס "פאקטיש" דורכפירן אַ מורא׳דיגע שווערע אונטערנעמונג.
אבער שטייענדיג בלויז איין חודש אפגערוקט זינט די אונטערנעמונג איז געמאלדן געווארן בשער בת רבים, איז היינט געמאלדן געווארן פאר די מלמדים אז דער העכערונג איז שוין ב"ה צושטאנד געקומען אנגעהויבן פון אנפאנג חודש טבת, און דער גאנצער סכום אויפ'ן פארלאפענעם חודש איז היינט אריין אינעם ספעציעלן "דעביט קארטל" וואס יעדער מלמד פארמאגט אין זיין באזיץ, עס צו קענען שוין ניצן.
עס האט ווידעראמאל געצייגט דאָ אז די חברי הנהלה געבן זיך אוועק, און האָבן אחריות, האבן א געפיל מרומם צו זיין דעם כבוד המלמדים, ווייל מ׳שעצט די מלמדים, מ׳ווייסט זייער ווערד פאַר׳ן דור העתיד, און מ׳וויל פאַר יעדן פּרייז אויף דער וועלט זיי מחזק ומרומם זיין.
די אומשאצבארע עבודת הקודש איינצובאַקן און איינצופּרעגלען די ריינע תורה, די ריינע אמונה, די ריינע מסורה, די ריינע ערליכקייט, אין די הערצער פון ילדי צאן קדשים, די הייליגע קינדערלעך פון רבינו הקדוש זי״ע, ווערט נאָך מער נתעלה בעזרה׳.
יעדער קוועלט מיטצוהאַלטן ווי אונזערע הייליגע מוסדות זעצן פאָר צו וואַקסן און בליען, אַזוי הערליך און סטאַביל,מיט אזא געטרייע באגלייטונג פון די הנהלת המוסדות, און יעדער איז גרייט בכל לב, בכל נפש, בכל מאוד, ווייטער צוצושטיין צו פאַרזיכערן דעם בליה און וואוקס, צושלעפּן ווייטער דעם לאַסט פון הנהגת המוסדות והרחבת גבולי׳ בגאון ובעוז, און צום פרישער עלה מעלות רמות, פון די הייליגע מוסדות, בעוז ובתעצומות, להגדיל החינוך הטהור ולהאדירה, עד ביאת גואלצדק.
עָלֹה נַעֲלֶה
עלה: א העכערונג מיט 30 פראצענט – נעלה: א העכערונג אין די עבודת הקודש

-
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 776
- זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 11:44 pm
- x 1343
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
בריוו פון הגאוה"צ רבני ודייני וראשי הקהלה והמוסדות אין ירושלים עיה"ק צו כבוד הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר ירושלים שליט"א איינצולאדענען דעם רב לשכון כבוד בתוככי הקהלה אויף די קומענדיגע וואכן און אויף "פורים המשולש" הבעל"ט, נאך א לענגערע צייט אפשניט וואס דער רב האט נישט געקענט אהינפארן צוליב דער מצב המלחמה בארה"ק
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
וואס וועט זיין אין קר"י?, ער דינט דאך רב דארט אויך?
