חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4051
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 6934

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וואוילער »

איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 4:22 pm מ'דארף דא וויסן צוויי זאכן

צו קהילה א' איז מזכה קהילה ב' מיט די פת?
און צו קהילה ב' איז זוכה?

(אויב קהילה ב' וויל נישט זוכה זיין (כ'גלייב זיי ווילן יא, איך שרייב נאר אויב), דאן זענען דא גענוג וואס זענען מתיר אעפ''כ אזויווי אין ב''פּ וויליאמסבורג וכו'
אבער אויב קהילה א' (די וואס האבן געמאכט די עירוב) זענען נישט מזכה בכלל קהילה ב' דאן איז די עירוב וויירשיינדליך פסול, חוץ אויב ס'נעמט פשוט נישט אריין די הייזער פון חברי קהילה ב')
איך טראכט נישט אויף קהילה א' אזעלכע זאכן, הגם ס'וואלט געמאכט סענס אז א מענטש זאל וועלן טוהן אזוי פאר א קהילה וואס האט זיך אפגעטיילט, דאך זאגט מיר מיין הארץ אז זיי וועלן זיין העכער פון דעם און זיך פירן אויף די קלוגערע וועג.
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

וואוילער האט געשריבן: מוצש"ק אוגוסט 30, 2025 10:38 pm
איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 4:22 pm מ'דארף דא וויסן צוויי זאכן

צו קהילה א' איז מזכה קהילה ב' מיט די פת?
און צו קהילה ב' איז זוכה?

(אויב קהילה ב' וויל נישט זוכה זיין (כ'גלייב זיי ווילן יא, איך שרייב נאר אויב), דאן זענען דא גענוג וואס זענען מתיר אעפ''כ אזויווי אין ב''פּ וויליאמסבורג וכו'
אבער אויב קהילה א' (די וואס האבן געמאכט די עירוב) זענען נישט מזכה בכלל קהילה ב' דאן איז די עירוב וויירשיינדליך פסול, חוץ אויב ס'נעמט פשוט נישט אריין די הייזער פון חברי קהילה ב')
איך טראכט נישט אויף קהילה א' אזעלכע זאכן, הגם ס'וואלט געמאכט סענס אז א מענטש זאל וועלן טוהן אזוי פאר א קהילה וואס האט זיך אפגעטיילט, דאך זאגט מיר מיין הארץ אז זיי וועלן זיין העכער פון דעם און זיך פירן אויף די קלוגערע וועג.
איך האב געהערט אז רבי יהושע רובין האט איינגעלאדענט מענטשן וואס זענען קעגן די קהלה צו קומען איינטייל נעמען אין די מעמד זיכוי הפת אבער זיי האבן אפגעזאגט פון קומען.
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

ישוב החדש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 1:09 pm זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו.

נאך לאנגע יארן פון גאר שווערע הארעוואניע און גאר אסאך געלט. האלט מען שוין דא אז די עירוב אין קאסא גראנדע איז שוין אויפגעשטעלט לשם ולתפארת מיט אלע הידורים וואס מען פראבירט נאכצוקומען אין די חסידישע מקומות ווי מאנסי אדער קרית יואל אא"וו.

די עירוב איז געווען די איניטיעטיוו פונעם מייסד היישוב הרב יהושע רובין וועלעכע האט געספאנסערט די ארום $50,000 פאר די עירוב.

און מיט די שווערע ארבייט שלא על מנת לקבל פרס פונעם חשוב'ן עסקן לכל דבר שבקדושה הר"ר יצחק גרין הי"ו, וועלעכע האט אריינגעלייגט לילות כימים פאר כמעט דריי יאר אז די עירוב זאל צושטאנד קומען און יעצט איז ער ברוך ה'מברך על המוגמר.

אינאיינעם מיט הרה"ג רבי יצחק אייזיק בערגער דומ"ץ קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע, וועלעכע האט אים באגלייט די גאנצע צייט מיט די הלכהד'יגע דעטאלן און גאר אסאך כוחות אריינגעלייגט אז די עירוב זאל זיין בתכלית ההידור.

אויך הרה"ג רבי שמעון אברהם אינדיג שליט"א אבד"ק ריבאטיטש, איז געווען כסדר אין פארבינדונג מיט עצות און ענטפערן הלכהד'יגע שאלות וויאזוי צו מאכן די עירוב און איז עטליכע מאל געקומען צו פארן קיין קאסא גראנדע צו העלפן אויספלאנירן דעם עירוב מיט די שענסטע הידורים.

