בלאט 37 פון 121

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 8:57 pm
דורך אביסל טיפער
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 7:12 pm ווילידזש באס נישט געהאלטן סאושעל דיסטענסינג מיט בנין דזשינדזשי.
ערשטע באריכטן: קיין געשעדיגטע ב"ה.
קרעדיט: אייוועלט.
בנין דזשינדזשי??

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:21 pm
דורך וואסאפשט
ניין מיט די בנין קארנער פארעסט און קארטער
כ'מיין האפמאן חתן מארקאוויטש וואוינט דארט

אגב בין איך דורך געפארן בשעת מעשה
ס'האט אויסגעזען זייער שרעקעדיג
די באס האט ממש צוגערירט די הויז

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 11:17 pm
דורך בערל דער פייפער
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:21 pm ניין מיט די בנין קארנער פארעסט און קארטער
כ'מיין האפמאן חתן מארקאוויטש וואוינט דארט

אגב בין איך דורך געפארן בשעת מעשה
ס'האט אויסגעזען זייער שרעקעדיג
די באס האט ממש צוגערירט די הויז

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 2:35 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
בערל דער פייפער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 11:17 pm
וואסאפשט האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 9:21 pm ניין מיט די בנין קארנער פארעסט און קארטער
כ'מיין האפמאן חתן מארקאוויטש וואוינט דארט

אגב בין איך דורך געפארן בשעת מעשה
ס'האט אויסגעזען זייער שרעקעדיג
די באס האט ממש צוגערירט די הויז
https://www.dropbox.com/scl/fi/2gr9193p ... wns9o&dl=0

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 23, 2023 10:15 pm
דורך גראסערי
שטייט אין היימשטאט אז געוויסע בילדינגס אין שכונת דברי יואל האבן באקומען 60 סוער פערמיטס

ווייסט איינער צו דאס איז די רענטעלס אדער די וואס זענען געווען אויף סעיל??

יישר כח

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 4:16 pm
דורך טיפע טאשן
Daily Monroe: Emergency Services are on the scene of a serious accident on RT-208 and Red Bird Dr.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 5:56 pm
דורך להגדיל הטראסק
בשער בת רבים טו איך דא אויסדרוקן א הארציגע דאנק פאר מיינע ידידים "חביבים" פון קרית יואל, אזוי אויך פאר די איינגעשטעלטע אינעם דערבייאיגן געשעפט, וואס האבן מיר אקארשט ארויסגעהאלפן און בליץ שנעל רעספאנדעט ארויסצונעמען מיין אויטא פון א דיטש.

זיי האבן עס געטון קריעטיוו מיט אחריות, מיט א ווארעם אידיש הארץ ווי עס פאסט פאר בני אברהם אבינו.

זאל דער אייבערשטער העלפן און ענק ארויסנעמען יעדער פון זיין דיטש, און ענק זאלן זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט א שמחה און א פרישקייט מתוך הרחבת הדעת תמיד!!!

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:20 pm
דורך דאנק
מען זאגט ר' שלמה רובין שלעפט יעצט אויף מקומות הק' עטליכע הינדערט היימישע סאטמארע אידן לטובת בנין בית מדרשו און פראוועט א שבת אין ליזענסק.
איז ערגעץ דא פיקטשערס/פראפאגאנדע פון די נסיעה ?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:16 pm
דורך פריילאך
מיט הונדערט דרייסיג אידן ב”ה די אידען וואס האבן זיך מתחייב געווען 5 אלפים פארן נייעם שול האבן געקענט מיטפארן. ס’האט עקסטער געקאסט די נסיעה אליין

ס’איז אזא שטילע ווינקל,
פראפעגאנדע גייט נישט אן דארט אויפדערווייל...

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:19 am
דורך בן תורה
פריילאך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:16 pm מיט הונדערט דרייסיג אידן ב”ה די אידען וואס האבן זיך מתחייב געווען 5 אלפים פארן נייעם שול האבן געקענט מיטפארן. ס’האט עקסטער געקאסט די נסיעה אליין

ס’איז אזא שטילע ווינקל,
פראפעגאנדע גייט נישט אן דארט אויפדערווייל...
פראפעגאנדע מוז נישט מיינען פלאקאטן אויף אלע גאסן, סקען אויך מיינען די צעטלעך וואס האבן געהאנגען דארט אין שוהל.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:22 am
דורך דאנק
פריילאך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:16 pm
ס’איז אזא שטילע ווינקל,
פראפעגאנדע גייט נישט אן דארט אויפדערווייל...
זיי האבן נישט מארקערטערס וואס דרייען אהן פראפאגאנדע פארן קאמפיין ?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:42 am
דורך פריילאך
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:19 am
פריילאך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:16 pm מיט הונדערט דרייסיג אידן ב”ה די אידען וואס האבן זיך מתחייב געווען 5 אלפים פארן נייעם שול האבן געקענט מיטפארן. ס’האט עקסטער געקאסט די נסיעה אליין