עליונים מבקשים וכו'
עליונים מבקשים וכו'
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
נעכטן ביינאכט איז פארגעקומען א מעמד חתימות שטרות בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט''א ווי ר' מאיר ראטה ני''ו ובני משפחתו האבן אפגעקויפט די זכות פון א חדר תפילה אין ביהמ''ד הגדול אין ק''י פאר די פאנטאסטישע סכום פון $500,000
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
היינט נאכן ברית בחצרות קדשינו וואס קומט פאר אין ביהמ''ד הגדול אין ב''פ, וועט רבינו שליט''א אנקומען אין ישיבה קטנה פון מוסדותינו הק' אין ב''פ, און מעריך זיין שלחנו הטהור לרגל הילולת זקינו מרן הגה''ק בעל העצי חיים זי''ע,
אויפדערנאכט, וועט רבינו שליט''א זיך משתתף זיין ביים חתונה פונעם הויז בחור החתן יצחק מיכאל ענגלענדער, עב''ג בת ר' שלום דייטש מגדולי עסקני קהלתינו הק',
מארגן, וועט רבינו שליט''א אפפליען קיין נארט מיאמי אויף מנוחת הנפש,
אויפדערנאכט, וועט רבינו שליט''א זיך משתתף זיין ביים חתונה פונעם הויז בחור החתן יצחק מיכאל ענגלענדער, עב''ג בת ר' שלום דייטש מגדולי עסקני קהלתינו הק',
מארגן, וועט רבינו שליט''א אפפליען קיין נארט מיאמי אויף מנוחת הנפש,
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
https://www.bechatzros.com/post/8216043חכם עתיק האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 03, 2025 2:33 pm בריוו פון הגאוה"צ רבני ודייני וראשי הקהלה והמוסדות אין ירושלים עיה"ק צו כבוד הגה"צ אב"ד ור"מ סאטמאר ירושלים שליט"א איינצולאדענען דעם רב לשכון כבוד בתוככי הקהלה אויף די קומענדיגע וואכן און אויף "פורים המשולש" הבעל"ט, נאך א לענגערע צייט אפשניט וואס דער רב האט נישט געקענט אהינפארן צוליב דער מצב המלחמה בארה"ק
unnamed (38).jpgunnamed (39).jpgunnamed (40).jpg
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
הגה"צ אבד"ק ירושלים שליט"א
ב' פרשת בשלח תשפ"ה
בהיכל ישיבה גדולה
https://portal.teleground.com//media/sa ... 888100.wav
ב' פרשת בשלח תשפ"ה
בהיכל ישיבה גדולה
https://portal.teleground.com//media/sa ... 888100.wav
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
המאי"ר לארץ ולדרים - לחן ולכבוד צב"י תפארה:
הרבני החסיד המרומם מו"ה מאיר צבי הכהן ראטה שליט"א ומשפחתו החשובה קויפט אָפּ זכות אדיר פון חדר לתורה ולתפלה אין ביהמ"ד הגדול-בנין אליהו דק"ק קרית יואל; "חדר מאיר צבי"
הביאנו המלך חדריו:
גמר וקנין המקח צושטאנד געקומען ביי מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, מיט די באטייליגונג פון נדבן הגדול הי"ו ומשפחתו החשובה, הגה"צ אבד"ק ור"מ שליט"א, חברי הנהלת הקהלה און ועד קרן הבנין
נעכטן מאנטאג בשלח אויפדערנאכט האבן תלמידי וחסידי סאטמאר בכלל און תושבי קרית יואל בפרט אויפנומען מיט פרייד די בשורה טובה ומרנינה, אַז ס׳איז בהורמנותא דמלכא של הוד כ״ק מרן רבינו שליט״א נקבע געוואָרן דער נייער כתר שם טוב פון איינע פון די נייע חדרי תורה ותפלה אין ביהמ"ד הגדול-בנין אליהו דק"ק קרית יואל, וואס שפרודעלט מבוקר ועד ערב, דורך די אלפי באי בית ה' בתורה ובתפלה, ויקרא שמו "חדר מאיר צבי", לכבודו פון הרבני הנכבד, מהיושבים ראשונה בממלכת סאטמאר, הרה"ח ר' מאיר צבי הכהן ראטה הי"ו, ומשפחתו החשובה.