און צום לעצט איז צוגעקומען די הילף פון ר' משה סורקיס הי"ו, וועלעכע האט געשאפט און געווען עומד על גביו אינאיינעם מיט רבי יצחק גרין אויף דעם קאנטראקטער פון די עירוב, איבערגעבנדיג זיך די לעצטע פאר וואכן די גאנצע צייט צו ענדיגן דעם עירוב וואס גיכער.

נאך וואס די עירוב איז בס"ד פארטיג געווארן האט די רב הרב חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע, זיך פארבינדן מיט עטליכע רבנים וואס האבן עקספעריענס אין די תחום פון עירובין, צאמצושטעלן א ועד הרבנים צו שטיין אינאיינעם על המשמר אז די עירוב זאל זיין בתכלית הכשרות. און די וואך זענען טאקע צוויי גאר חשוב'ע רבנים געקומען צו פארן און געגעבן זייער השגחה אויפן עירוב, נאך עטליכע רבנים קומען בעזה"ש די קומענדיגע וואך.

היינט נאך חצות וועט בס"ד פארקומען די מעמד זיכוי הפת אין שטוב פונעם מרא דאתרא האדמו"ר מדינוב שליט"א.
הרב רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע באגלייט די רבנים צו באווייזן דעם עירוב.

ווערן הגאון רבי יעקב זיידא שליט"א דומ"ץ ויזניץ וויליאמסבורג אינאיינעם מיט הגאון רבי שמעון אברהם אינדיג שליט"א אבד"ק ריבאטיטש אין באגלייטונג פונעם מייסד היישוב הרב יהושע רובין און די חשוב'ע עסקנים רבי יצחק גרין און רבי משה סורקיס.

פאר מער בילדער זעהט דא https://drive.google.com/drive/folders/ ... GkJm34n8dE
פיילס
IMG_4287~2.JPG
IMG_4287~2.JPG (382.63 KiB) געזען געווארן 1740 מאל
IMG_4303~2.JPG
IMG_4303~2.JPG (237.96 KiB) געזען געווארן 1740 מאל
IMG_4300~2.JPG
IMG_4300~2.JPG (347.58 KiB) געזען געווארן 1740 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

קבלת פנים פאר די רבני ועד העירוב, אין שטוב פונעם מייסד היישוב הרב יהושע רובין.
פיילס
IMG-20250826-WA0063.jpg
IMG-20250826-WA0063.jpg (136.51 KiB) געזען געווארן 1722 מאל
IMG-20250826-WA0062.jpg
IMG-20250826-WA0062.jpg (134.03 KiB) געזען געווארן 1722 מאל
IMG-20250826-WA0064.jpg
IMG-20250826-WA0064.jpg (123.98 KiB) געזען געווארן 1722 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

ביים פארטיגן איבערקוקן דעם עירוב האט מען געזעהן א זעלטן גרויסע זאמד שטורעם אנקומען.
IMG_4338.JPG
IMG_4338.JPG (156.27 KiB) געזען געווארן 1717 מאל
IMG-20250830-WA0014.jpg
IMG-20250830-WA0014.jpg (123.03 KiB) געזען געווארן 1717 מאל
CG Eiruv Double Moduah (2).jpg
CG Eiruv Double Moduah (2).jpg (262.78 KiB) געזען געווארן 1717 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

מעמד זיכוי הפת פארן עירוב זכרון משה חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע

די זיכוי הפת איז פארגעקומען פרייטאג פרשת שופטים ה' אלול נאך חצות, אין שטוב פונעם מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א ווי דער מייסד היישוב הרב יהושע רובין האט איבערגעגעבן די פת פאר אביו דעם רבי'ן שליט"א וועלעכע האט געמאכט די ברכה אין איבערגעגעבן דעם פת פאר הרב רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.

צום מעמד האט דער מייסד היישוב געמאכט זיכער און גערופן אלע קרייזן פון שטאט צו קומען איינטיילנעמען אין די מעמד.