ס’איז אזא שטילע ווינקל,
פראפעגאנדע גייט נישט אן דארט אויפדערווייל...
פראפעגאנדע מוז נישט מיינען פלאקאטן אויף אלע גאסן, סקען אויך מיינען די צעטלעך וואס האבן געהאנגען דארט אין שוהל.
יעדע שול מאכט א קאמפיין פאר געלט אויב מ’וויל בויען, אין פארשידענע בתי מדרשים פארט מען אוועק אויף שבתים צוזאמען,
מ’מאכט א קאמפיין לאקאל,
דא איז די קאמפיין געווען נאר אין שול, נישט אדווערטייזט ברבים , דאס הייסט א אפיעל ,
פראפעגאנדע איז לדוגמא מ’גייט בויען ביהמ”ד הגדול (גארפיעלד/פארעסט)
פארשטענדליך?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:43 am
דורך פריילאך
למעשה גייען דארט זיין שבת אין ליזענסק בערך 150 אידן בליע”ה.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:12 am
דורך פארפאלענער
8111.jpeg
8111.jpeg (150.6 KiB) געזען געווארן 1038 מאל

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:36 pm
דורך בן תורה
פריילאך האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:42 am
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:19 am
פריילאך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:16 pm מיט הונדערט דרייסיג אידן ב”ה די אידען וואס האבן זיך מתחייב געווען 5 אלפים פארן נייעם שול האבן געקענט מיטפארן. ס’האט עקסטער געקאסט די נסיעה אליין

ס’איז אזא שטילע ווינקל,
פראפעגאנדע גייט נישט אן דארט אויפדערווייל...
פראפעגאנדע מוז נישט מיינען פלאקאטן אויף אלע גאסן, סקען אויך מיינען די צעטלעך וואס האבן געהאנגען דארט אין שוהל.
יעדע שול מאכט א קאמפיין פאר געלט אויב מ’וויל בויען, אין פארשידענע בתי מדרשים פארט מען אוועק אויף שבתים צוזאמען,
מ’מאכט א קאמפיין לאקאל,
דא איז די קאמפיין געווען נאר אין שול, נישט אדווערטייזט ברבים , דאס הייסט א אפיעל ,
פראפעגאנדע איז לדוגמא מ’גייט בויען ביהמ”ד הגדול (גארפיעלד/פארעסט)
פארשטענדליך?
אזוי קוקסטו עס אן, איך הער. ווען א קליין שוהל'עכל מאכט א מצב צו אנווארעמען דעם ציבור זיך צו משתתף זיין מיט ריזיגע סכומים איז עס אויך פראפעגאנדע, נאר אויף א לאקאלע פארנעם.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:40 pm
דורך שבת קודש
פריילאך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:16 pm מיט הונדערט דרייסיג אידן ב”ה די אידען וואס האבן זיך מתחייב געווען 5 אלפים פארן נייעם שול האבן געקענט מיטפארן. ס’האט עקסטער געקאסט די נסיעה אליין

ס’איז אזא שטילע ווינקל,
פראפעגאנדע גייט נישט אן דארט אויפדערווייל...
130 מאל 5 אלפים איז 650 טויזענט דאלער, אזא שוהל דארף אפצוקאסטן שווערע מילאנען דאלער איז דא גרויסע נדבנים פאר דעם?
[קענסט דא עפענען א ביהמ''ד צישנובע טעמע]

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 10:42 pm
דורך לעבער מיט שוואמען
IMG_20231228_223931_565.jpg
IMG_20231228_223931_565.jpg (82.64 KiB) געזען געווארן 857 מאל

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג דעצעמבער 29, 2023 10:14 am
דורך ווער
unnamed (71) (1).jpg
unnamed (71) (1).jpg (118.89 KiB) געזען געווארן 778 מאל

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מוצש"ק דעצעמבער 30, 2023 11:14 pm
דורך מחדש
יעצט דורוך געבלעטערט די היימשטאט פון פאריגע וואך פרשת ויגש, איך האב זייער נישט געגעליכן די נעגאטיווע העצערישע טאן קעגן פערעלס און די בריוו וועגן די עירוב טראק, עס איז אמת אז דעת קדשי איז טאקע קעגן פערעלס וכו' אבער שיק מיר נישט אהיים וועכענטליך קיין פאשקאווילן, א צייטונג קומט צו זיין פאזאטיוו קלין, אויב גייט די היימשטאט אנהאלטן מיט די ליניע וועט עס קונה שביתה זיין פלאטץ אינעם גארביטש אינאיינעם מיטען קאלעגע די וואכענשריפט.

