בלאט 368 פון 413

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:50 am
דורך פנחס דוד לעבאוויטש
זייער שיינע טיש געווען, כ'האב הנאה געהאט פון די זינגעריי ווארטנדיג אויפן רבי‘ן נישט זייענדיג קיין אפטער גאסט ביי טישן און מיין נערוון וואלט געפלאצט.. דער רבי איז אריינגעקומען פונקט אינמיטן א הערליכע ניגון וואס איז פארפאסט געווארן לכבוד די חתונה פון עלטסטן אור אייניקל, אזוי דאכט זיך, אויב איינער קען שיקן א לינק צום ניגון.. כוויל ענדיגן הערן.

חוץ מזה, א ריזן ציבור געווען ב"ה, שטארקע התעוררות געוועזן.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:53 am
דורך דער אויבערהאר
הערליכע טיש געווען,
הערליכע דברות קודש פיר מאל
מרן רבינו שליט"א הייבט אויף דעם עולם אויף א מאסיוון פארנעם,
אידן האבן פארגאסן טרערן ביי די ניגוני דביקות
הערצליכן דאנק פארן ראש המשוררים ר' עמרם אקער

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:03 am
דורך דעת קדשי
קאפהאלטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 11:00 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 8:06 pm זאת חנוכה - ק"ק קרית יואל

קהל עדתינו אלפי רבבות ישראל וועלן היינט נאכט ליל זאת חנוכה ווידעראמאל איבערפילן די בית המדרש הגדול עם סניפי' ביים מעמד מרומם לכבוד היום ווען אהרן עומ"ד ומדלי"ק לבבות בני ישראל לאביהם שבשמים מיט די דערהויבענע ניגונים לכבוד היום און די הייליגע דברות קודש היוצאים מלב טהור.
Pictures

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 2:56 am
דורך דער תהלים איד
Tzetl.jpg
Tzetl.jpg (151.44 KiB) געזען געווארן 1480 מאל

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 3:05 am
דורך בודקע
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 2:56 am Tzetl.jpg
לייק איט!

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 9:15 am
דורך חלום חלמתי
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 2:56 am Tzetl.jpg
לצים

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:38 pm
דורך שמח
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:50 am זייער שיינע טיש געווען, כ'האב הנאה געהאט פון די זינגעריי ווארטנדיג אויפן רבי‘ן נישט זייענדיג קיין אפטער גאסט ביי טישן און מיין נערוון וואלט געפלאצט.. דער רבי איז אריינגעקומען פונקט אינמיטן א הערליכע ניגון וואס איז פארפאסט געווארן לכבוד די חתונה פון עלטסטן אור אייניקל, אזוי דאכט זיך, אויב איינער קען שיקן א לינק צום ניגון.. כוויל ענדיגן הערן.

חוץ מזה, א ריזן ציבור געווען ב"ה, שטארקע התעוררות געוועזן.
קען נישט צופיל צולייגן, געווען הערליך, אזא געמיש פון שבועות ביינאכט, לג בעומר און הייליגע טעג טישן...

די התעוררות, געגועים, הודאה און שמחה איז געווען עפעס אויסערגעווענליך. און ווער רעדט נאך פון די תורות, מתוק מדבש!

א הערליכע טיש געווען, שכח פאר אלע וואס האבן א חלק דערין.

*
וועלכע ניגון זוכסטו? וואספארא ווערטער?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:56 pm
דורך שבת קודש
נעכטן זונטאג איז פארגעקומען אין ביהמ''ד הגדול אין ק''י ביים רבי'ן 6 ברית'ן בליעה''ר

ביזדערווייל שטייענדיג שוין חודש טבת האט מען ביזדערווייל נאך קיין איין מאל נישט געזאגט קיין תחנון היי יאר תשפ''ו אין ביהמ''ד הגדול

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:57 pm
דורך עריק
די רבי צינדט יעדע וואך נרות שבת? אדער נאר ווען ער איז צוגאסט חוץ לעיר?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:10 pm
דורך לכל קהלא
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:56 pm נעכטן זונטאג איז פארגעקומען אין ביהמ''ד הגדול אין ק''י ביים רבי'ן 6 ברית'ן בליעה''ר

ביזדערווייל שטייענדיג שוין חודש טבת האט מען ביזדערווייל נאך קיין איין מאל נישט געזאגט קיין תחנון היי יאר תשפ''ו אין ביהמ''ד הגדול
וואס איז הרה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א דארט געווען נעכטן. נאך געלט?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:11 pm
דורך להגדיל הטראסק
לכל קהלא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:09 pm
ווען איז די חתונה נעקסטע וואך?
די חתונה איז מיטוואך ויחי

הלואי ווען איך האב צייט און געלט פאר פאלם ספרינגס...