צום מעמד זענען זיך צאמגעקומען טייל פון די תושבי קאסא גראנדע וואס האבן געוואלט בייוואוינען אזא היסטאריע מעמד.
פיילס
IMG-20250830-WA0024.jpg
IMG-20250830-WA0024.jpg (258.37 KiB) געזען געווארן 1700 מאל
IMG-20250829-WA0036.jpg
IMG-20250829-WA0036.jpg (381.1 KiB) געזען געווארן 1700 מאל
IMG-20250830-WA0023.jpg
IMG-20250830-WA0023.jpg (287.17 KiB) געזען געווארן 1700 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

וכן נוהגין האט געשריבן: זונטאג אוגוסט 31, 2025 2:31 am מעמד זיכוי הפת פארן עירוב זכרון משה חיים ד'קאסא גראנדע אריזאנע

די זיכוי הפת איז פארגעקומען פרייטאג פרשת שופטים ה' אלול נאך חצות, אין שטוב פונעם מרא דאתרא דינוב'ע רבי שליט"א ווי דער מייסד היישוב הרב יהושע רובין האט איבערגעגעבן די פת פאר אביו דעם רבי'ן שליט"א וועלעכע האט געמאכט די ברכה אין איבערגעגעבן דעם פת פאר הרב רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.

צום מעמד האט דער מייסד היישוב געמאכט זיכער און גערופן אלע קרייזן פון שטאט צו קומען איינטיילנעמען אין די מעמד.

צום מעמד זענען זיך צאמגעקומען טייל פון די תושבי קאסא גראנדע וואס האבן געוואלט בייוואוינען אזא היסטאריע מעמד.
ביים לחיים נאכן זיכוי הפת האט דער מרא דאתרא דינוב'ע רבי ספעציעל אנגעוואונטשן די עסקני העירוב רבי יצחק גרין און רבי משה סורקיס
פיילס
IMG-20250830-WA0027.jpg
IMG-20250830-WA0027.jpg (244.62 KiB) געזען געווארן 1699 מאל
IMG-20250830-WA0028.jpg
IMG-20250830-WA0028.jpg (226.32 KiB) געזען געווארן 1699 מאל
IMG-20250830-WA0029.jpg
IMG-20250830-WA0029.jpg (226.09 KiB) געזען געווארן 1699 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

יישר כוח פאר רבי יהושע רובין פארן צושטעלן פאר אונז תושבי קאסא גראנדע אלע געברויכן כאילו עס איז שוין א עטעבאלירטע שטאט מיט טויזענטער איינוועוינער. אלעס האט רבי יהושע געספאנסערט פון זיין אייגענעם טאש. זיצינדיג שוין אין קאסא גראנדע מיט שווערע מיליאנען דאלער.

בתי מדרשים, הערליכע גראסערי, תלמוד תורה, מיידל שולע, מקווה טהרה, געשמאק כשר'ע טעיק-אויט פאר שבת און וואכן מיעלס, א בוטשער, היימישע ביזנס/אפיס צענטער, קהילה ריעל עסטעיט אפיס, כשרות ארגעניזאציע און יעצט צו אלעם האבן אונז תושבי קאסא גראנדע זוכה געווען אז רבי יהושע האט אונז מזכה געווען אז אונז האמיר געהאט א כשר'ע עירוב דעם פארגאנגענעם שב"ק. אלעס האט ער צוגעשטעלט אזוי הערליך און שיין. ווי יעדער באוואונדערט ווער עס שטעלט צו אזא מעכטיגע גראסערי אין אזא קליין פלאץ. אזוי אויך די מקווה איז הערליך נישט פראוועזאריש אא"וו.

די געטריישאפט פון רבי יהושע'ן זאל אים באגלייטן צו מצליח זיין מיט זיין וויזשען. כלל ישראל דארף נאך אזעלעכע עסקנים.
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

נאכן באקוקן דעם עירוב האבן די בני הקהילה צוגעשטעלט א מנין מנחה בעפאר די שקיעה (אויסער די קביעות'דיגע מנין א האלבע שעה פאר 72) פאר הגאון רבי יעקב זיידה שליט"א דומ"ץ ויזניץ וויליאמסבורג אין שטוב פונעם מייסד היישוב רבי יהושע רובין וואס האט דערנאך צוגעשטעלט א סעודת ראש חודש און מסיבת לחיים לכבוד די חשוב'ע רבנים.
פיילס
IMG-20250831-WA0014.jpg
IMG-20250831-WA0014.jpg (178.9 KiB) געזען געווארן 1534 מאל
IMG-20250826-WA0053.jpg
IMG-20250826-WA0053.jpg (193.72 KiB) געזען געווארן 1534 מאל
IMG-20250826-WA0056.jpg
IMG-20250826-WA0056.jpg (218.84 KiB) געזען געווארן 1534 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