דער נייער 'חדר מאיר צבי', גערופן ביז יעצט 'חדר א'', איז אין די לעצטערע חדשים זינט די אויפבוי פונעם מעכטיגן בנין ביהמ"ד הגדול אויסגעוואקסן אלס צוצואינגס קראפט פאר טויזענטער תושבי העיר וועלכע קומען פון נאָענט און פון ווייט זיך קובע צו זיין בעבודת התפלה אין די גרויסע רחבות'דיגע שטיבלעך - וואס ווירבלט טעגליך אלס קרית יואל'ס מנינים צענטער מיט די פולע מניני שחרית אונטער א געניטע סדר פון יעדע 10 מינוט א מנין, נאכגעפאלגט מיט די מניני מנחה און מעריב ביז אין די שפעטע נאכט שטונדן - וועט אַצינד ווערן נתעלה ונתרומם מיט'ן נאָמען פון דעם האי איש חסיד, הרבני הנגיד הנכבד, הרה"ח ר' מאיר צבי הכהן ראטה הי"ו, מיט די פאנטאסטישע נדבה פון הרה"ח ר' מאיר הי"ו און די חשוב'ע קינדער, אין שפיץ פון הר"ר משה יחיאל הי"ו, דער געטרייער גבאי אין ביהמ"ד אהל רחל אין ירושלים עיה"ק, און הר"ר חיים הי"ו, פון די חשוב'ע עסקנים לכל קדשי בית סאטמאר, וואס נעמען אן אקטיווע טייל אין די אייביגע הנצחה לכבוד אביהם שליט"א.
נעכטן מאנטאג אויפדערנאכט איז פאָרגעקומען אַן ערהאַבענע מסיבת לחיים וגמר הקנין, בביתו נאוה קודש פון כ״ק מרן רבינו שליט״א וואו דער חשוב'ער נדבן הי"ו האט אונטערגעשריבן דעם שטר קנין זכות, וואס האט ערהאלטן דעם גושפנקא דמלכא מיט די חתימה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א, באגלייט מיט ברכת קדשו פאר'ן חשוב'ן נדבן און די גאנצע משפחה. רבינו שליט"א האָט געוואונטשן אז דער זכות זאל מגין זיין אויף די גאנצע משפּחה,, ער זאל זען ווייטער הויפנס תענוג ונחת דקדושה מכל יוצאי חלציו, וועלכע שפּאַנען אַלע אויפ׳ן דרך הסלולה לנו, ועוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים מתוך נחת ושמחה והרחבת הדעת, ביז מ׳וועט שוין זוכה זיין צום ״עתידין להקבע בארץ ישראל״.
ביי דער הערליכער מסיבה בקודש פנימה האָבן זיך באַטייליגט אויך די חברי הנהלת הקהלה און ועד קרן הבנין, און די חשוב׳ע בני המשפּחה פון דעם נדיב המרומם הרה״ח רבי מאיר צבי הכהן שליט"א, זיינע געטרייע קינדער און אייניקלעך, וועלכע טוען ווייטער פאָרזעצן דעם הייליגן וואַרימען פלאַם פאר סאַטמאַר וואָס זייער געהויבענער עטרת המשפּחה שליט"א טוט אין זיי אריינפלאנצן צו יעדע צייט.
דער אפקויף פון דעם "שם חדר התפלה" פון א מקום קדוש רחבת ידים בתוככי בנין בית המדרש הגדול – בנין אליהו, וועט טאקע פאראייביגט ווערן בשם הראוי "חדר מאיר צבי" ולנצח צדקתו עומדת, אלס דער הוא הגבר הוקם על וואס טוט דערמעגליכן בעז"ה די רבבות שעות פון תורה ותפלה אין דעם מקום קדוש, ולזכותו וועט נזקף ווערן די זכותים מופלאים אויף אייביג.
לחן ולכבוד צב"י תפארה!

ס'איז אין פלאן אז הגה''צ מאנסי רב שליט''א וועט אינטערנעמען א נסיעה קיין לאנדאן אויפצוטרייבן גרויסע געלטער פארן פריאעקטחכם עתיק האט געשריבן: ↑פרייטאג יאנואר 31, 2025 9:36 am מאַסיווע פאָרשריט ביי די גאַלאָפּירנדע בוי-אַרבעט ביים מגדל אדיר "בנין תלמוד תורה החדש" אויף סאַוט מעדיסאָן!