ביטע אויב איינער קען זיי איבערגעבן דעת קדשי.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 12:05 am
דורך קיינמאל
ווי קען איך זעהן די וואכעדיגע שמחה צעטל

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:26 am
דורך יאנטשי
שבת קודש האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 12:40 pm
פריילאך האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 11:16 pm מיט הונדערט דרייסיג אידן ב”ה די אידען וואס האבן זיך מתחייב געווען 5 אלפים פארן נייעם שול האבן געקענט מיטפארן. ס’האט עקסטער געקאסט די נסיעה אליין

ס’איז אזא שטילע ווינקל,
פראפעגאנדע גייט נישט אן דארט אויפדערווייל...
130 מאל 5 אלפים איז 650 טויזענט דאלער, אזא שוהל דארף אפצוקאסטן שווערע מילאנען דאלער איז דא גרויסע נדבנים פאר דעם?
[קענסט דא עפענען א ביהמ''ד צישנובע טעמע]
איך גלייב אז די רוב האט געגעבן מער ווי 5 אלפים, אבער עס דארף דאך זיין א מינימום צו קענען מיטפארן (און די מעוטי יכולת זאלן זיך אויך אנשטרענגען)

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 10:16 am
דורך אנדערער
פארפאלענער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 11:12 am 8111.jpeg
וואס איז אזוי ספעציעל מיט דעם טשיף טראק? איך פרעג ווייל איך ווייס נישט

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 1:23 pm
דורך פישפיקלאדיין
מחדש האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 30, 2023 11:14 pm יעצט דורוך געבלעטערט די היימשטאט פון פאריגע וואך פרשת ויגש, איך האב זייער נישט געגעליכן די נעגאטיווע העצערישע טאן קעגן פערעלס און די בריוו וועגן די עירוב טראק, עס איז אמת אז דעת קדשי איז טאקע קעגן פערעלס וכו' אבער שיק מיר נישט אהיים וועכענטליך קיין פאשקאווילן, א צייטונג קומט צו זיין פאזאטיוו קלין, אויב גייט די היימשטאט אנהאלטן מיט די ליניע וועט עס קונה שביתה זיין פלאטץ אינעם גארביטש אינאיינעם מיטען קאלעגע די וואכענשריפט.

ביטע אויב איינער קען זיי איבערגעבן דעת קדשי.
די פערלס ארטיקל האב איך נישט געליינט, האט אויסגעקוקט א קאפי פון דער בלאט.

אבער די בריוו פון ר' ישראל הערש אינטערגעשריבן מיט א נאמען איז געווען זיס און זיך צו באלעקן יעדעס ווארט, טייערע אויפריכטיגע דיבורים, א בריוו מיט א נאמען איז די ווייטסטע זאך פון א פאשקעוויל.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:45 pm
דורך יואל ל.
מחדש האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 30, 2023 11:14 pm יעצט דורוך געבלעטערט די היימשטאט פון פאריגע וואך פרשת ויגש, איך האב זייער נישט געגעליכן די נעגאטיווע העצערישע טאן קעגן פערעלס און די בריוו וועגן די עירוב טראק, עס איז אמת אז דעת קדשי איז טאקע קעגן פערעלס וכו' אבער שיק מיר נישט אהיים וועכענטליך קיין פאשקאווילן, א צייטונג קומט צו זיין פאזאטיוו קלין, אויב גייט די היימשטאט אנהאלטן מיט די ליניע וועט עס קונה שביתה זיין פלאטץ אינעם גארביטש אינאיינעם מיטען קאלעגע די וואכענשריפט.

ביטע אויב איינער קען זיי איבערגעבן דעת קדשי.
א אינטערגעשריבענע צעטל (מיט א געהעריגע נאמען) איז נישט קיין פאשקעוויל. און רייך העצט נישט און בעט זיך פאר א דאלאר צו דעקן דעם "געדעקטן" טראק

Re: נייעסן ארום "קרית יואל" ניו יארק

געפאוסט: דינסטאג יאנואר 02, 2024 6:23 pm
דורך קיינמאל
לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 6:06 pm נייע פּאַרקינג לאט ביי בית מדרש בית כהנא אויף חברון (מהרי"י) כמעט פארטיג אין איז שוין אין באנוץ
וואס איז פשט אז מהאט נאך אלטס נישט אוועג גענומען די סעמענטנע בלאקערס אין פראנט פון די שול וואס שטערט די גאנצע גאס

איך האב געמיינט אז די סיבה פארוואס מען האט עס געלייגט איז וועגן עס איז נישט געווען קיין פארקינג צוגעשטעלט ביי די שול