הערליכע כתבי הכשר פאר די עירוב פון הגאון רבי יעקב זיידה שליט"א דומ"ץ ויזניץ וויליאמסבורג. און הרה"ג רבי שמעון אברהם אינדיג שליט"א אבד"ק ריבאטיטש און הרב רבי חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים.
IMG-20250831-WA0022.jpg
IMG-20250831-WA0022.jpg (58.66 KiB) געזען געווארן 1546 מאל
IMG-20250831-WA0027.jpg
IMG-20250831-WA0027.jpg (102.33 KiB) געזען געווארן 1546 מאל
IMG-20250828-WA0084.jpg
IMG-20250828-WA0084.jpg (150.77 KiB) געזען געווארן 1546 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

הגאון רבי יעקב זיידה שליט"א דומ"ץ ויזניץ וויליאמסבורג קוקט איבער די מקווה טהרה פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע.

מען זעהט הרב חיים שלמה בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע און הרה"ג רבי שמעון אברהם אינדיג שליט"א אבד"ק ריבאטיטש ווייזן די מקווה פארן רב שליט"א וועלעכע איז נתפעל געווארן פון די הידורים וואס דער מייסד היישוב הרב יהושע רובין האט צוגעשטעלט אין די מקווה אויף די פארלאנג פונעם רב הרב ח"ש בערגער שליט"א אבד"ק קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
פיילס
IMG-20250826-WA0118(1).jpg
IMG-20250826-WA0118(1).jpg (177.88 KiB) געזען געווארן 1413 מאל
IMG-20250826-WA0121(1).jpg
IMG-20250826-WA0121(1).jpg (294.19 KiB) געזען געווארן 1413 מאל
IMG-20250831-WA0083(1).jpg
IMG-20250831-WA0083(1).jpg (257.76 KiB) געזען געווארן 1413 מאל
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1568
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5119

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Think and Thank »

ישוב החדש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 3:38 pm
איד האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 29, 2025 2:38 pm די עירוב איז בלויז פאר קהילה א'
אדער פאר יעדעם?
דער עירוב איז א שטאטישע אונטערנעמונג דורכ'ן מייסד הישוב ומייסד קהל חסידים הרב יהושע רובין, און די וועד העיר, לטובת אלע תושבי העיר.

עס וועלן עווענטועל מעגליך זיין דא מערערע ערליכע קהילות.

בינעך נייגעריג ווי לאנג עס וועט דויערן אז עס זאל זיך עפענען א צווייטע קהילה...
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 11:14 am

ס'איז שוין בעצם דא א צווייטע ביהמ"ד, אבער זיי רופן זיך מיט'ן זעלבן נאמען און עס איז געשטעלט מיט א מהלך אויף צו העלפן אינוועסטירער מבטל זיין די ועד העיר.

דער מייסד פון דעם יישוב גיט נישט רשות צו טון אזאנס אויף דעם וועג, ווייל דער עתיד פון די דירות איז געוואנדן דערין און די מיליאנען וואס ליגן דא אינוועסטירט זענען געווארן אריינגעלייגט אדעתא דהכי. ממילא רעדן מיר נישט פון יענע קהילה. (פונעם עירוב וזיכוי הפת האט מען בעצם נישט אויסגעשלאסן קיין שום יחיד).

אבער ס'וועט נאך אי"ה זיין אן אפיציעלע צווייטע קהלה, און מער ווי איינס אי"ה. עס וועט געטון ווערן ווען ס'וועט זיין גענוג כדי חלוקה, און ס'וועט זיין מיט די צוזאמענארבעט מיט די שטאטישע קהלה קהל חסידים. אזוי האט דעת תורה גע'פסקנט עפ"י שו"ע חו"מ והדברים פשוטים וברורים.