די הערצער ווערן אָנגעפילט פון פרייד, הערנדיג און זעענדיג די דראַמאַטישע פאָרשריט וואָס ווערט געמאַכט ביים ריזן מבצר התלמוד תורה הענקי מיט יעדע פאַרבייגייענדע טאָג ברוב סייעתא דשמיא
אין די לעצטע צוויי וואָכן איז די אַרבעט פאַרלאַנגזאַמט געוואָרן צוליב די ביטערע פרעסטן, אָבער ברוב סייעתא דשמיא איז די אַרבעט די וואך אַריין אין העפטיגע פאַזעס זיך רוקנדיג נענטער און נענטער צום פריידיגן השלמת הבנין!
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס האט היינט געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול אין בארא פארק לרגל די ברית בחצרות קדשינו, קומט יעצט אן בבית כ"ק מרן אדמו"ר ממונקאטש שליט"א מפאר צו זיין ביים אסיפת גדולי הדור אדמורי"ם ורבנים למען הצלת ילדי לב טהור.
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ונועדו אליך הנשיאים ראשי אלפי ישראל הם!
אין די יעצטיגע מינוטן דינסטאג בשלח נאכמיטאג האט זיך פארענדיגט א היסטארישע 'אסיפת גדולי הרבנים' אין די שטאט בארא פארק אין שטוב פון האדמו''ר מ'מונקאטש שליט''א אין שפיץ פון ראש גולת אריאל מרן רבינו עט''ר שליט''א, איבער די ברענענדיגע נושא העומד על הפרק, איבער די כת הידוע 'לב טהור' און איבער שוידערליכע זאכן וואס קומען פאר דארט, און די גדולי האדמורי''ם וראשי הישיבות האבן מטכס עצה געווען און דן געווען איבער פארשידענע פארצווייגטע פעולות ואת המעשה אשר יעשון, און האבן געהערט עדות פון רבנים חשובים און עסקנים דגולים וואס זענען עוסק במסי''נ וואס זענען געווען דארט און זענען עוסק אין דעי נושא.
צווישן אנדערע איז געהערט געווארן א פייערדיגע דרשה פון הגה''צ דומ''ץ קהלתינו אנטווערפן שליט''א,
אזוי אויך די ווייטערדיגע פלענער איז געזאגט געווארן דורך הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א,
און די טריקענע פאקטן דורך העסקן הדגול מוה''ר משה דוד נידערמאן הי''ו וואס ליגט פארמישט אין די ענינים די לעצטערע חדשים מיט די לאיערס, א באריכט פון א זיידע וואס האט דארט זיבן אייניקלעך. און פון הרה''ג עזרא משה כאירה שליט''א.
דערנאך האט העסקן מוה''ר שמעון ישראל פאזען הי''ו געשילדערט די מצב און מסיים געווען די אסיפה.

- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1195
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5019
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איך האב עס איבערגעליינט און איך פארשטיי נאכאלץ נישט עס שטייט אז טרוקענע פאקטן האט משה דוד איבערגעגעבן, און א זיידע האט גערעדט. הרה"ג עזרה משה כאירה שליט"א.
סא ביטע, אויב דו קענסט מסביר זיין.
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
איינער מיט ווידיא'ס/בילדער פונעם רבי'ן נעכטן נאכט ביים חתונה פונעם הויז בחור?
אפשר @נפתלי ?
אפשר @נפתלי ?
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
ומרדכ״י יושב בשער המלך!!!
נעכטן איז פארגעקומען א גאר פּראכטפולע אויפנאמע לכבוד כ״ק מרן רבינו שליט״א במעונו פון הרבני הנגיד היקר והנכבד מוה״ר מרדכי צבי רעטעק הי״ו, וואו עס איז פארגעקומען דער ״מעמד קנין זכות״ פונעם״שם הביהמ״ד״ החדש דקהלתינו הק׳ ״נחלת יעקב״ אויף וואלווארט סטריט!
בשעת׳ן באַזוך האבן אנטיילגענומען חברי הנהלת קהלתינו הק׳, הגה״צ דומ״ץ הביהמ״ד שליט״א, און די גבאים ועסקנים פונעם ביהמ״ד החדש אויף וואלוואורט, וואס האט זיך ארויסגעשטעלט ב״ה מיט אַן אומגעהויערע הצלחה למעלה מן המשוער!