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:14 pm
דורך לכל קהלא
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:11 pm
לכל קהלא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:09 pm
ווען איז די חתונה נעקסטע וואך?
די חתונה איז מיטוואך ויחי

הלואי ווען איך האב צייט און געלט פאר פאלם ספרינגס...
ווען פארט מען קיין פאלם ספרינגס.נאך אינמיטן די שבעת ימי המשתה ?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:16 pm
דורך איך
דעת קדשי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:03 am
קאפהאלטער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 11:00 pm
לא ימושו מפיך האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 21, 2025 8:06 pm זאת חנוכה - ק"ק קרית יואל

קהל עדתינו אלפי רבבות ישראל וועלן היינט נאכט ליל זאת חנוכה ווידעראמאל איבערפילן די בית המדרש הגדול עם סניפי' ביים מעמד מרומם לכבוד היום ווען אהרן עומ"ד ומדלי"ק לבבות בני ישראל לאביהם שבשמים מיט די דערהויבענע ניגונים לכבוד היום און די הייליגע דברות קודש היוצאים מלב טהור.
Pictures
פארוואס איז די טשענדליר אויסגעלאשן חנוכה?

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:23 pm
דורך גראסערי
לכל קהלא האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 1:09 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:34 am זייער א שטארקע מעמד געווען
כרגיל
אבער מיט א רואיגקייט, ביז פורים איז נאך דא אסאך צו גיין...
א חתונה,
חידושים ביי שובבים ש"ס
א חמשה עשר בשבט טיש
א שבע ברכות
נאכדעם, אויב וועט נישט אריינפאלן נאך א מעמד אדער עומד על הפרק אינצווישן קומט שוין דער אזוי אויסגעווארטעטע יום טוב פורים...
ווען איז די חתונה נעקסטע וואך?
מיטוואך ויחי

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 3:32 pm
דורך הרב יאסל
רבינו שליט"א ביי הדלקת נר חנוכה ליל זאת חנוכה בביהמ"ד הגדול אין ק"י במעמד אלפי אנשי שלומינו.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 3:40 pm
דורך יאנטשי
עריק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:57 pm די רבי צינדט יעדע וואך נרות שבת? אדער נאר ווען ער איז צוגאסט חוץ לעיר?
מסתמא איז די רביצין נישט מיטגעפארן.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 4:21 pm
דורך פארענטשע שטופער
עריק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:57 pm די רבי צינדט יעדע וואך נרות שבת? אדער נאר ווען ער איז צוגאסט חוץ לעיר?
יא די רבי צינדט יעדע וואך אן א ברכה און מחוץ לעיר מיט א ברכה

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 4:37 pm
דורך אגד
סומקא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 2:22 am נישט אויסגעפעלט קיין צוועלף שטאק פארענטשעס
מען דארף אויסרייסן דעם מיינדסעט אז געפאקט איז די גוטע סעטינג און עטוואס לופט הייסט א פלאפ.

עס ברויך זיין פארקערט. געפאקט ברויך הייסן "נישט צוגעשטעלט גענוג פלאץ" און עטוואס לופט ברויך הייסן "קודאס פאר די עסקנים פארן צושטעלן גענוג פלאץ".

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 4:48 pm
דורך שבת קודש
אגד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 4:37 pm
סומקא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 2:22 am נישט אויסגעפעלט קיין צוועלף שטאק פארענטשעס
מען דארף אויסרייסן דעם מיינדסעט אז געפאקט איז די גוטע סעטינג און עטוואס לופט הייסט א פלאפ.