ב"ה אז עס קומען צו צו די קהלה פרישע כוחות כסדר, און די 4-יעריגע אינוועסטירונגען גייען אן גאר שטארק ב"ה, און דער ציבור איז אויסטערליש צופרידן סיי פון די וואוקס און סיי פון די סערוויסעס, מיט דירות פאר שפאט ביליג, הודו לה', כן יעזור ה' להלאה.
print
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: מיטוואך מערץ 12, 2025 1:31 pm
Location: monroe
x 29

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך print »

וכן נוהגין האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 12:36 pm

גוט געזאגט

און יעצט אז איר האט אנערקענט די פאקט אז עס זענען שוין יעצט דא מענטשן וואס האבן זיך אפגעטיילט (אפגעזען צו ביושר אדער שלא ביושר), קען מען צוריקקומען צו די אריגינעלע פראגע: איז די עירוב אויך כולל די יעצטיגע צווייטע קהילה?
אוועיטער
איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1006
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 1166

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך איד »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 1:09 pm

ער האט שוין פריער געענטפערט,
אז די עירוב איז כולל יעדער איינער
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1568
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5119

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Think and Thank »

איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 1:18 pm

פריער האט ער גערעדט אז ווען ס'גייט זיין מער ווי איין קהילה גייט עס זיי אויך ארייננעמען, כאילו יעצט איז נאכנישט דא אזא זאך. מיט דעם האט ער געגעבן א משמעות אז זיין אנטווארט וועגן 'כל תושבי העיר' נעמט עס נישט אריין די וואס האבן זיך שוין יעצט אפגעטיילט (לדעתו שלא ביושר).

דרך אגב, שרייבן כאילו עס עקזיסטירט נאכנישט קיין צווייטע ביהמ"ד איז נאריש און קינדיש, און די אנדערע קהילה ווערט נישט אויס נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען שרייבט אזוי.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21433

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 1:24 pm
איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 1:18 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 1:09 pm

און יעצט אז איר האט אנערקענט די פאקט אז עס זענען שוין יעצט דא מענטשן וואס האבן זיך אפגעטיילט (אפגעזען צו ביושר אדער שלא ביושר), קען מען צוריקקומען צו די אריגינעלע פראגע: איז די עירוב אויך כולל די יעצטיגע צווייטע קהילה?
ער האט שוין פריער געענטפערט,
אז די עירוב איז כולל יעדער איינער

פריער האט ער גערעדט אז ווען ס'גייט זיין מער ווי איין קהילה גייט עס זיי אויך ארייננעמען, כאילו יעצט איז נאכנישט דא אזא זאך. מיט דעם האט ער געגעבן א משמעות אז זיין אנטווארט וועגן 'כל תושבי העיר' נעמט עס נישט אריין די וואס האבן זיך שוין יעצט אפגעטיילט (לדעתו שלא ביושר).

דרך אגב, שרייבן כאילו עס עקזיסטירט נאכנישט קיין צווייטע ביהמ"ד איז נאריש און קינדיש, און די אנדערע קהילה ווערט נישט אויס נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען שרייבט אזוי.
ער האט יא קלאר געשריבן אלעס, האסט עס כנראה פארפאסט.

ער דארף נישט רעדן וועגן יענע אפגעטיילטע קהילה/וואטעווער. ס'נישט קינדיש נאר מענטשליך. לדעתי. און צימבלען יענעם וועגן זיינע אנדערע, יעדע 5 מינוט, על לא דבר, איז אויך נישט קיין מצוה... אפשר גאר איז דאס קינדיש... (כ'מיין נישט דיר, נאר בכלליות)
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1568
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5119

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך Think and Thank »

דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 2:00 pm
Think and Thank האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 1:24 pm
איד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2025 1:18 pm
ער האט שוין פריער געענטפערט,
אז די עירוב איז כולל יעדער איינער

פריער האט ער גערעדט אז ווען ס'גייט זיין מער ווי איין קהילה גייט עס זיי אויך ארייננעמען, כאילו יעצט איז נאכנישט דא אזא זאך. מיט דעם האט ער געגעבן א משמעות אז זיין אנטווארט וועגן 'כל תושבי העיר' נעמט עס נישט אריין די וואס האבן זיך שוין יעצט אפגעטיילט (לדעתו שלא ביושר).

דרך אגב, שרייבן כאילו עס עקזיסטירט נאכנישט קיין צווייטע ביהמ"ד איז נאריש און קינדיש, און די אנדערע קהילה ווערט נישט אויס נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען שרייבט אזוי.
ער האט יא קלאר געשריבן אלעס, האסט עס כנראה פארפאסט.