ביי די הערליכע מסיבה איז ארויסגעהויבן געווארן מעשי תקפו וגבורתו פונעם חשוב׳ן נדיב, צב״י חמיד ורגיג, ומרדכ״י הולך וגדול, וועלכער איז הולך בדרכי אבותיו, זיין חשוב׳ער טאטע הרבני החסיד הנכבד מוה״ר אברהם יושע רעטעק שליט״א, חבר הנהלת הכוללים ד׳סאטמאר, מיט זיינע געוואלדיגע מעשי הצדקה והחסד, ובמיוחד מיט די יעצטיגע נדבה הגונה וואס האט ערמעגליכט צו קענען עפענען דעם ביהמ״ד ברוב פּאר והדר!
כ״ק מרן רבינו שליט״א האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע פעולות לטובה פונעם טייערן ראש הקהל, דער גענעראל פאר רבותינו הקדושים, הרה״ח רבי יעקב כהנא ז״ל, וואס האט זיך מוסר נפש געווען למען קהלתינו הק׳, און דערמיט ממשיך געווען דעם לאנגיאריגן קשר עליון פון משפּחת כהנא צו רבותינו הק׳ עצי התמרים זי״ע, ארומשמועסנדיג מיט שיינע זכרונות פון הייליגן עצי חיים זי״ע לכבוד די הילולא קדישא בעצם היום.
אין א בחינה פון ״אם תעורו ואם תעוררו את האהבה עד שתחפּץ״ האט דער חשוב׳ער נדיב אויפ׳ן פלאץ איינגעמאלדן פאר כ״ק מרן רבינו שליט״א, אז בנוסף צו זיין נדבה נכבדה והגונה אפּצוקויפן דעם ׳זכות שם הבנין׳ וואס ער האט תיכף מסלק געווען ״אויפ׳ן פלאץ״ לי״ק של רבינו שליט״א, טוט ער אויך נעמען אויף זיך דעם זכות פון ״גאנצן ערשטן יאר״ פונעם ביהמ״ד, אז דער נייער בית ה׳ זאל זיך אוועקשטעלן אויף פעסטע יסודות, לשם ולתפארת ולתהלה!
צום שלוס האט כ״ק מרן רבינו שליט״א געוואונטשן דעם חשוב׳ן נדיב ובני ביתו החשובה שתחי׳, אז די אלע זכותים זאלן ווייטער באגלייטן, געבענטשט צו ווערן בכל משאלות לבבם לטובה ולברכה, אנצוגיין מיט די מעשי הצדקה והחסד מתוך שמחה ונחת והרחבת הדעת, און די חשוב׳ע עסקנים זאלן ווייטער קענען אנגיין בהתרוממות קרן הביהמ״ד עד ביאת גואל צדק בב״א.
אשרי לו ואשרי חלקו! הוד והדר פּעלו!
סאטמאר נייעס און בילדער 

נפתלי האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 05, 2025 3:17 pm ומרדכ״י יושב בשער המלך!!!
נעכטן איז פארגעקומען א גאר פּראכטפולע אויפנאמע לכבוד כ״ק מרן רבינו שליט״א במעונו פון הרבני הנגיד היקר והנכבד מוה״ר מרדכי צבי רעטעק הי״ו, וואו עס איז פארגעקומען דער ״מעמד קנין זכות״ פונעם״שם הביהמ״ד״ החדש דקהלתינו הק׳ ״נחלת יעקב״ אויף וואלווארט סטריט!
אשרי לו ואשרי חלקו! הוד והדר פּעלו!
סאטמאר נייעס און בילדער
![]()
- שינאווער
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1195
- זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
- Location: שינאווע, פוילן.
- x 5019
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
@חכם עתיק כ'זעה אז כהאב עפעס אויפגעטון...
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
דינער לטובת כולל עצי חיים סיגוט אין בארא פארק