עס ברויך זיין פארקערט. געפאקט ברויך הייסן "נישט צוגעשטעלט גענוג פלאץ" און עטוואס לופט ברויך הייסן "קודאס פאר די עסקנים פארן צושטעלן גענוג פלאץ".
ריכטיג, די זאת חנוכה טיש איז געווען א פלאפ נישט צוגעשטעלט גענוג פלאץ ענדערשט אביסל מער ווי ווייניגער.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 6:40 pm
דורך פנחס דוד לעבאוויטש
שמח האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:38 pm וועלכע ניגון זוכסטו? וואספארא ווערטער?
על כל החסד, על כל החסד, על כל החסד אשר עשית, אשר עשית עמדי... כ'ווייס נישט צי ניי צי אלט.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 6:44 pm
דורך שינאווער
שבת קודש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 4:48 pm
אגד האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 4:37 pm
סומקא האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 19, 2025 2:22 am נישט אויסגעפעלט קיין צוועלף שטאק פארענטשעס
מען דארף אויסרייסן דעם מיינדסעט אז געפאקט איז די גוטע סעטינג און עטוואס לופט הייסט א פלאפ.

עס ברויך זיין פארקערט. געפאקט ברויך הייסן "נישט צוגעשטעלט גענוג פלאץ" און עטוואס לופט ברויך הייסן "קודאס פאר די עסקנים פארן צושטעלן גענוג פלאץ".
ריכטיג, די זאת חנוכה טיש איז געווען א פלאפ נישט צוגעשטעלט גענוג פלאץ ענדערשט אביסל מער ווי ווייניגער.
סא מהאלט שוין געהעריג ביי א מצב אז מדארף אנגרייטן פארן זאת חנוכה טיש אזויווי ביים נעילת החג.

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 6:47 pm
דורך נאסע שמאטעס
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 6:40 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:38 pm וועלכע ניגון זוכסטו? וואספארא ווערטער?
על כל החסד, על כל החסד, על כל החסד אשר עשית, אשר עשית עמדי... כ'ווייס נישט צי ניי צי אלט.
viewtopic.php?p=222898#p222898

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 6:59 pm
דורך פנחס דוד לעבאוויטש
נאסע שמאטעס האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 6:47 pm
פנחס דוד לעבאוויטש האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 6:40 pm
שמח האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 12:38 pm וועלכע ניגון זוכסטו? וואספארא ווערטער?
על כל החסד, על כל החסד, על כל החסד אשר עשית, אשר עשית עמדי... כ'ווייס נישט צי ניי צי אלט.
viewtopic.php?p=222898#p222898
יישר כח!

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 8:29 pm
דורך עומד על תלת
שמועס פון כ‘‘ק רבינו הגה‘‘ק שליט"א מיט ר‘ אריה ערליך משפחה, בעיקר נושא גיוס,
העברעיש..אלערט..

Re: סאטמאר (מהר"א): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 22, 2025 8:58 pm
דורך Think and Thank
נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 9:49 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2025 9:49 am
משה רבינו האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 16, 2025 4:40 pm קיינמאל נישט געזעהן די רבי אן קיין גלעזער איז אן ענין צו קוקן אן גלעזער
טוט ער יעדע נאכט אויס די גלעזער?
טייל מאכן שוין דערפון א מנהג 🫣
פארוואס מאכסטו חוזק? האסט נאך קיינמאל געהערט איבער א קפידה פון קוקן אן די גלעזער?

דאכט זיך דער מונקאטשער שרייבט אז ווען די לעכט איז ארומגענומען מיט א גלאז, איז מען נישט יוצא. ער האלט אז דאס הייסט נישט געזעהן די לעכט גופא. עס זענען דא וואס זענען זיך נוהג משום זה צו קוקן אויף די לעכט אן די גלעזער.

אזוי אויך אין סימן רח"צ הלכות הבדלה, איז אויך א שמועס אויב מען קען מאכן א בורא מאורי האש אויב די פייער איז אין א גלאז. דער מחבר (מקורו בגמרא ירושלמי) האלט אז מען קען נישט מאכן א ברכה. אנדערע זענען טאקע חולק ובניהם המג"א. אבער דער משנה ברורה פסק'ענט אז מען זאל מחמיר זיין.

עכ"פ, קיין מנהג שטות איז עס נישט. דאס האט שוין א יסוד להלכה.

דוכט זיך אז קיינער פון די דערמאנטע פוסקים האלט נישט אז קריאת התורה דארף זיין אן קיין גלעזער, ובפשטות הטעם אז די גלעזער ווערן בטל צום אויג און עס הייסט געהעריג ראיה (כ"כ החזו"א ועוד).