ער דארף נישט רעדן וועגן יענע אפגעטיילטע קהילה/וואטעווער. ס'נישט קינדיש נאר מענטשליך. לדעתי. און צימבלען יענעם וועגן זיינע אנדערע, יעדע 5 מינוט, על לא דבר, איז אויך נישט קיין מצוה... אפשר גאר איז דאס קינדיש... (כ'מיין נישט דיר, נאר בכלליות)

ליין איבער יענע תגובה, דערנאך ליין איבער שטאט וואס איך האב געשריבן. אויב דו פארשטייסט נאכאלץ נישט וועל איך עס בל"נ דעמאלס מסביר זיין.
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 259
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 821

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וויענער חסיד »

איך האב א קרוב וואס האט געמופט צו באלטאומער 2 יאר צוריק ווען מען האט געמאכט אן מצב און ער מיט רוב חברה וואס האבען געמופט מופען שוין אוועק סאו איך מיין אריזונע שטייט נאך היפש גוט
totty
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 367
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:06 pm
x 788

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך totty »

וויענער חסיד האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2025 2:36 pm איך האב א קרוב וואס האט געמופט צו באלטאומער 2 יאר צוריק ווען מען האט געמאכט אן מצב און ער מיט רוב חברה וואס האבען געמופט מופען שוין אוועק סאו איך מיין אריזונע שטייט נאך היפש גוט
אינטערסאנט אז סאטמאר רבי מהר"א האט געזאגט פאר רבי יושע רובין דעם טבת נאכן שפאציר אין פאלם ספרינגס: דער אייבישטער זאל העלפן אז איבער'ן יאר ווען איך קום צוריק זאל שוין זיין דאפעלט
כמיין אז מהאלט שוין נישט ווייט פון דעם
די קהילת המייסד האט שוין יעצט באלד דאפעלט ווי פארגאנגענעם טבת
ישוב החדש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 182
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 16, 2025 6:17 pm
x 677

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך ישוב החדש »

ברייטע באריכט אין "דער בלאט" איבער די השתלשלות פון די לעצטע כמעט דריי יאר וואס מען ארבייט אויפן עירוב אין קאסא גראנדע, אויך איבער די וואוקס אין הצלחה פון די היימישע יישוב אין קאסא גראנדע אריזאנע, וואס שיינט אויס צו זיין א שיינע חלק פונעם עתיד פון כלל ישראל אין אמעריקא
פיילס
unnamed (9)-min.jpg
unnamed (9)-min.jpg (273.81 KiB) געזען געווארן 565 מאל
🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵 🌵
האלט מיט שטענדיגע באריכטן פון קהל חסידים ד'קאסא גראנדע אריזאנע
https://chat.whatsapp.com/D7lElZagMV6JWwXRZ0QILy
https://khalchasidimcg.com/
🌴 ועד העיר 520.535.1045 🌴
וויענער חסיד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 259
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 26, 2025 1:14 pm
Location: boro park
x 821

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וויענער חסיד »

איך קויף נישט געווענדלעך די בלאט פארדעם עט מען קויפען
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

אריזאנע איז די פלאץ פאר ווער עס וויל זעהן די העכסט אינטרעסאנטע וואונדער פון די באשעפער'ס וועלט
פלאנסט א טריפ קיין אריזאנע און דארפסט איינער זאל אויסשטעלן דיין אינטינערערי ווי צו פארן און וויאזוי אהין אנצוקומען, אינפארצאציע וואו צו באקומען כשר'ע עסן אדער אכסניות אין אריזאנע? רופט "אריזאנע קאוישער טריפס" זיי וועלן אויסשטעלן די טריפ צו דיין בעסטע צופרידענהייט.

520-230-2533 - arizonakoshertrips.com
פיילס
IMG-20250905-WA0023.jpg
IMG-20250905-WA0023.jpg (105.45 KiB) געזען געווארן 321 מאל
וכן נוהגין
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: זונטאג נאוועמבער 17, 2024 11:18 pm
x 705

Re: חסידישער ישוב אין קאסא גראנדע, אריזאנע

פאוסט דורך וכן נוהגין »

יישר כוח פאר "די וואך" פאר די ברייטע דעקונג איבער קאסא גראנדע אין די וואכ'נדיגע אויסגאבע.
פיילס
image001.png
image001.png (1.29 MiB) געזען געווארן 270 מאל
שרייב פאוסט